המלך!!!

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

המלך!!!

שליחה דורך קאך_לעפל »

דאס אידיש פאלק שטייט מיט אן הייליגע ציטער, דאס פארכטיגער יום הדין שטייט שוין אט ביים שוועל. די גאנצע וועלט שטייט אין די זעלבע צושטאנד ווי ס'איז געשטאנען בטרם כל יציר נברא. ס'הערשט א פחד און שרעק, די צאן שאקלן זיך און דאס הארץ ווארפט זיך, נעמליך, וועט די וועלט ווירקליך בלייבן שטיין? אדער זי וועט צוריק פארוואנדלט ווערן צו תוהו ובוהו אזוי איידער איר באשאף. מיטאמאל הערט זיך א געשריי מקודש! מקודש! בית דין האט מקדש געווען דעם נייעם חודש! אה... ס'איז ראש השנה... ס'הייבט זיך אן רידערן אין הימל, מ'רוקט בענק און מ'שלעפט טישן. מ'אינסטאלירט מאסיווע וואגשאהלן. מ'ברענגט אריין די ביכער און די פראטאקלן, ס'איז גרויסע צרות... די פלאטעריגע מלאכים זאגן מיט שרעק יא! ס'איז א יום דין... וועט די וועלט צוריק באנייט ווערן? צי עס וועט פארוואנדלט ווערן צו תוהו ובוהו? ווער ווייסט?
אין מיטן די גאנצע סומעטאכע הערט זיך א געשריי: המלך – דער קעניג! נאכגעפאלגט מיט א הילכיגע קלאטשעריי פון רבי נחמנ'ס חברה אין אומאן... דאס אידיש פאלק זאגן פארן באשפער מיט נעמען דיך אויף פאר אונזער קעניג! אין די ווירקליכקייט איז אדון עולם אשר מלך בטרם כל יציר נברא – דער אדון עולם איז שוין געווען א קעניג איידער דאס וועלט באשאף. אבער וואס פאר א פנים האט א קעניג ווען ער האט נישט קיין פאלק אויף וועמען צו קעניגן? אין מלך בלא עם! האט דער אדון עולם טאקע באשאפן די וועלט, צוליב דאס אידיש פאלק וועלכע וועלן יעדעס יאר אינעם טאג פונעם וועלטס-באשאף אויסשרייען מיט פאטאס: המלך! דו טאטע ביזט אונזער קעניג, און טאקע נאר דו זעלסט! מיר דערמאנען פארן אדון עולם, אז פאר דעם אליינס און דו זאלסט קענען זיין א קעניג, איז דאס וועלט ווערט צו ווידער צו באנייט ווערן, און נישט חלילה פארוואנדלט ווערן צו תוהו ובוהו. און דערפאר איז וחמת המלך שככה... און צו ווייזן פארן אדון עולם אז מיר מיינען עס ווירקליך ערענסט... כאפן מיר דעם ווידער הארן און מיר טראמפייטערן הונדערט קולות, ווי מ'פירט זיך ביים קרוינען א קעניג.
דער גרויסער נאפאליאן איז ווי באוויסט געווען א שטיקל אטעיסט – ער האט קנאפע געגלייבט אין ג-ט. ער האט בלויז גענוצט ג-ט ווען זיינע שלאכטן זענען נישט געגאנגן אינגינסטן. ער האט אמאל געזאגט: די וועלט מוזן האבן רעליגיע, אז נישט וואלטן ווען די ארימע גע'הרג'עט די רייכע. מ'זאגט נאך פון צדיקים, אז די איינציגסטע אטעיסטן זענען סטאלינ'ס קאמוניסטן און הערצל'ס ציוניסטן! און היינט קענען מען צולייגן די ראדיקאלע לינקס – וועלכע זענען אויסן אויסצורייסן רעליגע.

ג-ט האט פארשוואנגערט א פרוי, מיר וועלן דאס קינד הרגענען!
ג-ט איז דער עשה משפט לעשוקים נתן לחם לרעבים! ניין מיר וועלן רויבן פון די רייכע און שענקן פאר די ארימע!
ג-ט איז דער משליך קרחו כפתים, און ישלח דברו וימסם! ניין! מיר וועלן קאטראלירן דעם קלימאט!
ג-ט האט באשאפן יונגליך מיט מיידליך,זכר ונקבה ברא אותם, ניין! מיר וועלן מאכן פון יונגליך מיידליך און פון מיידליך יונגליך!
ג-ט האט אזוי געמאכט אז א מאן זאל הייראטן א פרוי, על כן יעזוב איש את אביו ואת אמו "ודבק באשתו", והיו לבשר אחד, ניין! א מאן וועט הייראטן א מאן און פרוי א פרוי!
ג-ט איז דער וואס יצב גבולות עמים, ניין! נישטא קיין לענדער גרעניצן!
ג-ט האט געגעבן פרייהייט פאר די מענטשהייט, ניין! מיר וועלן עס פון אייך אוועקרויבן. איר וועט טראכטן, רעדן און טאן, ווי אזוי מייר הייסן אייך. לויט ווי אונז זאגן וואס מאראל אדער גערעכטיקייט איז. ג-ט האט נישט אין דעם וואס אריינצורעדן!

און די דאזיגע לויטע זענען אויסן צו פארשוואנגרן די מוחות פון אונזערע קינדער, מיט די דאזיגע אטעיסטישע אנטשויאונגען! זיי רופן עס אויף זייער שפראך: ערציאונג. ערציאונג? א פייג איינגעטינקן אין האניג! ביז ווי לאנג וואס איז נאך פארהאן איין מענטש אויף די וועלט וועלכער גלייבט אין ג-ט, וועלן די דאזיגע אטעיסטן נישט צורוה לאזן די מענטשהייט.
דער בירגערמייסטער פון ניו יארק, האט זייער גוט געזאגט: ווען מ'האט ארויסגענומען ג-ט פון די קלאס צימערן פון די עפענטליכע שולעס האבן ביקסן און געשלעגעריי, חזעריי און האס, זיך אנגעפאנגן דארטן צו באווייזן אין זיייער פילע פראכט!
קייזער נאפאליען איז געווען הייליג גערעכט! לאמיר זיך אריבער כאפן קיין טשיקאַגאָ, סאַן פֿראַנסיסקאָ, אַנאַפּאָליס, אדער גאר קיין סיאטל, און זען ווי אזוי די ארטיגע גאסן זעען אויס... און מיר זענען נאך די משוגעים און זיי זענען גאר די נארמאלע... ג-ט זאל אפהיטן!

דערפאר שרייען מיר אויס מיטן גאנצן כוח: המלך!!!

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר