האטליין ווארנט און מאכט מער מענטשן אינטערעסירט

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
אנטוישטער יונגערמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
האט שוין געלייקט: 150 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל

האטליין ווארנט און מאכט מער מענטשן אינטערעסירט

שליחה דורך אנטוישטער יונגערמאן »

א חבר האט מיר דערציילט אז אין קרית איז ארויס א קאָל צו אלע איינוואוינער אז זיי זאלן תיכף ומיד אוועקווארפן דעם פאמפלעט ווען ס׳קומט אָן צו זיי אין די פּאָסט, אבער זעהט אויס אז ס׳האט אויפגעטון פארקערט. מ׳שמועסט אז אסך באזארגטע עלטערן האבן שוין אנגעקלונגען יפד צו בעטן מער אינפארמאציע

איך בין שטארק נייגעריג וואס דער עולם דא קלערט וועגן דעם:
https://drive.google.com/file/d/11uozGt ... sp=sharing
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

דאס האט קיין היימישע נישט געשריבן!

ראו מה בין בני לבן חמי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=24&t=6877

אויך איז ער צו פארנומען צו ברענגען גמרות און אידישקייט מקורות (דא איז ער סתם אן עם הארץ:
וואס האט מיר אויפגעוועקט די גאנצע דריקעניש איז געווען וואס כ'האב פונקט
געלערנט ביים שיעור אייניגע וואכן צוריק ווי די גמרא זאגט האב חייב בבנו: למולו,
ולפדותו, וללמדו תורה, ולהשיאו אשה וגו' יא ביז אהער האב איך אלעס מקיים
געווען, אבער דעם וללמדו אומנות... אוי.. וואס וועט זיין מיט דעם, וואס? ס'בליצט
אים אריין אן אינטערסאנטן געדאנק וואונדער'נדיג זיך אויף דעם מאדנעם סדר
וויאזוי עס גייט צו אין רובא דרובא חסידישע קהילות בישראל וואס איז געווענליך

מקפיד אויף יעדע קצו של יוד, וויאזוי מ'איז עפעס אזוי מקפיד אויף אלעס וואס די
מימרא רעכנט אויס, אויסער איין זאך: לערנען מיט א קינד א פרנסה קלה בנקיה, און
די ארומיגע נושאים וואס העלפט אנצוקומען דערצו. פארוואס איז דאס אזוי? ער
הערט עפעס נישט קיין דעת תורה ארומרעדן וועגן דעם פראבלעם, פארוואס? ער
קען נישט אויפקומען מיט קיין זאכליכע ענטפערס...
פארזעענדיג די שיטת רבי נהוראי אין גמ' וועלכע יעדע רב/רבי וועט ציטירן...)

די פוינטס זענען אפשר אמת, עס איז אבער געשריבן מיט צופיל האס/ווייטוג און אויף א וועג פון מחנך זיין אונזער רבנים, וועלכע גייט פארשטייט זיך נישט ארבייטן...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

דער ניק וואס האט עס געשריבן פאר יאפפעד ווערט געבעטן זיך אנצוריפן...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

שמן למאור האט געשריבן:דער ניק וואס האט עס געשריבן פאר יאפפעד ווערט געבעטן זיך אנצוריפן...
דו קלערסט טאקע אז ס׳איז איינער פון דא? איך גלייב שווער
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

ווען זיי טוען דאס לכתחילה וואלטעכעס לכאורה געשטיצט. פארשטייסט א מעשה? קודם מסר׳ט מען און מ׳מישט אריין רעגירונג און מ׳פארשמיצט כל הקודש אין אלע גאסען און צייטונגען און יעעעעעצט ווען זיי זען אז ס׳גייט נישט פינקט ווי זיי ווילן קומען זיי צו אונז באיצטלא דרבנן, ווי וואוילע שעפעלעך אויפקלערן וכו׳.

