דעם שבת האב איך געליינט די מאמענט, איך גלייך זייער דעם צייטונג עס האט פון אלעס אביסל, נאך דערצו ווען די ׳נפשי׳ אדער ׳לבלר׳ זענען בייגעלייגט, מקען זאגן אז עס איז די מערסטע אָפּען-מיינדעד מיט א היבש ביסל פון אלעס אידישע צייטונג.
יא נישט אלעס איז פערפעקט דארט, לייבוש לאכערס הומאר שמעקט צומאל פון לאנגזאם-פעלדמאן סטייל, גליקס שרייבעריי איז בדרך כלל Cringe-worthy, אבער פונדעסטוועגן איז עס די בעסטע וועכענטליכע אויסגאבע וואס איז דא, און איך זאג וועכענטליך ווייל חודשליך איז דאך דא אונזער באליבטער הייליגער וועקער.
עס איז דא א שרייבער הרב בערגער אין די מאמענט-פלוס וואס דינט ווי די עדיטאריעל, דארט איז מען מוחה אויף אלע פרצות, אדער אויף זאכן וואס איר האט בכלל נישט געוואוסט איז א פרצה, צו די פראבלעם איז הויכע שטריימלעך אדער אויפגעריסענע שמחות ווי משפענדט צופיל, בדרך כלל איז עס אויף א באקאנטן טאן, אוודאי נעמט מען דעם טאן מקען קיינמאל נישט פארלירן פון א געשמאקע ״אמאל איז נישט געווען אזוי (אינסערט פרצה דא) היינט אדער לעצטנס איז עס ממש שרעקליך״ דעי ליין געווינט אלע גרעמיס אסקערס און פוליצער פרייזעס, פארפאלן.
די וואך איז ער געווען ביזי רעדן וועגן סליחות מיט מוזיק, אדער די געמאכטע אלול ימים נוראים ערנסטקייט וואס יונגעלייט רעדן זיך אפ אויף דעם. יעצט צו זיין טענה אז אזוי דארף באמת זיין, גיי איך מיך אפילו נישט באציען. וואס איך וויל יא צונעמען איז אן אינטרעסאנטע ליין וואס ער האט אריינגעווארפן אלס הוכחה. ער הייבט אן מיט דעם אז פילע אידן זענען צוריקגעקומען צו די יודישקייט ווען מהאט זיך דערמאנט אין א ערנסטן סליחות, ווי דער טאטע האט זיי געמאכט אויפשטיין גאר פרי פארטאגס, ווי דער רב האט מיט א פלאם פייער פארגעזאגט די סליחות, און דאס וויל ער זאגן איז א ראי׳ אז אזוי דארף זיין און מזאל נישט מאכן קיין שינויים ח״ו ווייל די זכרונות ברענגט צוריק דורות…
הרב בערגער האלט איר נישט אז אידן וועלן זיך דערמאנען פון א געשמאקע סליחות מיט יודאַ גרין? אדער מיט יואלי לעבאוויטש? און די זכרונות וועלן צוריקברענגען דורות?
אויב איז דאס בכלל קראַנט אז זכרונות ברענגט צוריק אידן צו יודישקייט וואס איז א חילוק וויאזוי זיין סליחות האט אויסגעקוקט? וצע״ג
פארוואס טייל איך עס דא מיט? ווייל א גרויסע פראצענט פון אונזער פאלשע יודישקייט זענען פיל מיט הרגשות וואס קומען נאך וואס מען זאגט אונז אזוי דארפסטו שפירן, געפראגרעמטע הרגשות. אויב טוסטו כך וכך גייסטו פילן אזוי און אזוי, אויב גייסטו אין מקוה וועסטו שפירן א קלארע קאפ, אויב לערנסטו פארן דאווענען וועסטו שפירן א טעם אין דאווענען, וכהנה רבות.
נישט אלעס גיי איך פארשטיין און איך בין אקעי דערמיט, אבער איך בין נישט אקעי מיט פאלשע געפראגרעמטע הרגשות.
פאלשע געפּראָגרעמטע הרגשות
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
גראדע האלט איך אז מאמענט איז נישט אזוי משוגע ווי זיי מאכן זיך, די מחאות פון הרב בערגער איז פשוט א וועג צי כשר׳ן די א.ג. אויפגעקלערטע חלק ווי נפשי און לבלר, און אויך דארפן זיי ווייזן א פנים זועפות וויבאלד זיי האבן נישט קיין אדמו״רים-אויף-וואקאציע-בילדער אפטיילונג מילא אלץ לא יחרץ מוזן זיי שרייבן נארישע מחאות א בחינה פון w פרעש גראסערי אין וויליאמסבורג לעקט התאחדות (איצא שייגעץ אלערט) מיט די מענער רעדזשיסטערס.
מיין פראבלעים מיט מאמענט איז ווי די זאגסט, ס׳סופער קרינדזשי, אליהו יואל גליק מיט א קביעות, די קארני דזשאוק אפטיילונג איז צים וויינען, אפילו פנחס גלויבער איז צימאל קרינדזש, למעשה דארף מען זיי געבן די קרעדיט ווי זיי זענען יא גיט, זיי פרובירן וויפיל זיי קענען, נישט בחינם איז עס גע׳אסרט אין KJ

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: פאלשע געפּראָגרעמטע הרגשות
פונקט סליחות וועט צוריקברענגען אידן צו אידישקייט? די מערסט פאפולערע "טריגער" וואס היימישע אידן האבן איז פון סליחות. יעדעס מאל איך הער איינער זיך אפרעדן אויף אידישקייט\סיסטעם\וואטעווער דערמאנט מען דעם ביטערע פארטאגס סליחות.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 47
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 10:09 am
- האט שוין געלייקט: 66 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
גלייך נעבן די חודשליכע גלאק
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 28
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2023 9:36 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל
link plsערנסטגערעדט האט געשריבן:דעם שבת האב איך געליינט די מאמענט, איך גלייך זייער דעם צייטונג עס האט פון אלעס אביסל, נאך דערצו ווען די ׳נפשי׳ אדער ׳לבלר׳ זענען בייגעלייגט, מקען זאגן אז עס איז די מערסטע אָפּען-מיינדעד מיט א היבש ביסל פון אלעס אידישע צייטונג.