מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

ס'איז אנגעקומען א ביכל אין מיינע הענד וואס פארציילט א מעשה איבער א איד מיט'ן נאמען מאיר אנשיל ראטשילד, לאמיר צוזאמען ליינען דאס ביכל און זעהן צו מיר קענען דערגיין דעם אידענטיטעט פון דעם מאיר אנשיל'ן.
2.jpg
3.jpg
דא באגעגענען מיר זיך מיט א "זיסע אינגל מיט פאות" וואס הייסט מאיר אנשיל ראטשילד און וואוינט אינעם אידישן געטאו אין פראנקפורט, לאמיר זעהן צו מיר קענען שאפן נאך איינצעלהייטן איבער אונזער העלד דער געשיכטע.
4.jpg
5.jpg
דא איז ער שוין נישט סתם א איד, ער וויל נישט אויפגעבן זיין רעליגיע פאר קיין שום געלט אין דער וועלט, ממש א מסירות נפש איד, impressive, לאמיר זעהן ווייטער.
6.jpg
זעהט מען דא ווייטער נאכמאל אז דער מאיר אנשיל ראטשילד וואוינט אויפ'ן אידנגאס אין פראנקפורט, ד.ה. ער וואוינט ממש עקראס די סטריעט פון ראדני, כ'מיין מער אידיש פון דעם קען מען דאך נישט זיין, נישט אזוי? לאמיר זעהן...
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

7.jpg
דא זעהט מען אז ער איז געוועהן איינגעקלאפט מיט'ן קייזער און א גרויסער ביזנעסמאן, דארף ער דאך זיכער צו זיין גענוג א וויכטיגע היסטארישע פערזאן אז מ'זאל קענען טרעפן אויפ'ן געוועב אינפארמאציע איבער איהם. געזאגט און געטוהן, און א שנעלע גוגל זוך ברענגט מיר טאקע ארויף צוויי מענטשן, א טאטע מיט א זוהן, ביידע מיטן נאמען מאיר אנשיל ראטשילד.
father.jpg
son.jpg
די פראבלעם איז אבער גאנץ אפפענטזיכליך, נישט דער טאטע און נישט דער זוהן קוקן אויס ווי היימישע אידן... און בכלל, זייט ווען געבן אידן א נאמען נאך א לעבעדיגע טאטע? איז צום ערשט האב איך געטראכט אז מ'קען איינזעצן דעם פסוק אז אונזער העלד איז דער טאטע ראטשילד און באמת אלץ קינד האט ער יא געהאט פאות נאר ער איז שפעטער געווארן אטד, זיך אפגעשניטן די בארד און פאות געגעבן זיין זוהן א נאמען נאך זיך אליין. איז לאמיר זעהן צו מ'קען אזוי איינזעצן...
8.jpg
9.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

10.jpg
11.jpg
12.jpg
13.jpg
14.jpg
דא זעהט מען שוין נישט סתם א מאיר אנשיל, א "רבי" מאיר אנשיל איז ער מיר געווארן, הגם מ'קען נאך איינזעצן אז ער איז אפגעפארן סוף ימיו, זעהט אויס ווי נאך א יוחנן כהן גדול קעיס.

אבער, מיר זעהען דאך נאך איינצעלהייטן, דער "רבי" מאיר אנשיל האט זאגאר געלעבט אין די צייטן פון די נאפאליאנישע מלחמות, נו, לאמיר זיך ווייטער נעמען צום וויקיפעדיע זוכן וועלכע מאיר אנשיל האט דעמאלטס געלעבט. שטעלט זיך ארויס אזוי, פרידריך וויליאם III פון פרייסין איז געבוירן אין יאר 1770 און איז געוועהן קעניג פון פרייסין פון יאר 1797 ביז 1840 ד.ה. ער איז געוועהן קעניג ווען נאפאליאן האט איינגענומען די הייליגע רוימישע אימפעריע אום 1806. מאיר אנשיל דער צווייטער איז געבוירן אום 1773, ד.ה. ער איז געוועהן מיט 3 יאר עלטער פון קעניג וויליאם. אין אנדערע ווערטער, די ערשטע בילד ווי מ'זעהט די צוויי קינדער וויליאם III מיט מאיר אנשיל II צוזאמען וואלט טעכניש געקענט זיין אמת, ס'איז אבער זייער שווער איינצוזעצן אז דער טאטע מיט'ן הוילן קאפ האט געהאט א זוהן וואס האט אזוי אויסגעקוקט... ווער רעדט נאך אז ער האט געגעבן זיין זוהן א נאמען נאך זיך, צו רעליגיעז האט ער נישט געקענט זיין...

