איז דא היינט מער צרות ווי אמאל, אדער מער צער ווי אמאל?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

דו שרייבסט נישט צום זאך.[/quote]
ראנדי, ביטע זיי מרחיב בדיבור. מען קען נישט סתם אפ'פסל'ען א שרייבער בלי שום סיבה.[/quote]
ווייל סאיז בכלל נישטא מער פון די אלע זאכן וואס ער רעכנט אויס פון וויפיל סאיז געווען פאר די קריג.
סאיז פשוט אז היינט ווייסט מען אלעס. דאס מאכט מער צער און ברענגט מער ענקזייעטי.[/quote]
וועלכע קריג?[/quote]

איראן-איראקער קריג...
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

sunbar האט געשריבן:וועלכע קריג?


איראן-איראקער קריג...[/quote]
איך וייס אויך פון וועלכע קריג מרעדט. כהאב אבער געוואלט ארויסברענגן א פוינט..
מרעדט אזוי היימיש פון דער קריג בשעת וואס סגעווען פאר זיבעציג יאר צוריק און קיינער געדענק נישט בכלל וויאזוי מהאט באמת געפילט פאר דעם.
כהאב געזעהן א גוט ווארט: צויי זאכן טוישן זיך קיינמאל נישט: 1 - די וועלט ווערט אלס בעסער, 2- מענטשען רעדן זיך אלס אפ אז סווערט ערגער.
I have a dream
Martin Luther King ~
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

לעיקוואד האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:וועלכע קריג?


איראן-איראקער קריג...

איך וייס אויך פון וועלכע קריג מרעדט. כהאב אבער געוואלט ארויסברענגן א פוינט..
מרעדט אזוי היימיש פון דער קריג בשעת וואס סגעווען פאר זיבעציג יאר צוריק און קיינער געדענק נישט בכלל וויאזוי מהאט באמת געפילט פאר דעם.
כהאב געזעהן א גוט ווארט: צויי זאכן טוישן זיך קיינמאל נישט: 1 - די וועלט ווערט אלס בעסער, 2- מענטשען רעדן זיך אלס אפ אז סווערט ערגער.[/quote]

אונז האבן געהערט פון אידן וואס האבן נאך געדענקט פון פארן קריג. אפשר אין לעיקוואד איז נישט געווען קיין אלטע אידן?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

געדענקן איז נאך דא אפאר מענטשן [זיי ווערן אלס וייניגער און וייניגער. איינער זאל געדענקן די קריג פון ווען ער איז געווען 10 מוז דאך שוין היינט זיין 80]
אבער פון געדענקן ביז קענען משווה זיין ווען מהאט געהערט מער צרות, וואס דאס איז א סוביעקטיבע זאך, איז א גאנג.
אויך קלער איך נישט אז דא אין ק"ש איז דא ווער סגעדענקט, רעדט מען שוין פון כלי שני ושלישי.
I have a dream
Martin Luther King ~
שלמה_דיין
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:05 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך שלמה_דיין »

לכאורה איז די מאס פון צרות וואס מיר פארמאגן אן אמת'ער און באשטעטיגטע מעסטער מפי ספרים וסופרים אויף די גייסטישע געזונט פון אונזער הייליג פאלק. ואם כך הם פני הדברים איז זיכער אז מיר היינט וואס פון די אלע שטערבליכע קרענק פון אמאל, פון טיפוס ביז פונגוס אויף די פיס, איז קוים געבליבן א זכר, און די ערווארטעטע לעבנסלענג איז מיט כמעט צוויי מאל (!) לענגער ווי ביי אונזערע זיידעס אין מזרח אייראפע, מוז זיין אז אין הימל איז מען אויסנאם צופרידן פון די התנהגות פון אידישן פאלק! און דאס אז מיר זעען ווי דער אויבערשטער האט אונז באלוינט אין די לעצטע פיפצן יאר מיט נייע השפעות אין פרנסה, וואס די יארן שטימען פונקט מיט די זעלבע יארן וואס די אינטערנעט האט זיך ל"ע אריינגעכאפט, מוז זיין אז די אינטערנעט איז גאר א באליבטע זאך ביים רבוש"ע. און וויי פאר ווער עס טשעפעט מיט דעם.