ווי זענט עטס געווען ביז יעצט??? פארוואס מיינסטע אז איינער גייט יעצט קוקן אויף ענקער זייט?! הא???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:א חבר האט מיר דערציילט אז אין קרית איז ארויס א קאָל צו אלע איינוואוינער אז זיי זאלן תיכף ומיד אוועקווארפן דעם פאמפלעט ווען ס׳קומט אָן צו זיי אין די פּאָסט, אבער זעהט אויס אז ס׳האט אויפגעטון פארקערט. מ׳שמועסט אז אסך באזארגטע עלטערן האבן שוין אנגעקלונגען יפד צו בעטן מער אינפארמאציע

איך בין שטארק נייגעריג וואס דער עולם דא קלערט וועגן דעם:
https://drive.google.com/file/d/11uozGt ... sp=sharing
שיק אהער דעם מעסעדזש
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

שליחה דורך תשפג »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תשפג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

שליחה דורך תשפג »

אזוי איז געווען לעצטענס מיט AI. די מנהלים אין עסקנים האבן אנגעדרייט א מצב מיט קול קורא׳ס אין אסיפות, פארשטייט זיך אז די יונגווארג זענען געווארן נייגעריג אין געמוזט רופן הערן וואס AI איז.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:ווען זיי טוען דאס לכתחילה וואלטעכעס לכאורה געשטיצט. פארשטייסט א מעשה? קודם מסר׳ט מען און מ׳מישט אריין רעגירונג און מ׳פארשמיצט כל הקודש אין אלע גאסען און צייטונגען און יעעעעעצט ווען זיי זען אז ס׳גייט נישט פינקט ווי זיי ווילן קומען זיי צו אונז באיצטלא דרבנן, ווי וואוילע שעפעלעך אויפקלערן וכו׳.

ווי זענט עטס געווען ביז יעצט??? פארוואס מיינסטע אז איינער גייט יעצט קוקן אויף ענקער זייט?! הא???
ס'דערפרייט מיר דאס הארץ אז נאך צען יאר זוכן א געלונגענעם תירוץ אבער אזא קנאקעדיג'ס האסטו ענדליך געטראפן א סיבה פארוואס צו זיין פרומער ווי יעדע פרומע איד... לייק, דו ביסט בעצם א שטיצער אבער דא זענען זיי געגאנגען ראנג פאר דיר... כ'הער. איך האב עס געליינט פון דעקל צו דעקל איך זעה נישט ווי אזא גליון פארשמיצט כל הקהל הקודש,.סך הכל א באשרייבונג פון זייער וואלידע דילעמעס פון עלטערן. און זיי ענטפערן לעגיטימע פראגע'ס וואס מענטשן האבן איבער זיי. טו בי האנעסט... כ'האב שוין לאנג נישט געזעהן אזא זאך אין א אידיש רעדנדע צייטונג.
איך וואלט געזאגט ס'גייט זיי גאנץ פיין, די פאקט אז די אגודה די קאמפעני וואס פארטרעט בכלאפערשט כלל ישראל דארף ארויסקומען מיט א גאנצע קאונטער זייטל, און א באשרייבונג באקלעבט אין אלע גאסן אפוצשלאגן די ני"ט "פראפעגאנדע" מיט אנדערע פראפעגאנדע, וויאזוי? סתם געשאסן א רענדאם מעשה א בוידעם אז עפעס א דזשאדזש האט געזאגט עפעס פאר א פראסיקיוטער וואס זיי לערנען ארויס אלס אנטיסעמיטיזם מובהק א אבוויעס באבע מעשה... (א רגע און אויב ס'איז יא? איז די גאנצע פייט יעצט געווארן אירעלעווענט בטל כעפרא דארעא?) ווייזט וואספארא threat די אינהאלט פון די טיימס ארטיקל איז געווען... און אויך אביסל ווי די חרדי'שע פרעסע און ווארטזאגער זענען out of touch ווען ס'קומט צו פארענטפערן אייגנטליכע קריטיק און קארופציע וואס יעדער עגריט off the record ווי מ'זאגט. טוט מיר א טובה, ווען ס'איז נישטא וואס צו פארקויפן וואלט קיינער נישט געקעירט... די פאקט אז מ'קוואקעט און מ'בילט, אן אדרעסירן די אייגנטליכע קריטיק ברחל בתך הקטנה און מ'איז נאר ביזי מיט אנדערע זאכן גיט אוועק גאר אסאך... למעשה, אומפארדרייט די שמועס, קען קיינער נישט אפרעגן די מדובר אליין. פארוואס? ווייל יעדער ווייסט אז יאפעד איז נעבעך הייליג גערעכט און ס'קרענקט דיר צו שטיין און צושאקלען בל כרחך יענה אמן ווען דו אליינס האסט נישט די אומץ צו רופן דיין זוהן'ס מנהל און בעטן טשעינדזש... אבער תירוצים האסטו גוטע, גארנישט אוועקצומאכן.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@בְתוֹךְ עַמִי זאגט א גוטע נקודה, יאפעד קען נישט גיין באשמוצן גאנץ קרית יואל און נאכדעהם קומען רעדן מיט שיינעם, אויב די ווילסט אז איינער זאל דיך אויסהערן גיי איהם נישט בארעדן אין די גאנצע שטאט.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

עמקות המחשבה האט געשריבן:@בְתוֹךְ עַמִי זאגט א גוטע נקודה, יאפעד קען נישט גיין באשמוצן גאנץ קרית יואל און נאכדעהם קומען רעדן מיט שיינעם, אויב די ווילסט אז איינער זאל דיך אויסהערן גיי איהם נישט בארעדן אין די גאנצע שטאט.
דיפיין באשמוצן, לויט זיי איז יעדע מענטש אן א בארד מיט א טאמי הילפיגער דזשעקעטל וואס רעדט פון זיין ווייטאגליכע געשיכטע נאכן פארלאזן די קאמיוניטי אויך א באשמוצונג, איי דאס איז מעשים בכל יום? דאס קומט נישט אריין. מיין פוינט איז, אז פאר דיר מיינט עס שמוץ און אראפרייסן דארף איך נאכנישט ווערן אנטציקט, די קארד ארבעט נישט מיט מיר אזוי שנעל. אפשר זאלסטו טאקע בעטן די אבי שיק זאל מאכן א קעיס דערפון אין געריכט.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

עמקות המחשבה האט געשריבן:@בְתוֹךְ עַמִי זאגט א גוטע נקודה, יאפעד קען נישט גיין באשמוצן גאנץ קרית יואל און נאכדעהם קומען רעדן מיט שיינעם, אויב די ווילסט אז איינער זאל דיך אויסהערן גיי איהם נישט בארעדן אין די גאנצע שטאט.
ווייטער איז מען פארנומען מיט וואס יאפפעד וויל, דאס איז די חרדישע מחלה פון נישט האבן קיין אייגענעם רצון נאר אלעס איז חשבונות וויאזוי אפצוטוהן די גאנצע וועלט, לאז אפ יאפפעד פאר א מינוט, וואס ווילסטו? ווילסטו מער לימודי חול אדער נישט? אויב ווילסטו נישט מער לימודי חול זאג עס אפן און גראב, וואס שעהמסטו זיך צו זאגן דעם אמת? ווידער אויב ווילסטו יא דאן וואס איז דאס משוגעת פון זיך זעלבסט באגראבן נאר אפצוטוהן א צווייטן? תמות נפשי עם פלשתים?! ענדערש זאלן אלע מיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות זיין אנאלפאבעטן ווי איידער אז תולי מאסטער זאל פילן א נצחון. ס'דערמאנט פון יענער וואס האט געזאגט פאר'ן קעניג שטעך מיך אויס איין אויג אבי דו זאלסט אויסשטעכן פאר מיין חבר צוויי, נאר גראדע אין דעם פאל שטעכט מען זיך אויס צוויי און פאר יאפפעד איין... אז דו באקומסט וואס דו דארפסט וואס גייט דיך אן אז יענער באקומט אויך דערפון א טובת הנאה?

און באמת איז דאס א מחלה וואס נעמט ארום גאנץ חרדישקייט פון אנפאנג ביז'ן ענדע, צ.ב. קיינער ענדשויט נישט זיך ארומצודרייען מיט א הוט און רעקל אין די זוממערדיגע היצן אבער מ'דארף דאך ווייזן פאר'ן גוי אז מיר געבן זיך נישט אונטער פאר'ן סעקולארן קולטור. איי דו ביזט דער וואס פארלירט דאס מערסטע אינעם געים דו שוטה איינער? אבער ככה, דאס געשעהט ווען מ'האט נישט קיין self esteem צו נעמען וואס קומט זיך מיר, גוטע מידות צו פארגינען א צווייטן האט מען אויך נישט, בלייבט מען קרח מכאן ומכאן.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
מכסה לשפנים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 23, 2023 2:46 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך מכסה לשפנים »

א קלייניקע הערה אויפן געשרייבעכטס, סתם א נקודה וואס האט מיר נערוועז געמאכט.

בריך פריד וואס מאכט חתונה זיין עלצטע בשנת תתי"ד און קען א פיינעם ענגליש און האט פיין פרנסה גייט ווערן ביילייפיג 10 יאר בשנת תשפ"ד, איז פאר די יעצטיגע קינדער אין חדר איז נישט דא וואס צו זארגן בעז"ה, זייערע קינדער דאס איז די זארג...

[אדער אפשר קענען זיי אויך נישט רעכענען??? זיי זענען דאך אויך תלמידים פון אונזערע מוסדות...]
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:

דעס איז מסתם די בעסטע ריספאנס וואס כ'האב נאר געליינט אין קאווע שטיבל!

אבער... דו פארופסט דיך מיט עפעס א נאמען וואס איך ווייס נישט אויב א פרומע איד מעג עס ארויפברענגען אויף זיינע לעפצן, אשר על כן טאר מען פון אזא איינעם נישט מקבל זיין אפילו די מינדעסטע סנעפל פעקט! און אפגערעדט א האום ראן... סארי

קידינג עסייד, וואס דארף מען מער ווי די כפירה'שע רעיפ קולטור מענטאליטי ביי די מי טו מעשיות, ווי כאילו מייסטנס פרויען וויקטים'ס קומען ארויס צו סטראשענען איינעם... WOW
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 7&start=50

ביזט אזוי גערעכט מיט דעם, לייק. חסידים כאפן נישט, מענטשן האבן אייגנטליכע מאראלן און זאכן וואס זיי קעירן פאר, און דא קומט מען פול סירקל ווייל ווען וואלט מען מיט זיי געלערנט סיוויקס וואלטן לכאורה מער חסידים פארשטאנען וואס מיינט עכטע אקטיוויזם, און פאליטישע ענגעדזשמענט נישט ווי אונזער פארשאלטענע בלאק וואוט, ווי מ'וואוט מיט די בערזל און טראכט מיט די וועילפער בענעפיטן...

ווען איך קען ווען שרייען פון די פרידאם טאוער וואלט איך געזאגט פאר חסידים: קוק עני ווייז ניוס דאקומענטאר, ס'איז דא מענטשן וואס קעירן און טראכטן אינדרויסן פון זייערע ד' אמות. ס'איז פארהאן אזא זאך ווי קעמפן פאר סאציאלע יוסטיץ, עטיקס, ניגלעקט, מאדערנע און גוים טוען אמאל חסד אויך, נישט יעדע זאך איז געלט אדער אגענדע'ס אפצוטוהן די רעבע וואס האט געפראסקעט. למעשה, לויט ווי איך קוק מיך אום, אנדערש ווי מ'שמועסט אין הופער בית מדרש, יאפעד איז מער פאפולער ווי קיינמאל פריער, צענדליגע גוים און פרייע ווערן געוואר פון זיי יעדן טאג, די אידישע מאנהעטן איז אויף, ברעד לענדער קומט רעדן, ס'איז אין די לאקאלע נייעס אויף ניו יארק 1, די ערשטע ני"ט ארטיקל פארמאגט אריבער 3,300 קאמענטארן ס'איז שוין נישט "מאסטער מיט צוויי פארביטערטע באמעס האבן א אישאו און עפענען אן ארגענעזאציע" רבותי... וועקט אייך אויף. יאפעד גייט נישט אין ערגעץ! נעקסט, איך הער שוין נישט די תירוצים, ווייל די תירוצים איז אזוי אלט ווי די מערכה זעלבסט. נאך עלטער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

מכסה לשפנים האט געשריבן:א קלייניקע הערה אויפן געשרייבעכטס, סתם א נקודה וואס האט מיר נערוועז געמאכט.

