כפרות צענטער מיט ווייניג צער בעלי חיים?

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
אנאנים

כפרות צענטער מיט ווייניג צער בעלי חיים?

שליחה דורך אנאנים »

רבותי, כ'וויל זייער נעמען מיין משפחה פאר כפרות, אבער די וועג ווי אזוי ס'איז אין די כפרות צענטערן איז פשוט קעגן הלכה און קעגן מענטשליכקייט. ענדערש וועט מען שלאגן מיט געלט. די קינדער ווילן אבער שטארק טשיקענס.

איך וואוין אין ברוקלין איז אויב איינער ווייסט א כפרות צענטער ווי די צער בעלי חיים איז ווייניגער ווי אנדערע פלעצער ביטע מיך לאזן וויסן. אויב איז נישט דא לאקאל וואלט איך אפילו געפארן צו מאנסי, מאנרא, וכו'.
עמק הבכא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:55 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 129 מאל

שליחה דורך עמק הבכא »

דיין ווייב און קינדער שיק צום לאקאלן כפרות צענטער זיי זאלן בעטן א אינגל זאל זיי דרייען, און דו גיי ערב יוה"ק גענוג פרי ווען ס'איז נאך ליידיג אזוי אז ס'זאל דיר זיין ווייניגער די צער. אבער אויב דו ווילסט אונטערנעמען א טריפ קיין מאנסי מאנרא וועל איך דיר נישט אפהאלטן.
והוא יחמול עליך חמלה
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

אין מאנסי, free roaming, מיט עסן און וואסער (אלעמאל, נישט נאר יעצט ווען מען קוקט..)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
אנאנים

שליחה דורך אנאנים »

עמק הבכא האט געשריבן:דיין ווייב און קינדער שיק צום לאקאלן כפרות צענטער זיי זאלן בעטן א אינגל זאל זיי דרייען, און דו גיי ערב יוה"ק גענוג פרי ווען ס'איז נאך ליידיג אזוי אז ס'זאל דיר זיין ווייניגער די צער. אבער אויב דו ווילסט אונטערנעמען א טריפ קיין מאנסי מאנרא וועל איך דיר נישט אפהאלטן.
דו האלטסט אז דו ביסט helpful דא?
תשפג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 104
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 05, 2023 10:23 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 197 מאל

שליחה דורך תשפג »

אויב די ביסט נישט מקפיד צו שטיצען דוקא די היימישע כפרות סוחרים, קענסטו גיין צו עני pet shop אין קויפן אפאר טשיקען׳ס, דארט האסטו מסתם נישטא די צער בעלי חיים פראבלעם.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

תשפג האט געשריבן:אויב די ביסט נישט מקפיד צו שטיצען דוקא די היימישע כפרות סוחרים, קענסטו גיין צו עני pet shop אין קויפן אפאר טשיקען׳ס, דארט האסטו מסתם נישטא די צער בעלי חיים פראבלעם.
שעכטן?
אנאנים

שליחה דורך אנאנים »

יין שרף האט געשריבן:אין מאנסי, free roaming, מיט עסן און וואסער (אלעמאל, נישט נאר יעצט ווען מען קוקט..)
ישר כח. דאס קוקט אויס ווי א גוטע אפשען, און אז ס'וועט אויספעלן וועל איך טאקע גיין קיין מאנסי. דערווייל אויב איינער ווייסט עפעס ענדליך אין ברוקלין אדער נענטער צו ברוקלין.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

זאג מיר פונקטליך די רולס פאר טשיקנס עס זאל נישט זיין קיין צער בעלי חיים. זאג מיר אויך די מקור וועלכע טשיקן האט דיר פארציילט וואס עס איז אים בעסער. אויב איז עס א זאך וואס דו שטעלסט זיך סתם אזוי פאר האף איך אז דו וועסט מיר אויך געבן רשות זיך פארצושטעלן מיינע רולס.
כף הקלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2018 4:11 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך כף הקלע »

yatzmachp האט געשריבן:זאג מיר פונקטליך די רולס פאר טשיקנס עס זאל נישט זיין קיין צער בעלי חיים. זאג מיר אויך די מקור וועלכע טשיקן האט דיר פארציילט וואס עס איז אים בעסער. אויב איז עס א זאך וואס דו שטעלסט זיך סתם אזוי פאר האף איך אז דו וועסט מיר אויך געבן רשות זיך פארצושטעלן מיינע רולס.
דיין כפרה האט דיר פארציילט אז ער האט עס ליב פארקוועטשט אין א קעסטל מיט 20 אנדערע טשיקענס, אין די זון אן א טראפ וואסער, אויף אזעלכע אומשטענדן וואס טויזענטע עופות שטארבן יעדעס יאר?

ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז די מיינסט באמת וואס דו זאגסט און דו שרייבסט נישט לקנטר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ניין: די אלע צער בעלי חיים'ניקס און אנדערע פיינשמעקערס ווילן הערן אז ס'איז דא א כפרות צענטער וואו מ'באהאנדלט די טשיקנס זייער פיין. מ'געט זיי א אהייסע טשאקאלעד מילעך א יעדן אינדערפריה. גלייך ווי זיי שטייען אויפ פו די פיינע, ווייכע בעטן מיט די עיר קאנדישאנ'ד שטייגן. וואו די לייטס ווערן אויסגעלאשן פונקטליך 10: 30 ביינאכט. נאכדעים געט מען זיי פאר א יעדן טשיקן און זיין/איהר משפחה א טונא (בייגל) סענדוויטש. נאכ'ן עסן געט מען זיי אייזקריעם פון פארשידענע פלעיווארס וואס א יעדער טשיקן קען זיך אויסוועהלן. נאכדעים גייען זיי אויף א שפאציר. ביז ס'איז די צייט צו גיין עסן לאנטש. דאמאלס געט מען זיי גרילל'ד טשיקן. מיט א קען קאוק (אדער דייעט קאוק) פאר איעדן טשיקן. ביז. די הייליגע אידן קומען און מ'שלאגט כפרות מיט זיי. וואס מ'טוט מיט זיי נאכדעים וויל איך אפילו נישט ארויסזאגן...דערפאר זעמיר אונז מוחה...!
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

כף הקלע האט געשריבן:
yatzmachp האט געשריבן:זאג מיר פונקטליך די רולס פאר טשיקנס עס זאל נישט זיין קיין צער בעלי חיים. זאג מיר אויך די מקור וועלכע טשיקן האט דיר פארציילט וואס עס איז אים בעסער. אויב איז עס א זאך וואס דו שטעלסט זיך סתם אזוי פאר האף איך אז דו וועסט מיר אויך געבן רשות זיך פארצושטעלן מיינע רולס.
דיין כפרה האט דיר פארציילט אז ער האט עס ליב פארקוועטשט אין א קעסטל מיט 20 אנדערע טשיקענס, אין די זון אן א טראפ וואסער, אויף אזעלכע אומשטענדן וואס טויזענטע עופות שטארבן יעדעס יאר?

ס'איז מיר שווער צו גלייבען אז די מיינסט באמת וואס דו זאגסט און דו שרייבסט נישט לקנטר.
מיין כפרה האט מיר פארציילט אז ער האט מח א פיצלס. ער קען נישט טראכטן ער ווייסט נישט וואס ער וויל, ער ווייסט נישט וואס איז גוט פאר אים אדער שלעכט, ער טראכט בכלל נישט ער רעאגירט נאר צום אינסטינקט. וועגן דעם קען ער זיך זיך אויפפירן רשעות'דיג צו זיינע קאלעגן, און קריגט זיך מיט חיות וואס זענען שטערקער פון אים און גייען אים פארציקן. מיין כפרה טוט זאכן וואס זענען שעדליך פאר אים ווען נישט די גוטע מענטשן וואס מכלומרשט עביוזן אים און עסן אים אויף וואלט ער שוין לאנג געשטארבן און פון זיין מין וואלט נישט געבליבן קיין זכר.

מיין תורה האט מיך געלערנט אז מען טאר נישט מצער זיין קיין בעלי חיים ווען מען האט קיין שום סיבה און מען טאר נישט צוברעכן קיין כלים אן קיין סיבה און מען טאר נישט שאדן מאכן קיין צומח אן קיין שום סיבה און אז איך טאר מיך אליין נישט שעדיגן אן קיין שום סיבה ווייל די תורה וויל אז דער מענטש זאל זיך נישט פירן ווי די בעלי חיים וואס האבן נישט קיין שכל נאר ווי דער מענטש וואס האט יא שכל. אבער אויב איז דא א סיבה און עס גייט ארויס קומען א תועלת פון דעם וואס מען איז מצער א בעל חי אדער מען צוברעכט א כלי וכו דאן מעג מען עס טוהן.

אוודאי מיינט עס נישט אז מען זאל ברענגען טשיקנס און קיין שום חשבון ווי אזוי צו נעמען קעיר אויף זיי אבער דאס איז ווייל דער מענטש דארף זיך אויפפירן ערליך און נישט ווייל דער טשיקן איז א מענטש אדער האט סיי וועלכע אנושיות.
יואלמ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 10:15 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

שליחה דורך יואלמ »

אמממ. סא די זאגסט אז די איסור פון מצער זיין א בעל חי איז די זעלבע ווי שעדיגן א כלי? ס'איז דאך נישא אזוי. ס' איז דא א איסור פון צער בעלי חיים און ס'איז דא א איסור פון בעל תשחית. א בעל חי קען האבן צער און וועגן דעם איז אסור זיי צי וויי טוהן; די איסור גייט נישט אהן ביי א דומם. ביי א דומם איז נאר דא בעל תשחית.
פארשפארט