מ'דארף דאך אבער צוענדיגן די מעשה, איז לאמיר זעהן וואס איז געווארן מיט "רבי" מאיר אנשיל'ס זוהן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

15.jpg
16.jpg
ויי ויי ויי האט דער מאיר אנשיל געהאט א זוהן, קוקט איהם נאר אן, זעהט גראדע אויס א שטיקעלע מאדערנעזירט אבער א פולן בארד טראגט ער נאך, אפילו דעם וואלענעם טלית קטן טראגט ער נאך מיט'ן אויפגעריסענעם אידישן שטאלץ, ממש א נחת צוצוקוקן!

איא? לאמיר זעהן וואס וויקיפעדיע האט צו זאגן דערויף.
Screenshot 2023-09-18 000907.png
טו מעיק עי שורט סטארי לאנג, הייבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס, מאיר אנשיל האט קיין קינדער נישט געהאט, קינדער מיט טלית קטנ'ס איז דאך אפגערעדט... און דאס אנעם גריבלען צופיל אינעם עצם געשיכטע איבער קעניג וויליאם'ס גיין אין גלות. ווי ווייט וויקיפעדיע ווייסט צוזאגן איז קעניג וויליאם געגאנגען אין גלות אום 1806 און צוריקגעקומען אום 1813, "רבי" מאיר אנשיל איז אוועק אום 1855 ווען נאפאליאן איז שוין טויט געוועהזן פאר 30 יאר...

שוין, איין פרט בלייבט נאך אויסצוקלארן. וויאזוי האט אויסגעקוקט דעם מזרח וואנט אינעם פראנקפורטן שוהל? און געדענקט, דא רעדט מען אין די צייטן וואס דער הפלאה, א תלמיד פונעם מעזריטשן מגיד, איז געוועהן רב דארט. דער הפלאה איז אוועק אום 1805, א יאר פאר נאפאליאן האט איינגענומען פרייסין און קעניג וויליאם איז געגאנגען אין גלות, ד.ה. אז "רבי" מאיר אנשיל איז שוין לכאורה געוועהן פון די חשובי העדה. זיצט זיך אזוי פון איין זייט דער רב דער בעל הפלאה מיט'ן שטריימל און בעקיטשע, ווייסע זאקן (אקעי, מאיר אנשיל איז לכאורה אויך געגאנגען מיט ווייסע זאקן :lol: ) מיט געפלאכטענע עטרה, פון דער אנדערער זייט זיצט מאיר אנשיל אויסקוקענדיג וויאזוי ער קוקט אויס, וויאזוי האבן די אלע חשובי הקהל אינצווישן אויסגעקוקט? ווילאנג ס'נישט דא קיין בילדער דערפון קען מען זיך פאנטאזירן וואס מ'וויל. :P
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: א שנעלע גוגל זוך ברענגט מיר טאקע ארויף צוויי מענטשן, א טאטע מיט א זוהן, ביידע מיטן נאמען מאיר אנשיל ראטשילד.

און בכלל, זייט ווען געבן אידן א נאמען נאך א לעבעדיגע טאטע? איז צום ערשט האב איך געטראכט אז מ'קען איינזעצן דעם פסוק אז אונזער העלד איז דער טאטע ראטשילד און באמת אלץ קינד האט ער יא געהאט פאות נאר ער איז שפעטער געווארן אטד, זיך אפגעשניטן די בארד און פאות געגעבן זיין זוהן א נאמען נאך זיך אליין.
צו אויסקלארן די ענין, די טאטע האט געהייסן (משה) מאיר און די זוהן האט געהייסן אמשל (אנשיל), נאר כנהוג אין דייטשלאנד האט מען גערופן דעם זוהן אויך אויפן טאטן'ס נאמען, האט דער טאטע געהייסן מאיר אמשל ע"ש אביו און די זוהן אמשל מאיר ע"ש אביו
ברוך שפינוזה האט געשריבן:די פראבלעם איז אבער גאנץ אפפענטזיכליך, נישט דער טאטע און נישט דער זוהן קוקן אויס ווי היימישע אידן... און בכלל, זייט ווען געבן אידן א נאמען נאך א לעבעדיגע טאטע? איז צום ערשט האב איך געטראכט אז מ'קען איינזעצן דעם פסוק אז אונזער העלד איז דער טאטע ראטשילד און באמת אלץ קינד האט ער יא געהאט פאות נאר ער איז שפעטער געווארן אטד, זיך אפגעשניטן די בארד און פאות געגעבן זיין זוהן א נאמען נאך זיך אליין. איז לאמיר זעהן צו מ'קען אזוי איינזעצן...
די מעשה רעדט לכאורה פונעם טאטן, וואס ער איז דער ראש השושילתא למשפחת ראטשילד האבאראנען, און ער איז לכאורה געווען א שומר תורה ומצוות און אויסגעזעהן ווי אסאך אנדערע דייטשע אידן דעמאלטס, רמ"ד און נה"ו האבן נישט אויסגעזעהן אנדערש (די דאזיגע מעשה איז נאכאלס פיקשאן)

א בילד פון זיין מצבה
277px-Grabstein_Mayer_Amschel_Rothschild.jpg
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:.....
אנטשולדיגט מיר אבער צו מיר קוקט אויס ווי די מאכסט חוזק פון זיך אליינס, אדער גאר פון אונז אלע, זייט ווען בויעט מען געביידעס אויף בילדער וואס זענען געמאלן געווארן? נאך דערצו דורך מעשה דערציילער מעלער'ס, ווען די מעלער וואלט געווען א פריוואט באשטעלטע מעלער דורך די משפחה, וואלסטו געקענט האבן א קשיא, אבער אזוי!?!
די ערשטע צוויי דורות פון די 'רוטשילד' פאמיליע איז געווען פרומע ארטאדאקסישע אידן, ביי די אייניקלעך האט מען אנגעהויבן ווערן מאדערן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
מחונך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 9:57 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 217 מאל

שליחה דורך מחונך »

אויב איך מאך נישט א טעות האט ר שמשון רפאל הירש עכט נאר געהייסן רפאל און זיין טאטע האט געהייסן שמשון און ער איז באקאנט אלס ר שמשון רפאל צוליב מנהג היעקעס
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

פאר דיר @ברוך שפינוזה וואלט געפאסט צו פרעגן אויף די מקור פון 'רוטשילד'ס עשירות.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

סקעפטיקער האט געשריבן:(די דאזיגע מעשה איז נאכאלס פיקשאן)
פון וואו ווייסטו?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מחונך האט געשריבן:אויב איך מאך נישט א טעות האט ר שמשון רפאל הירש עכט נאר געהייסן רפאל און זיין טאטע האט געהייסן שמשון און ער איז באקאנט אלס ר שמשון רפאל צוליב מנהג היעקעס
די זעלבע איז מיט ר' יעקב (פון) עמדין. אריגינאל האט ער געהייסן ר' יעקב פאן (די שטאט) עמדין. נאר מ'האט שפעטער געדראפט דעם "מאדיפייער" און מ'האט איהם גערופן ר' יעקב עמדין.

אויך ביי ר' מאיר אנשיל, האט מען איהם אין אנהייב גערופן פאן ראטשילד ווייל ער האט געהאט א רויט קאלירטן טאוול אויף זיין הויז.

זיין אריגינאלער נאמען איז געווען "בויער".

נאך אן אינטרעסאנטע זאך. אלע נישט אידישע (גוי'אישע) מקורות רופן איהם "אמשעל" מיט א מ"ם.

די גאנצע אומקלארקייט (קאנפיוזש'ן) נעמט זיך (לענ"ד) פון דעם פאקט אז ר' מאיר אנטשיל (דער ערשטער)'ס זוהן איז געווען נישט רעליגיעז. און זייןזוהן ר' שמעון וואלף איז עפ"י כמה סיבות שונות געווארן א בעל תשובה. און ער איז געווען א תלמיד פונ'ם כתב סופר.
באניצער אוואטאר
יום טוב ליפמאן צונז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 171
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך יום טוב ליפמאן צונז »

אויף הרה״צ ר׳ איזי אנגלענדער וועט מען נישט פארציילן אז ער איז געווען א חסיד א צדיק? ווען ער קומט היינט צום טיש גייט ער כמעט מיט א בעקיטשע… אזוי גייט דאס. געלט איז יראת שמים. געלט איז פרימקייט. געלט איז פיאות. געלט איז אלעס……
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

שליחה דורך סקעפטיקער »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:(די דאזיגע מעשה איז נאכאלס פיקשאן)
פון וואו ווייסטו?
עס איז צורתו מוכחת עליו, אבער חוץ מזה איז מאיר אנשיל געווען די יארגאנג ווי פרידריך וויליאם דער צווייטער, וואס האט שוין נישט געלעבט ביי די מלחמות פון נאפאליאן
נחבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 27, 2023 12:23 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך נחבא »

מחונך האט געשריבן:אויב איך מאך נישט א טעות האט ר שמשון רפאל הירש עכט נאר געהייסן רפאל און זיין טאטע האט געהייסן שמשון און ער איז באקאנט אלס ר שמשון רפאל צוליב מנהג היעקעס
ער האט געהייסן שמשון, און זיין טאטע רפאל.
הנה הוא נחבא אל הכלים
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

סקעפטיקער האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:(די דאזיגע מעשה איז נאכאלס פיקשאן)
פון וואו ווייסטו?
עס איז צורתו מוכחת עליו, אבער חוץ מזה איז מאיר אנשיל געווען די יארגאנג ווי פרידריך וויליאם דער צווייטער, וואס האט שוין נישט געלעבט ביי די מלחמות פון נאפאליאן
באמת זענען געוועהן אסאך וויליאמס, מאיר אנשיל איז געוועהן די זעלבע יארגאנג ווי וויליאם I פון העסן-קאסעל און מאיר אנשיל איז געוועהן איינגעשטעלט אין זיין הויף. וויקיפעדיע האט גראדע אן אנדערע ווערסיע פון דעם געשיכטע, זעה דא אונטער די שטיקל Reign (יעצט איבערקוקענדיג די ביכל זעה איך טאקע אז דער וויליאם ווערט אין ערגעץ נישט באטיטלט אלץ קייסער אדער קעניג).
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

berlbalaguleh האט געשריבן:נאך אן אינטרעסאנטע זאך. אלע נישט אידישע (גוי'אישע) מקורות רופן איהם "אמשעל" מיט א מ"ם.
ס'די זעלבע נאמען, אין דייטש איז עס מיט מ"ם און אין אידיש מיט א נו"ן, די מ"ם און נו"ן טוישן זיך אסאך אויף צווישן אידיש און דייטש, צ.ב. זאמד - sand, צוים - zaun.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:אויף הרה״צ ר׳ איזי אנגלענדער וועט מען נישט פארציילן אז ער איז געווען א חסיד א צדיק? ווען ער קומט היינט צום טיש גייט ער כמעט מיט א בעקיטשע… אזוי גייט דאס. געלט איז יראת שמים. געלט איז פרימקייט. געלט איז פיאות. געלט איז אלעס……
הער צונז: ווען דו וועסט דיך אזוי צושטעללן צו דעם באבוב'ער רב אדער סיי וועלכן אנדער'ן רב אזוי ווי (ר') איזי ענגלענדער שטעלט זיך צו, וועט מען דיך אויך באטיטלען אלס הגאון הצדיק החסיד. דו וועסט אליין קענען אויסוועהלן וועלכן טיטל דו ווילסט. ווילאנג דו טוסט דאס נישט קענסטו נישט רעדן (אפילו סארקאסטיש).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:נאך אן אינטרעסאנטע זאך. אלע נישט אידישע (גוי'אישע) מקורות רופן איהם "אמשעל" מיט א מ"ם.
ס'די זעלבע נאמען, אין דייטש איז עס מיט מ"ם און אין אידיש מיט א נו"ן, די מ"ם און נו"ן טוישן זיך אסאך אויף צווישן אידיש און דייטש, צ.ב. זאמד - sand, צוים - zaun.
איך האב נאר געברענגט דעם פאקט. די גראמאטישע דיפערענץ איז פון קלענערע וויכטיגקייט. ס'איז קלאר אז מ'רעדט דא פון דעם זעלבן מענטש.
הגאון הצדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:39 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

שליחה דורך הגאון הצדיק »

און וואס איז מיטן מעשה מיטן חכם צבי וואס מ'דערצהיילט בי אונז אידן אז ר' מאיר אנשיל געוועהן א גבאי פון די חכ"צ און משום מעשה שהיה א חשש גניבה כ'געדענק נישט פונקט יעצט און בשכר דעם האט די חכ"צ עם געווינטשן עשירות עד סוף כל הדורות וואס פון דעם איז משמע אז ער יא געווען אן אדם כשר
yatzmachp האט געשריבן: פארוואס ווייסטו נישט די חילוק צווישן אין און און?
הגאון הצדיק האט געשריבן: אדרבא יעדער וואס זעהט אז איך האב נישט גוט געשריבן אויף אידיש און ער וועט מיך ווייזען מיין טעות וועל איך עם דאנקן
קליינע צדיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל

Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

שליחה דורך קליינע צדיק »

עס איז דא א שיינע צאל מעשיות פון אים מיט צדיקים איבער אידישקייט זאכן, איז ווי אזוי קען דאס שטומען?
(איין מעשה געדענק איך עפעס איבערדעם אז ער האט געבויט א עקסטרע הויז פאר פסח צו זיין נקי מחשש חמץ)
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

שליחה דורך סקעפטיקער »

הגאון הצדיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 9:43 am און וואס איז מיטן מעשה מיטן חכם צבי וואס מ'דערצהיילט בי אונז אידן אז ר' מאיר אנשיל געוועהן א גבאי פון די חכ"צ און משום מעשה שהיה א חשש גניבה כ'געדענק נישט פונקט יעצט און בשכר דעם האט די חכ"צ עם געווינטשן עשירות עד סוף כל הדורות וואס פון דעם איז משמע אז ער יא געווען אן אדם כשר
די מעשה גייט אויף ר' הירש'לע טשארטקוב'ער, און גייט אפעציעל אויף ר' מאיר אנשיל הנ"ל, אבער קען נישט שטימען מיט די יארן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=8741

קליינע צדיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:58 am עס איז דא א שיינע צאל מעשיות פון אים מיט צדיקים איבער אידישקייט זאכן, איז ווי אזוי קען דאס שטומען?
(איין מעשה געדענק איך עפעס איבערדעם אז ער האט געבויט א עקסטרע הויז פאר פסח צו זיין נקי מחשש חמץ)
די לעגענדע'ס גייען געווענליך אויף ר' שמעון וואלף ראטשילד
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A9%D7 ... 7%9C%D7%93
הגאון הצדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:39 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

שליחה דורך הגאון הצדיק »

קליינע צדיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 10:58 am עס איז דא א שיינע צאל מעשיות פון אים מיט צדיקים איבער אידישקייט זאכן, איז ווי אזוי קען דאס שטומען?
(איין מעשה געדענק איך עפעס איבערדעם אז ער האט געבויט א עקסטרע הויז פאר פסח צו זיין נקי מחשש חמץ)
די מעשה איז מיטן ערשטער באבוב'ער רב הה"ק ר' שלמה ה"ש וואס האט עים גענטפערט אז ווען סוואלט געווען א חומרא וואלט די סאנדז'ע זיידע וואס טאקע ער האט קיין געלט נישט גיהאט אבער פאר קיין מצוה האט ער קיין געלט נישט געטאן שפארן
yatzmachp האט געשריבן: פארוואס ווייסטו נישט די חילוק צווישן אין און און?
הגאון הצדיק האט געשריבן: אדרבא יעדער וואס זעהט אז איך האב נישט גוט געשריבן אויף אידיש און ער וועט מיך ווייזען מיין טעות וועל איך עם דאנקן
הגאון הצדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 10:39 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: מאיר אנשיל ראטשילד - א איד אדער א גוי?

שליחה דורך הגאון הצדיק »

סקעפטיקער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 12:16 pm
הגאון הצדיק האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 9:43 am און וואס איז מיטן מעשה מיטן חכם צבי וואס מ'דערצהיילט בי אונז אידן אז ר' מאיר אנשיל געוועהן א גבאי פון די חכ"צ און משום מעשה שהיה א חשש גניבה כ'געדענק נישט פונקט יעצט און בשכר דעם האט די חכ"צ עם געווינטשן עשירות עד סוף כל הדורות וואס פון דעם איז משמע אז ער יא געווען אן אדם כשר
די מעשה גייט אויף ר' הירש'לע טשארטקוב'ער, און גייט אפעציעל אויף ר' מאיר אנשיל הנ"ל, אבער קען נישט שטימען מיט די יארן
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=8741
קען זיין מיין רבי אין חדר האט עס דערציילט אויפן חכ"צ

פארשפארט