היינטיגען טאג זונטאג שבוע שחל בו ותפתח את ספר הזכרונות תשפ"ג:
דעם זומער ווען איך האב גענומען מיין טאכטער זיך צו געזעגענען פון מיין מאמע תחי' איידער זי איז געפארן אין קעמפ אריין, האט מיין מאמע שתחי' געעפנט איר זכרון קעמער’ל און פארציילט וואס זי איז אדורך אלס יונג מיידל אין די סאטמארע קעמפ, ווי עס גייט צוריק בערך 65 יאר צוריק ווען זי איז געווען בלויז 5 / 6 יאר אלט,
איך גיב איר איבער דאס ווארט:
איך אלס א געבוירענע צו מלחמה געליטענע עלטערן וואס נאכן מלחמה האבן זיי אויפגעבויעט א בית שני דארט אין די די פי לאגערן, און ענדליך אנגעקומען קיין אמעריקע האבנדיג איין פיצעלע נאכן צווייטען און פראבירט צו געבן דאס בעסטע פאר די יונגע עופה'לעך, מיין טאטע האט זיך געפלאגט על המחי' ועל הכלכלה ברענגדיג אביסל ברויט אויפ'ן טיש אבער פארשטייט זיך אז קיין עקסטערען גרייצער איז נישט געווען, מיין מאמע מיטן יערליכען שוואנגעריי און קער-נעמענדיג פון די קליינווארג האט זי נישט געהאט צופיל כח צו אונז, דער איינציגער אויסוועג סיי בגשמיות און ברוחניות איז געווען איבערצוגעבן די קינדער אין די הענט פון די סאטמארע קעמפ וואס האט נישט געקאסט קיין פעני!
קודם כל די וועגן און שטעגן פון ווילי איז געווען א אפקומעניש פאר זיך פארנדיג 4 שעה אין די היצן צו די בערג, אבער אסאך לידעלעך זענען נתחבר און געזונגען געווארן אויף די הייסע טרעקלעך הנקרא בימים ההם באסעס,
אנקומענדיג האט מען ענפאנגען די קינדער און מען האט אויסגעטיילט קליידער פאר זיי, מען האט דאך גארנישט מיטגעברענגט פונדערהיים די קעמפ האט צוגעשטעלט קליידער פאר יעדעם מגדול ועד קטן,
אקטיוויטעיטען איז שטייצעך נישט געווען מען האט געדאווענט אביסל און מען האט זיך ארומגעדרייט א גאנצען טאג שעפן פרישע לופט... די איינציגע שפיל איז געווען שפילן מיט די ראבבערס...
איך בין געווען גאר קליין און מאגער און איך האב אויסגעקוקט ווי א 3 יעריגע, געדענק איך ווי ר' ישראל דוד ווייס ע"ה פלעגט מיך פיטערן און זיכער מאכן אז איך עס יעדן טאג זאגענדיג: עס נאך א לעפעלע און נאך א לעפעלע... ממש ווי א אייגען קינד,
צווישען די קינדער זענען גאר אסאך 4 5 יעריגע וואס האבן זיך אהיים געבענקט, געדענק איך אז איין מיידעלע פלעגט יעדן פארטאגס אריבערשפאצירן דעם אנדערן זייט גאס צו די יונגל קעמפ און זיך אריינגעפאקט אין איר עלטערע ברודערס בעט פשוט צו טרעפן אביסל סופארט און ווארעמקייט פון א ברודער'ל,
פעקלעך: א גרויס חלק פון די מיידלעך פלעגן באקומען וועכענטליך א פעקל פונדערהיים, איך געדענק ווי איך מיט מיינע שוועסטער פלעגן אפווארטן דעם טראק אפשר האט זיך די מאמע דערווארעמט אויף אונז אבער ואיננו קיינמאל איז נישט געקומען א פעקל פאר משפחת גרינהויז, איינמאל א יאר פלעגט א גוטהארציגע פרוי זי האט געהייסען מיסיס גרין איינפאקן עפעס און ארויפשרייבען פאר משפ' גרינהויז, די שמחה איז געווען גרויס אבער מיר האבן גוט געוואוסט אז עס איז נישט פון אונזער מאמע...
ע"כ לשון האם:
מיין מאמע'ס עלטערן זענען גראדע נישט געווען פון די סאטמארע חסידים אבער סאטמאר איז געווען דעמאלטס די איינציגע וואס האבן גערן אריינגענומען יעדעם...
ווער עס ווייסט נאך זכרונות קען צולייגען און ביטע נישט פארפירן דעם שמועס נאר בלויז פון יענע ערשטע צייטען הנקרא די בראשית יארן.
זכרונות פון סאטמארע קעמפ אין די ערשטע יארן
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
זכרונות פון סאטמארע קעמפ אין די ערשטע יארן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל