כפרות צענטער מיט ווייניג צער בעלי חיים?
כפרות צענטער מיט ווייניג צער בעלי חיים?
רבותי, כ'וויל זייער נעמען מיין משפחה פאר כפרות, אבער די וועג ווי אזוי ס'איז אין די כפרות צענטערן איז פשוט קעגן הלכה און קעגן מענטשליכקייט. ענדערש וועט מען שלאגן מיט געלט. די קינדער ווילן אבער שטארק טשיקענס.
איך וואוין אין ברוקלין איז אויב איינער ווייסט א כפרות צענטער ווי די צער בעלי חיים איז ווייניגער ווי אנדערע פלעצער ביטע מיך לאזן וויסן. אויב איז נישט דא לאקאל וואלט איך אפילו געפארן צו מאנסי, מאנרא, וכו'.
איך וואוין אין ברוקלין איז אויב איינער ווייסט א כפרות צענטער ווי די צער בעלי חיים איז ווייניגער ווי אנדערע פלעצער ביטע מיך לאזן וויסן. אויב איז נישט דא לאקאל וואלט איך אפילו געפארן צו מאנסי, מאנרא, וכו'.
דו האלטסט אז דו ביסט helpful דא?עמק הבכא האט געשריבן:דיין ווייב און קינדער שיק צום לאקאלן כפרות צענטער זיי זאלן בעטן א אינגל זאל זיי דרייען, און דו גיי ערב יוה"ק גענוג פרי ווען ס'איז נאך ליידיג אזוי אז ס'זאל דיר זיין ווייניגער די צער. אבער אויב דו ווילסט אונטערנעמען א טריפ קיין מאנסי מאנרא וועל איך דיר נישט אפהאלטן.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 36
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:11 am
- האט שוין געלייקט: 206 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
דיין כפרה האט דיר פארציילט אז ער האט עס ליב פארקוועטשט אין א קעסטל מיט 20 אנדערע טשיקענס, אין די זון אן א טראפ וואסער, אויף אזעלכע אומשטענדן וואס טויזענטע עופות שטארבן יעדעס יאר?yatzmachp האט געשריבן:זאג מיר פונקטליך די רולס פאר טשיקנס עס זאל נישט זיין קיין צער בעלי חיים. זאג מיר אויך די מקור וועלכע טשיקן האט דיר פארציילט וואס עס איז אים בעסער. אויב איז עס א זאך וואס דו שטעלסט זיך סתם אזוי פאר האף איך אז דו וועסט מיר אויך געבן רשות זיך פארצושטעלן מיינע רולס.
ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז די מיינסט באמת וואס דו זאגסט און דו שרייבסט נישט לקנטר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ניין: די אלע צער בעלי חיים'ניקס און אנדערע פיינשמעקערס ווילן הערן אז ס'איז דא א כפרות צענטער וואו מ'באהאנדלט די טשיקנס זייער פיין. מ'געט זיי א אהייסע טשאקאלעד מילעך א יעדן אינדערפריה. גלייך ווי זיי שטייען אויפ פו די פיינע, ווייכע בעטן מיט די עיר קאנדישאנ'ד שטייגן. וואו די לייטס ווערן אויסגעלאשן פונקטליך 10: 30 ביינאכט. נאכדעים געט מען זיי פאר א יעדן טשיקן און זיין/איהר משפחה א טונא (בייגל) סענדוויטש. נאכ'ן עסן געט מען זיי אייזקריעם פון פארשידענע פלעיווארס וואס א יעדער טשיקן קען זיך אויסוועהלן. נאכדעים גייען זיי אויף א שפאציר. ביז ס'איז די צייט צו גיין עסן לאנטש. דאמאלס געט מען זיי גרילל'ד טשיקן. מיט א קען קאוק (אדער דייעט קאוק) פאר איעדן טשיקן. ביז. די הייליגע אידן קומען און מ'שלאגט כפרות מיט זיי. וואס מ'טוט מיט זיי נאכדעים וויל איך אפילו נישט ארויסזאגן...דערפאר זעמיר אונז מוחה...!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
מיין כפרה האט מיר פארציילט אז ער האט מח א פיצלס. ער קען נישט טראכטן ער ווייסט נישט וואס ער וויל, ער ווייסט נישט וואס איז גוט פאר אים אדער שלעכט, ער טראכט בכלל נישט ער רעאגירט נאר צום אינסטינקט. וועגן דעם קען ער זיך זיך אויפפירן רשעות'דיג צו זיינע קאלעגן, און קריגט זיך מיט חיות וואס זענען שטערקער פון אים און גייען אים פארציקן. מיין כפרה טוט זאכן וואס זענען שעדליך פאר אים ווען נישט די גוטע מענטשן וואס מכלומרשט עביוזן אים און עסן אים אויף וואלט ער שוין לאנג געשטארבן און פון זיין מין וואלט נישט געבליבן קיין זכר.כף הקלע האט געשריבן:דיין כפרה האט דיר פארציילט אז ער האט עס ליב פארקוועטשט אין א קעסטל מיט 20 אנדערע טשיקענס, אין די זון אן א טראפ וואסער, אויף אזעלכע אומשטענדן וואס טויזענטע עופות שטארבן יעדעס יאר?yatzmachp האט געשריבן:זאג מיר פונקטליך די רולס פאר טשיקנס עס זאל נישט זיין קיין צער בעלי חיים. זאג מיר אויך די מקור וועלכע טשיקן האט דיר פארציילט וואס עס איז אים בעסער. אויב איז עס א זאך וואס דו שטעלסט זיך סתם אזוי פאר האף איך אז דו וועסט מיר אויך געבן רשות זיך פארצושטעלן מיינע רולס.
ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז די מיינסט באמת וואס דו זאגסט און דו שרייבסט נישט לקנטר.
מיין תורה האט מיך געלערנט אז מען טאר נישט מצער זיין קיין בעלי חיים ווען מען האט קיין שום סיבה און מען טאר נישט צוברעכן קיין כלים אן קיין סיבה און מען טאר נישט שאדן מאכן קיין צומח אן קיין שום סיבה און אז איך טאר מיך אליין נישט שעדיגן אן קיין שום סיבה ווייל די תורה וויל אז דער מענטש זאל זיך נישט פירן ווי די בעלי חיים וואס האבן נישט קיין שכל נאר ווי דער מענטש וואס האט יא שכל. אבער אויב איז דא א סיבה און עס גייט ארויס קומען א תועלת פון דעם וואס מען איז מצער א בעל חי אדער מען צוברעכט א כלי וכו דאן מעג מען עס טוהן.
אוודאי מיינט עס נישט אז מען זאל ברענגען טשיקנס און קיין שום חשבון ווי אזוי צו נעמען קעיר אויף זיי אבער דאס איז ווייל דער מענטש דארף זיך אויפפירן ערליך און נישט ווייל דער טשיקן איז א מענטש אדער האט סיי וועלכע אנושיות.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 25
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:15 pm
- האט שוין געלייקט: 80 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל
אמממ. סא די זאגסט אז די איסור פון מצער זיין א בעל חי איז די זעלבע ווי שעדיגן א כלי? ס'איז דאך נישא אזוי. ס' איז דא א איסור פון צער בעלי חיים און ס'איז דא א איסור פון בעל תשחית. א בעל חי קען האבן צער און וועגן דעם איז אסור זיי צי וויי טוהן; די איסור גייט נישט אהן ביי א דומם. ביי א דומם איז נאר דא בעל תשחית.