בריך פריד וואס מאכט חתונה זיין עלצטע בשנת תתי"ד און קען א פיינעם ענגליש און האט פיין פרנסה גייט ווערן ביילייפיג 10 יאר בשנת תשפ"ד, איז פאר די יעצטיגע קינדער אין חדר איז נישט דא וואס צו זארגן בעז"ה, זייערע קינדער דאס איז די זארג...

[אדער אפשר קענען זיי אויך נישט רעכענען??? זיי זענען דאך אויך תלמידים פון אונזערע מוסדות...]
דו כאפסט אז דער אינגערמאן עקזיסטירט נישט און ס'איז א משל, יא? ער רעדט פון אינגעלייט וואס זענען יעצט די עידזש ווי זיי ציען נאך אויף די שמעון'ס אין ישיבה, אויב עפעס פארקערט, ער האט אים געמאכט צו אלט. אבער מען קען עפעס אויסארבעטן אז ס'קען שטימען ער שרייבט דאך אז ער איז א בן יחיד... מיר האט עס נישט געקוועטשט, ווייל ס'איז מער א נאוול,
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
מכסה לשפנים
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 23, 2023 2:46 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

שליחה דורך מכסה לשפנים »

סאנטיאגא האט געשריבן:
מכסה לשפנים האט געשריבן:א קלייניקע הערה אויפן געשרייבעכטס, סתם א נקודה וואס האט מיר נערוועז געמאכט.

בריך פריד וואס מאכט חתונה זיין עלצטע בשנת תתי"ד און קען א פיינעם ענגליש און האט פיין פרנסה גייט ווערן ביילייפיג 10 יאר בשנת תשפ"ד, איז פאר די יעצטיגע קינדער אין חדר איז נישט דא וואס צו זארגן בעז"ה, זייערע קינדער דאס איז די זארג...

[אדער אפשר קענען זיי אויך נישט רעכענען??? זיי זענען דאך אויך תלמידים פון אונזערע מוסדות...]
דו כאפסט אז דער אינגערמאן עקזיסטירט נישט און ס'איז א משל, יא? ער רעדט פון אינגעלייט וואס זענען יעצט די עידזש ווי זיי ציען נאך אויף די שמעון'ס אין ישיבה, אויב עפעס פארקערט, ער האט אים געמאכט צו אלט. אבער מען קען עפעס אויסארבעטן אז ס'קען שטימען ער שרייבט דאך אז ער איז א בן יחיד... מיר האט עס נישט געקוועטשט, ווייל ס'איז מער א נאוול,
איך ווייס אויך אז ס'איז א נאוועל, אבער די ווילסט דאך ארויסברענגען אז די קינד וואס איז היינט פינף באקומט נישט קיין עדוקעישן, איז זיין חתונה וועט זיין אומגעפער אין פיפצן יאר ארום וואס איז תשצ"ח בערך, אויב איז די זארג פאר די וואס האט חתונה תתי"ד, מיינט דאס אז דער וואס האט חתונה תשצ"ד איז מסודר, און ער שמועסט קלאר אויס אז ער האט פיין פרנסה וכו'. דאס הייסט אז די היינטיגע כתה ג' יונגל וועט זיך שיין מסדר זיין מיט פרנסה.

אודאי איז עס נאר א נאוועל, אבער ווען די מאכט די שמועס אויף צעהן יאר פון יעצט וואלט עס בעסער געווען, ווען די שמועס איז אויף דרייסיג יאר פון יעצט נעמט נאר אוועק פון די טענה, ודי בזה.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: האטליין ווארנט און מאכט מער מענטשן אינטערעסירט

שליחה דורך פרנס החודש »

איך האב זיך געבעטן ביי נפתלי מאסטער און מרת. וועבער אז זיי זאלן אפעלירן צו אונזער היימישן ציבור איבער די נושא, וויבאלד דער עולם קען מסכים זיין מיט זיי. הפנים האבן זיי נישט געטראפן קיין נארמאלע שרייבער.. ווער עס איז גרייט זאל זיך ביטע מעלדן צו מיר אישי…
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

