ס'כאפט אהן א אינטרעסאנטע פיהלינג, ס'לעצטע נאכט-טאג פון תשפ"ג.
אלעס וואס כ'טוה נאכדעם איז שוין אין גאר א אנדערע יאהר.
תשפ"ג גייט אוועק פאר אייביג.
ווי
ס'לעצטע טאג אין קעמפ.
ס'לעצטע טאג אויף וואקאציע אין די מרחקים.
ס'לעצטע טאג אין א הויז פאר מ'מופט.
ס'לעצטע טאג ביים זיידן'ס שפיטאל בעט.
ס'לעצטע טאג מיטן גוטן חבר וואס פאהרט וואוינען אין אוסטראליע.
ס'לעצטע טאג אינעם ארבעט, דערנאך גייט מען ארבטן אין א נייע פלאץ.
ס'לעצטע טאג אין ישיבה (-היים), דערנאך גייט מען חתונה האבן.
ס'לעצטע טאג מיטן ליבע חברת (-ווייב), אבער מ'מיז זיך שיידן יעדער אין זיין וועג.
(איין מינוט, אפשר בניסן נברא העולם, און מ'האלט פונקט אינמיטן די יאהר?!..)
--
רעיונות אויף תשפ"ג. א סיכום. א הספד. א צאתכם לשלום דרשה, אדער סיי וואס. ביטע שטעלט ארויף. יעדער איז מכובד צו רעדן..
לשנה טובה תכתבו ותחתמו לאלתר לחיים טובים ולשלום..
ס'לעצטע
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
ביי די אנדערע משלים וואס דו גיבסט האב איך טאקע געווענליך אזא סארט געפיל ווייל מ'שטייט בעפאר א טויש, ביי יארן האב איך אבער נישט דעם געפיל. אלץ קינד ווען אלעס האט זיך ארומגעדרייט ארום די פרשת השבוע און יומא דפגרא'ס האב איך געהאט אזא געפיל, אבער היינט דרייט זיך מיין לעבן ארום אנדערע זאכן, היינט איז סעפטעמבער דעם 15טן און מארגען דעם 16טן, אלעס גייט ווייטער אן מיט'ן גאנצן אימפעט. איך פאר נישט אין ערגעץ, גארנישט לויפט נישט אוועק, סך הכל האט מען אביסל א לענגערע וויקענד און מאנטאג גייט מען צוריק צום ארבעט.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II