הק' שלמה דיין
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שלמה_דיין האט געשריבן:לכאורה איז די מאס פון צרות וואס מיר פארמאגן אן אמת'ער און באשטעטיגטע מעסטער מפי ספרים וסופרים אויף די גייסטישע געזונט פון אונזער הייליג פאלק. ואם כך הם פני הדברים איז זיכער אז מיר היינט וואס פון די אלע שטערבליכע קרענק פון אמאל, פון טיפוס ביז פונגוס אויף די פיס, איז קוים געבליבן א זכר, און די ערווארטעטע לעבנסלענג איז מיט כמעט צוויי מאל (!) לענגער ווי ביי אונזערע זיידעס אין מזרח אייראפע, מוז זיין אז אין הימל איז מען אויסנאם צופרידן פון די התנהגות פון אידישן פאלק! און דאס אז מיר זעען ווי דער אויבערשטער האט אונז באלוינט אין די לעצטע פיפצן יאר מיט נייע השפעות אין פרנסה, וואס די יארן שטימען פונקט מיט די זעלבע יארן וואס די אינטערנעט האט זיך ל"ע אריינגעכאפט, מוז זיין אז די אינטערנעט איז גאר א באליבטע זאך ביים רבוש"ע. און וויי פאר ווער עס טשעפעט מיט דעם.

הק' שלמה דיין


אוי וויי, א דיין מיט אזא מאדנע מהלך המחשבה.......
אבער איך מיין אז פאנגוס אויף די פוס (איימסארי, רבותי) איז היינט פיל ערגער ווי אמאל.
פרעג נאר די דאקטוירים.
קענסט בלעימען די מקוה (אפשר איז השי"ת נישט צופרידן דערמיט...? ווער ווייסט...),
וירח ה' את ריח הניחוח
גוטזאגער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:03 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

שליחה דורך גוטזאגער »

:lol: :lol: יא פאנגוס אויף די פיס איז שמעקעדיג...
אז די פארשטייסט יא מעגסטו פארשטיין אז נישט אלעס מוזטו פארשטיין
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

שלמה_דיין האט געשריבן:לכאורה איז די מאס פון צרות וואס מיר פארמאגן אן אמת'ער און באשטעטיגטע מעסטער מפי ספרים וסופרים אויף די גייסטישע געזונט פון אונזער הייליג פאלק. ואם כך הם פני הדברים איז זיכער אז מיר היינט וואס פון די אלע שטערבליכע קרענק פון אמאל, פון טיפוס ביז פונגוס אויף די פיס, איז קוים געבליבן א זכר, און די ערווארטעטע לעבנסלענג איז מיט כמעט צוויי מאל (!) לענגער ווי ביי אונזערע זיידעס אין מזרח אייראפע, מוז זיין אז אין הימל איז מען אויסנאם צופרידן פון די התנהגות פון אידישן פאלק! און דאס אז מיר זעען ווי דער אויבערשטער האט אונז באלוינט אין די לעצטע פיפצן יאר מיט נייע השפעות אין פרנסה, וואס די יארן שטימען פונקט מיט די זעלבע יארן וואס די אינטערנעט האט זיך ל"ע אריינגעכאפט, מוז זיין אז די אינטערנעט איז גאר א באליבטע זאך ביים רבוש"ע. און וויי פאר ווער עס טשעפעט מיט דעם.

הק' שלמה דיין


איך וועל ענטפערן מארגן. יעצט בין איך צו מיד.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גוטזאגער האט געשריבן::lol: :lol: יא פאנגוס אויף די פיס איז שמעקעדיג...


OUCH :shock: :? :רגע: :אזוי: :אזוי: :ניין:
וירח ה' את ריח הניחוח
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך איך זאג דיר »