סאנטיאגא האט געשריבן:ס'איז שוין נישט די מאסטער מיט צוויי פארביטערטע באמעס האבן א אישאו רבותי...
למעשה גערעדט אינטערעסירט מיך גאנץ ווייניג די גאנצע עדוקעישן מערכה, א געשעפט האב איך וואס אפאר פאנאטישע חברה באגראבן זיך מיט זייערע דורות ווילאנג איך בין מסודר, ואני את נפשי הצלתי. פארקערט גאר, טיעף אינעווייניג פריי איך מיך ווען די חברה דארט באגראבן זיך אליין ווייל ס'בארעכטיגט מיין אפלאזן. איך געדענק מיט א צייט צוריק האט זיך געטוהן אן אשכול איבער דעם אזויגערופענעם שידוכים קריזיס און די 12טע קלאס קריזיס וכו' און ס'האט מיר געגעבן א שטיקל שטאך און הארץ, און איך האב געמיינט אז ס'קומט דערפון ווייל איך פיל כאילו מיין וועלט פאלט צאם, הגם איך בין שוין נישט א חלק פון יענע ריאליטעט אבער ווי נישט ווי בין איך דארט אויפגעוואקסן און טייל פון די מענטשן וועם איך האב ליעב אהבת נפש געפינען זיך דארט ממילא פיל איך נאך א שטיקל קאננעקשן צו יענעם ריאליטעט. למעשה האב איך אנגערופן מיין טאטע זיך נאכפרעגן און ער האט עס אינגאנצן אוועקגעמאכט זאגענדיג אז די סיסטעם גייט אן מיט'ן פולן אימפעט ווי קיינמאל בעפאר און איך האב מיך בארואיגט. למעשה שטעלט זיך ארויס אז פונקט פארקערט, ווען איך האב געהערט אז דער עולם דארט קומט צום שכל האב איך געפילט כאילו כ'האב גארנישט אויפגעטוהן מיט'ן אוועקגיין, כ'מיין פאר'ן זעלבן געלט האב איך שוין געקענט דארט בלייבן (הגם ס'נישט אמת ווייל נאך אלע מעשיות האט עס נישט געארבעט פאר מיר, אבער אויף געפילן פרעגט מען נישט קיין קשיות), און ווען מיין טאטע האט מיך פארזיכערט אז גארנישט האט זיך נישט געטוישט ((כלומר דער עולם איז ווייטער אין די בלאטע) האב איך מיך געפילט גוט אז איך קען מיך פאטשן אין בייכל אז איך האב געטוהן די ריכטיגע באשלוס און זיך ארויסגעזעהן פון דארט באצייטנס. איך שמועס צומאל מיט פאמיליע מיטגלידער פונעם געטאו און זיי פארציילן מיך זייערע שטותים און איך בין זיי מחזק און איך ברענג נאך ראיות צו זיי, אמאל פלעג איך עס טוהן ווייל איך האב געפילט ווי איך דארף זיי נאך האבן און איך האב מיך געוואלט לעקן צו זיי, היינט צוטאגס טוה איך עס ווייל איך וויל זיי זאלן בלייבן שטעקן מיט די שטותים און נאכלויפן זייער אייגענעם וויידל ווייל אזוי פיל איך ווי איך בין בעסער פון זיי, I'm a horrible person, I know :twisted:
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

ס'איז מיר אויסגעקומען צו שמועסן דעם ר"ה מיט א איד א זקן, א תלמיד פון חיים ברלין, פרעג איך אים אזוי וואס ער געדענקט פון זיינע צייטן ארום די זמנים, וויפיל מ'האט געלערנט וואס. ענטפערט ער מיר פון 8'ע ביז 1'ע האט מען געלערנט לימודי קודש, און פון 1'ע ביז 4'ע האט מען געלערנט לימודי חול. עקסלודינג דאווענען פארשטייט זיך. און ווי איך פארשטיי איז דאס סטענדערד אין אלע פרומע ישיבות אינדרויסן פון די חרדי'שע געגנטער און אפילו ביי די מעסיגע לטאים. ווי למשל קליפטאן, פעסעיק, קאנעטיקוט, פלארידע, אא"וו.

