"צו אַ מאָדערנעם מקובל''- מלכה חפץ-טוזמאן

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

"צו אַ מאָדערנעם מקובל''- מלכה חפץ-טוזמאן

שליחה דורך שאלתיאל »

מלכה חפץ-טוזמאן (1896-1987) איז נישט צו א באקאנטע יידישע פּאעט (קוים אַן ארימע וויקיפעדיע בלאט :roll: ) אבער איינער וואס איז דעפענטלי ווערט צו קענען. אירע פאעזיעס און לידער זענען בליציג, פיקאנטלעך, הומאריסטיש און הארציג. זי האט געשריבן אויף כלערליי נושאים: א ביסל פון דער אלטע היים, אביסל רעליגיע, אביסל פעמעניזם, און אלעס מיט א מאדערנע אפדעיטעד שפראך.

זי האט געשטאמט ארגינעל פון א חסידישע פאמיליע און וואלהין, א דארף אין אוקריינע, און שפעטער אימיגרירט אלץ מיידל קיין אמעריקע, פאר איר טויט האט זי אויך געלעבט עטליכע יארן אין א"י. די פארשידענע קולטורן מיט וועלכע זי איז געקומען אין קאנטאקט און דער פאקט אז זי איז געווען זייער א אפענמיינדעד קאפ און רעוואלטירנדע (דא אזא ווארט?) נאטור טרעפן אַן אויסדרוק אין אירע קאלירפולע ווערק.

אין די פאלגענדע וואונדערליכע פאעזיע גלייכט זי צו די אמליגע מקובלים צו דער ''מאדערנע מקובל'' וועלכע זוכט שארטקוטס אנצוקומען שנעל צו סיטואציעס און שטאפלען צו וועלכע דער אמאליגע מקובל האט געארבעט שווער אנצוקומען (מענייני דיומא פון ק"ש ווי מ'טוט לעצטנס אין סייקעדעליקס און קבלה).
'

'' זעלטן,
זעלטן א העלזען¹ געווען
ביי זיי
די דורכגעליכטיקטע.
וואָרט
געהייליקט,
קוים אויף די ליפּן צו ברענגען,
אין הימל-הונגער,
אין דָארשט
אות צו אות מצרף געווען
און זעלטן איז העלזען געווען.

און דו ביסט אומגעדולדיק,
צערייצט.
נעמסט איין ל.ס.ד
רייכערסט די ''גראָזן'',
חנפעסט דעם אַלף-בית דעם יידישן,
וואַרפסט זיך ארויף אים,
בגוואַלד ווילסטו אויפברעכן אות
און האָסט
דעליר ².

ווי שיין איך ברען, האט רעמבא ³ געזאָגט
און געשטאָרבן איז ער
אַ מיאוסן,
מיאוסן טויט.

דעריבער:
זיי האבן געזאגט ''הימל''
און מאַן איז געווען.
דו זאָגסט ''מאַן'' און
האסט ווינט.

זיי האבן געזאגט ''ערד''
און ווייב איז געווען
דו זאָגסט ווייב און
האָסט שטויב ''.

*


1. Divination, Vision
2. Delirium
3. נישט קלאר וואס זי מיינט. אפשר דזשאן רעמבא?
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

א הערליך שטיקל פאעזיע פון מלכה וואס האט בארירט מיין הארץ. ס'ברענגט ארויס אירע טיפע עקזיסטענשעל אמונה-קשר אין גאט וואס איז צומאל בעיאנד פילאסאפיע אדער הגדרות אדער זוכונגען. ס'איז פשוט דארט.

איך זיך דיך ניט

''שרייבן דיכטער-פילאָסאפן
וועגן גלויבן און ניט גלויבן,
וועגן זוכן אים און כאַפּן,
וועגן נאָכלויפן אַ גאָט.

איך ווייס נישט וואס מע מיינט מיט
''גלויבן''.
אויך ווייס איך ניט וואָס ''כפירה'' מיינט.

ניט איך זוך דיך,
ניט איך לויף דיך נאך, מיין גאָט.
ניט איך גלייב און ניט איך לייקן
נאָר אַלע מאָל איך רעד צו דיר,
נאָר צו דיר איך רעד, מיין גאָט.
לאָז מיך נאר אַרומגיין שטיל דא
אין דיין שטאָט.