די צווייטע וועלט מלחמה האט ליידער זייער אסאך גורם געווען בעקיפין ובמשרין אויפן סדר העולם בכלל, און ביי אונז אידן יוצאי אונגארן ופולין בפרט ובכל מקום ווי די נאצישע חיות טרף האבן באטראטן די ערד, דאס וואס ס'איז דא אזויפיל מענטשן מיט שוואכע נערוון דאס איז א תוצאה, וואס אונזערע עלטערן האבן נעבאך מיטגעמאכט ביים קריג און זיי האבן נישט געהאט די ריכטיגע ערנערונגס מיטלען און האבן כסדר געליטן טויט שרעק מיט נאך אלע ביטערע איבערלעבענישן, וואס אע"פ אז נאכן קריג האבן זיי זיך פרובירט צאמצונעמן און אויפבויען שטיבער און זיי זענען טאקע צוריקגעקומען צו די כוחות, האט דאס אבער געשאדט פאר זייערע קינדער פון ערשטען און צווייטען דור נאך די מלחמה. און פארשידענע פראבלעמען וואס מ'פלאגט זיך נאך היינט איז א תוצאה פון די מלחמה דירעקט אדער אומדירעקט, און נאך א זאך אמאל איאין דער אלטער היים איז בכלל דאס לעבן געווען רואיגער טאקע דערפאר וואס מ'האט נישט געוואוסט פון אלע היינטיגע ערפידוגען וכו' וכו' מ'האט נישט געדארפט אלעס האבן ממילא איז פארשטענדליך וואס היינט איז דא אזעלכע צרות וואס מ'האט דאכט זיך מיר קיינמאל נישט געהערט, סאיז דא אסאך צו רעדן דערוועגן אבעק עד כאן אומרים בשבת הגדול ועוד חזון למועד, אויב בין איך נישט גערעכט אדרבה וויל איך הערן די מיינונגען פון די מעמבערס אין קאווע שטיבל.
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך זאג דיר האט געשריבן:די צווייטע וועלט מלחמה האט ליידער זייער אסאך גורם געווען בעקיפין ובמשרין אויפן סדר העולם בכלל, און ביי אונז אידן יוצאי אונגארן ופולין בפרט ובכל מקום ווי די נאצישע חיות טרף האבן באטראטן די ערד, דאס וואס ס'איז דא אזויפיל מענטשן מיט שוואכע נערוון דאס איז א תוצאה, וואס אונזערע עלטערן האבן נעבאך מיטגעמאכט ביים קריג און זיי האבן נישט געהאט די ריכטיגע ערנערונגס מיטלען און האבן כסדר געליטן טויט שרעק מיט נאך אלע ביטערע איבערלעבענישן, וואס אע"פ אז נאכן קריג האבן זיי זיך פרובירט צאמצונעמן און אויפבויען שטיבער און זיי זענען טאקע צוריקגעקומען צו די כוחות, האט דאס אבער געשאדט פאר זייערע קינדער פון ערשטען און צווייטען דור נאך די מלחמה. און פארשידענע פראבלעמען וואס מ'פלאגט זיך נאך היינט איז א תוצאה פון די מלחמה דירעקט אדער אומדירעקט, און נאך א זאך אמאל איאין דער אלטער היים איז בכלל דאס לעבן געווען רואיגער טאקע דערפאר וואס מ'האט נישט געוואוסט פון אלע היינטיגע ערפידוגען וכו' וכו' מ'האט נישט געדארפט אלעס האבן ממילא איז פארשטענדליך וואס היינט איז דא אזעלכע צרות וואס מ'האט דאכט זיך מיר קיינמאל נישט געהערט, סאיז דא אסאך צו רעדן דערוועגן אבעק עד כאן אומרים בשבת הגדול ועוד חזון למועד, אויב בין איך נישט גערעכט אדרבה וויל איך הערן די מיינונגען פון די מעמבערס אין קאווע שטיבל.

דו געדענקסט טאקע אז דאס לעבן איז געווען רוהיגער? וייל איך געדענק פונקט פארקערט...
די טעאריע אז די מלחמה האט אפגעשוואכט די נערוון לדורות עולם אדער לפחות לדור או שנים איז א אלעט טעאירע וואס האט נישט קיין דעקונג. עכ"פ איך וייס נישט פון קיין געהעריגע דעקונג דערפאר דערוייל איז עס סתם בויך סברות פון מענטשן וואס פארשטייען נישט בכלל פון וואס זיי רעדן.
I have a dream
Martin Luther King ~
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

אגב, די וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג זענען בעצם געווען שטארקע מענטשן. אז איר וועט זיך אריינלייגן דערין, וועט איר זען אז זיי זענען נישט געווען קראנק ווען זיי זענען געווען יונגער... משא"כ די היינטיגע 55-65 יעריגע זענען 80% פון זיי אויף פילן (צו עס זאל זיין בלוט דרוק. צו עס זאל זיין מיט די הארץ, און אזוי ווייטער.)
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך איך זאג דיר »

sunbar האט געשריבן:אגב, די וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג זענען בעצם געווען שטארקע מענטשן. אז איר וועט זיך אריינלייגן דערין, וועט איר זען אז זיי זענען נישט געווען קראנק ווען זיי זענען געווען יונגער... משא"כ די היינטיגע 55-65 יעריגע זענען 80% פון זיי אויף פילן (צו עס זאל זיין בלוט דרוק. צו עס זאל זיין מיט די הארץ, און אזוי ווייטער.)