איך וויל סתם פארשטיין ווי אין לעבן גייט אזא איד ראנג מיט אזא חינוך? ער דאווענט, ער גייט צו א שיעור יעדן טאג, און שבת אויך, ער טוט גמילת חסדים, גיט צדקה, נעמט אויף געסט, גריסט יעדן, גראדע קען ער אויך רעכענען, ליינען, ספעלן, און זיך אויסדריקן ווי א ליטעראטורישע פערזענליכקייט מיט א פערפעקט ארטיקיולעישן, משא"כ וואס דער דורכשניטליכע חסיד האלט ביי א דריטע קלאס לעוול. וואס איז מיין פוינט? מ'טענה'ט דאך אייביג מסורה אהין מסורה אהער, נישט אז איך האב עס אפגעקויפט אבער לאמיר זאגן פאר ארגומענט'ס סעיק: די נעגאטיווע רעזולטאטן פון דעם א.ג. מסורה זעה איך (און שפיר איך) וואס איז שוין די נעגאטיווע רעזולטאטן פון רח"ל אויף אלע שונאים לערנען פון פיר שעה ענגליש? די אוי יו רעדט נישט פון עפעס אן אויפשטייג פון אטעאיסטן וואס קומען ארויס פון ישיבה אף פלעטבוש, תורה תמימה, אדער העפטער אין Five towns אפילו נישט פון YU - מה הפשט? און אויב איז דאס מסורה, הלמאי ווען ס'קומט צו מיידלעך גיסט מען נאליזש, סוביעקטן, און טיטשער'ס?

סארי אויב דאס איז צו שווער פאר אייער מוח צו דערהייבן...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

מכסה לשפנים האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:
מכסה לשפנים האט געשריבן:א קלייניקע הערה אויפן געשרייבעכטס, סתם א נקודה וואס האט מיר נערוועז געמאכט.

בריך פריד וואס מאכט חתונה זיין עלצטע בשנת תתי"ד און קען א פיינעם ענגליש און האט פיין פרנסה גייט ווערן ביילייפיג 10 יאר בשנת תשפ"ד, איז פאר די יעצטיגע קינדער אין חדר איז נישט דא וואס צו זארגן בעז"ה, זייערע קינדער דאס איז די זארג...

[אדער אפשר קענען זיי אויך נישט רעכענען??? זיי זענען דאך אויך תלמידים פון אונזערע מוסדות...]
דו כאפסט אז דער אינגערמאן עקזיסטירט נישט און ס'איז א משל, יא? ער רעדט פון אינגעלייט וואס זענען יעצט די עידזש ווי זיי ציען נאך אויף די שמעון'ס אין ישיבה, אויב עפעס פארקערט, ער האט אים געמאכט צו אלט. אבער מען קען עפעס אויסארבעטן אז ס'קען שטימען ער שרייבט דאך אז ער איז א בן יחיד... מיר האט עס נישט געקוועטשט, ווייל ס'איז מער א נאוול,
איך ווייס אויך אז ס'איז א נאוועל, אבער די ווילסט דאך ארויסברענגען אז די קינד וואס איז היינט פינף באקומט נישט קיין עדוקעישן, איז זיין חתונה וועט זיין אומגעפער אין פיפצן יאר ארום וואס איז תשצ"ח בערך, אויב איז די זארג פאר די וואס האט חתונה תתי"ד, מיינט דאס אז דער וואס האט חתונה תשצ"ד איז מסודר, און ער שמועסט קלאר אויס אז ער האט פיין פרנסה וכו'. דאס הייסט אז די היינטיגע כתה ג' יונגל וועט זיך שיין מסדר זיין מיט פרנסה.

אודאי איז עס נאר א נאוועל, אבער ווען די מאכט די שמועס אויף צעהן יאר פון יעצט וואלט עס בעסער געווען, ווען די שמועס איז אויף דרייסיג יאר פון יעצט נעמט נאר אוועק פון די טענה, ודי בזה.
איך כאפ נישט די מכלל הן אתה שומע לאו לאגיק, א שטיקל טעות. לערנסט צו טיף