וועמען ענגט מיין טרָאט?
וועמענס ביסן נעם איך צו?

היט מיך אין דיין קליינער גרויסער שטאָט.
לאָז מיך דאָ אַרומגיין שטיל, מיין גאָט.''
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: "צו אַ מאָדערנעם מקובל''- מלכה חפץ-טוזמאן

שליחה דורך טמיר »

איך וואנדער מיך וויפיל פערסענט מענטשן ווערן פארגאפט פון אזאלכע ווערק? אפשר זאל מען מאכן אן אנקעטע.

אני כשלעצמי זעה איך דא בלויז צאמגעקלאפטע ווערטער; ניטאמאל גראמט עס... אבער- איך גלייב באמונה שלימה אז עס ליגט באגראבן דא א שטיק ארט (אז נישט בין איך דאך א נער...)

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

פארגאפט איז א שטארקע ווארט, אבער איך קאנעקט צי עס, די ערשטע פאום (?) וויס איך נישט וואס זי וויל, אבער מיט די צווייטע פארשטייט/פילט יעדער וואס זי מיינט.

און מען בעט דער עולם זאל מיך אויפהערן נאכלויפן, איך דארף נישט קיין חברותא און איך וואוין נישט אין וויליאמסבורג :lol:
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: "צו אַ מאָדערנעם מקובל''- מלכה חפץ-טוזמאן

שליחה דורך טמיר »

@קהל, סארי ס'איז א טאפאטאלק סיגנעטשור. דאס צי טוישן וועל איך דארפן סאבמיטן א טיקעט צי מיין סעקרעטערי

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

טמיר האט געשריבן:איך וואנדער מיך וויפיל פערסענט מענטשן ווערן פארגאפט פון אזאלכע ווערק? אפשר זאל מען מאכן אן אנקעטע.

אני כשלעצמי זעה איך דא בלויז צאמגעקלאפטע ווערטער; ניטאמאל גראמט עס... אבער- איך גלייב באמונה שלימה אז עס ליגט באגראבן דא א שטיק ארט (אז נישט בין איך דאך א נער...)

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25
כ'ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין גלייבן אדער קלוגשאפט. אויך נישט אנקעטעס. ס'איז א מעטער אוו טעיסט, צו ס'רעדט צו דיר אדער נישט. כ'קען נישט די סייענטפישע דעפינישען פון ארט (כ'ווייס יא אז ס'ענדיגט זיך נישט ביי גראמען..) אבער ווען כ'ליין די שטיקלעך פיל איך די פאוער און שיינקייט און אפטמאל טיפע און אפטמאל שניידענדיג-פשוטע געדאנק פון דעם + א שטארקע הנאה און התפעלות.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

שאלתיאל האט געשריבן:
טמיר האט געשריבן:איך וואנדער מיך וויפיל פערסענט מענטשן ווערן פארגאפט פון אזאלכע ווערק? אפשר זאל מען מאכן אן ;) ;) ;) ;) אנקעטע.

אני כשלעצמי זעה איך דא בלויז צאמגעקלאפטע ווערטער; ניטאמאל גראמט עס... אבער- איך גלייב באמונה שלימה אז עס ליגט באגראבן דא א שטיק ארט (אז נישט בין איך דאך א נער...)

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 8&start=25
כ'ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין גלייבן אדער קלוגשאפט. אויך נישט אנקעטעס. ס'איז א מעטער אוו טעיסט, צו ס'רעדט צו דיר אדער נישט. כ'קען נישט די סייענטפישע דעפינישען פון ארט (כ'ווייס יא אז ס'ענדיגט זיך נישט ביי גראמען..) אבער ווען כ'ליין די שטיקלעך פיל איך די פאוער און שיינקייט און אפטמאל טיפע און אפטמאל שניידענדיג-פשוטע געדאנק פון דעם + א שטארקע הנאה און התפעלות.
סייענטיפישע דעפינישן פון ארט :lol: :lol: :lol:
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
פארשפארט