הרב sunbar עס איז מיר א וואונדער וואס איר שרייבט אז די אלע וואס האבן איבער געלעבט די קריג זענען געווען שטארקע מענטשן, און די אלע 6 מיליאן זענען געווען שוואכע מענטשן ? זיי זענען געווען קראנק ? אלע פון זיי ? ילמדינו רבינו פשט אין די דיבורים תמוהים. דאס וואס איר שרייבט אז היינט זענען זייער אסאך מענטשן פון די בני חמושים ושישים אויף פילן, דאס איז ווערטער וואס מ'קאן פארשטיין מ'קאן עס דערהערן, ווייל די מעדיצינישע וועלט אז היינט זייער פארגעשריטן און דערפאר לעבט מען היינט לענגער ווי אמאל, היינט לעבן ס'רוב ביז די 90, אין דער אלטער היים איז א בן חמישים שוין געגאנגען מיט א שטעקן און היינט א בן שבעים איז נאך א יונגערמאן
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך איך זאג דיר »

און דאס וואס אזויפיל יונגע מענטשן נעמען היינט פילן איז טאקע ווייל דאס שוואכקייט איז א תוצאה פון די מלחמה וואס אונזערע עלטערן זענען אדורך שבעה מדורי גהינם און דעס האט געהאט א השפעה אויף די קידער און אייניקלעך
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך זאג דיר האט געשריבן:און דאס וואס אזויפיל יונגע מענטשן נעמען היינט פילן איז טאקע ווייל דאס שוואכקייט איז א תוצאה פון די מלחמה וואס אונזערע עלטערן זענען אדורך שבעה מדורי גהינם און דעס האט געהאט א השפעה אויף די קידער און אייניקלעך

מן הסתם האט דער קריג געהאט א השפעה נישט נאר אויף די יודען נאר אויף אלע גוים אויך [ווער וייסט, אפשר צוליב זייער שטארקע מיטפילן טאקע מיט די יודען..]
וייל סנישטא מער יודען אויף פילען ווי גויים.
I have a dream
Martin Luther King ~
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

איך זאג דיר האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:אגב, די וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג זענען בעצם געווען שטארקע מענטשן. אז איר וועט זיך אריינלייגן דערין, וועט איר זען אז זיי זענען נישט געווען קראנק ווען זיי זענען געווען יונגער... משא"כ די היינטיגע 55-65 יעריגע זענען 80% פון זיי אויף פילן (צו עס זאל זיין בלוט דרוק. צו עס זאל זיין מיט די הארץ, און אזוי ווייטער.)

הרב sunbar עס איז מיר א וואונדער וואס איר שרייבט אז די אלע וואס האבן איבער געלעבט די קריג זענען געווען שטארקע מענטשן, און די אלע 6 מיליאן זענען געווען שוואכע מענטשן ? זיי זענען געווען קראנק ? אלע פון זיי ? ילמדינו רבינו פשט אין די דיבורים תמוהים. דאס וואס איר שרייבט אז היינט זענען זייער אסאך מענטשן פון די בני חמושים ושישים אויף פילן, דאס איז ווערטער וואס מ'קאן פארשטיין מ'קאן עס דערהערן, ווייל די מעדיצינישע וועלט אז היינט זייער פארגעשריטן און דערפאר לעבט מען היינט לענגער ווי אמאל, היינט לעבן ס'רוב ביז די 90, אין דער אלטער היים איז א בן חמישים שוין געגאנגען מיט א שטעקן און היינט א בן שבעים איז נאך א יונגערמאן


דו זאגסט אז היינט איז 90 יאר אלט נארמאל... איך ווייס נישט צו דו כאפסט, אבער זיי זענען יודן וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג. איך געדענק ווען די 90 יעריגע זענען געווען 70. זיי זענען געגאנגען שנעלער און זענען געווען געזונטער ווי די היינטיגע 60 יעריגע יודן.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ער האט א טענה אבער אז מלחמה איבערלעבער זענען בדר"כ געווען געזונטערע שטערקערע מענטשן, פיזיש און גייסטיש. קודם איז געווען א סעלעקציע אין די לאגערן, און די שוואכע און קראנקע האט מען געשיקט אויף לינקס הי"ד, נאכדעם זענען די אומשטענדן פאר די לעבן-געבליבענע געווען גאר שווער, הונגער, דורשט, ווייניג שלאף, אנשטעקיגע קרענק, טיפוס, טויט מארשן, ווי די וואס זענען נישט געווען בכח צו שפרייזן פאר טעג נאכאנאנד זענען ל"ע אומגעקומען.
סא נישט אז יעדער איבערלעבער איז געווען שטארק, און יעדער אומגעקומענער איז געווען שוואך, אבער אויף איבערצולעבן אן ארבעטס לאגער און בלייבן ביים לעבן און ביי זינען האט זיך אויסגעפעלט אומגעהויערע כוחות, גופיים און נפשיים.
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך איך זאג דיר »

sunbar האט געשריבן:
איך זאג דיר האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:אגב, די וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג זענען בעצם געווען שטארקע מענטשן. אז איר וועט זיך אריינלייגן דערין, וועט איר זען אז זיי זענען נישט געווען קראנק ווען זיי זענען געווען יונגער... משא"כ די היינטיגע 55-65 יעריגע זענען 80% פון זיי אויף פילן (צו עס זאל זיין בלוט דרוק. צו עס זאל זיין מיט די הארץ, און אזוי ווייטער.)

הרב sunbar עס איז מיר א וואונדער וואס איר שרייבט אז די אלע וואס האבן איבער געלעבט די קריג זענען געווען שטארקע מענטשן, און די אלע 6 מיליאן זענען געווען שוואכע מענטשן ? זיי זענען געווען קראנק ? אלע פון זיי ? ילמדינו רבינו פשט אין די דיבורים תמוהים. דאס וואס איר שרייבט אז היינט זענען זייער אסאך מענטשן פון די בני חמושים ושישים אויף פילן, דאס איז ווערטער וואס מ'קאן פארשטיין מ'קאן עס דערהערן, ווייל די מעדיצינישע וועלט אז היינט זייער פארגעשריטן און דערפאר לעבט מען היינט לענגער ווי אמאל, היינט לעבן ס'רוב ביז די 90, אין דער אלטער היים איז א בן חמישים שוין געגאנגען מיט א שטעקן און היינט א בן שבעים איז נאך א יונגערמאן


דו זאגסט אז היינט איז 90 יאר אלט נארמאל... איך ווייס נישט צו דו כאפסט, אבער זיי זענען יודן וועלכע האבן איבערגעלעבט די קריג. איך געדענק ווען די 90 יעריגע זענען געווען 70. זיי זענען געגאנגען שנעלער און זענען געווען געזונטער ווי די היינטיגע 60 יעריגע יודן.

הוא אשר דיברנו אז די אידן פון דערהיים זענען געווען שטערקער אויסגעבויעט ווי די אידן וואס זענען געבוירען נאכן קריג, איר קענט אפילו זען עלטערע אידן לאוי"ט וואס די נערוון זייערע זענען אויסגעבויעט שטערקער, אדרבה מאכטס ריסורטש דערויף אפשר בין איך נישט גערעכט.
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך איך זאג דיר »

דיי היינטיגע 90 יעריגע לעבן דאך אין א מעדיצינישע וועלט, נישט אזוי ? דערפאר זענען זיי טאקע אנגעקומען צו די 90
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

איך זאג דיר האט געשריבן:דיי היינטיגע 90 יעריגע לעבן דאך אין א מעדיצינישע וועלט, נישט אזוי ? דערפאר זענען זיי טאקע אנגעקומען צו די 90


יא יא, אבער די היינטיגע 60 יעריגע לעבן אויך אין א מעדיצינישע וועלט, און קוק ווי זיי זעען אויס.
איך זאג דיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 126
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך איך זאג דיר »

sunbar האט געשריבן:
איך זאג דיר האט געשריבן:דיי היינטיגע 90 יעריגע לעבן דאך אין א מעדיצינישע וועלט, נישט אזוי ? דערפאר זענען זיי טאקע אנגעקומען צו די 90


יא יא, אבער די היינטיגע 60 יעריגע לעבן אויך אין א מעדיצינישע וועלט, און קוק ווי זיי זעען אויס.

נו, הוא אשר דיברנו, זיי זענען עס דער דור ראשון פון נאכן קריג
פארוואס זאג איך דיר ?, ווייל איך וויל זאלסט וויסן,
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

במחילבה מכבוד הכותבים שיחיו, איז די גאנצע פאקט ארום וואס מרעדט דא בכלל באשטימט אלץ אמת, אדער סתם א השערה פון איינער. זענען 90 יעריגע יודען טאקע מער געזונט פון 60ער. ?
אפילו אויב יא, דארף מען נישט די קריג דאס מסביר זיין נאר פשוט אז ער איז אנגעקומען צו די ניינציג איז א סימן אז ער איז געווען מער געזינט אויך ביז אהין.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט