אטד קינדער - לרחק או לקרב?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2046 מאל

אטד קינדער - לרחק או לקרב?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

איך וויל אביסל אויסשמועסן וויאזוי מ'דארף באהאנדלען קינדער וואס שפילן נישט מיט די חסידישע/חרדישע געים. איך האב מיך שוין אסאך מאל אנגעשטויסן אין אזא שיטה אז מ'טאר נישט ארויסווארפן אזעלכע קינדער פון שטוב, בעיקר הער איך דאס פון באקאנטע וואס האלטן זיך יא פאר פולשטענדיגע חסידים נאר זיי האלטן זיך א שטיקל אויפגעקלערט. איך טענה אבער אלץ אז די ערגסטע זאך וואס מ'קען טוהן פאר א קינד וואס גליטשט איז איהם צו מאכן פילן באקוועם אין א געזעלשאפט וואס גיבט איהם נישט גארנישט, מ'קען זיך אזוי ארומדרייען צענדליגע יארן ארום און ארום דעם סיסטעם אן נישט אנקומען אין ערגעץ. איך קען רעדן פון מיין אייגענע עקספיריענס, כאטש וואס איך האב מיך שוין יא ארויסגעזעהן פון דארט פלעג איך האלטן אין איין צוריקגיין פאר שבתים/ימים טובים/שמחות און דאס איז וואס האט מיך געהאלטן סטאק אין לעבן, ס'דורכגעגאנגען איין יאר און נאך א יאר און מיין לעבן איז נישט געגאנגען אין ערגעץ, די מינוט וואס איך האב מיך אפגעשאקלט האבן זאכן זיך אנגעפאנגען צו רוקן.

איך האב באקאנטע אטדס סיי פון די וואס האבן געהויבן פיס און סיי פון די וואס קלעבן נאך צו זייער משפחה, און מיר זעהט אויס אז די וואס הייבן פיס און פעקלען זיך אפ קומען אן אסאך ווייטער אין לעבן ווי די וואס דרייען זיך האלבוועגס צו אינגאנצן אינעם געטאו. איך האב א קאזין וואס האט אנגעפאנגען גליטשן און ס'האט זיך געטוהן א מדובר צו מ'זאל איר ארויסווארפן פון שטוב אדער נישט, האב איך אנגערופן מיין פעטער און איהם געהייסן איר שוין ארויסצואווארפן. טוה איר נישט קיין טובות, זיי איר נישט מקרב, מאך איר נישט פילן comfortable אין דיין הויז, און פרוביר איר נישט צו ווייזן די "שיינקייט" פון "אידישקייט", זי דארף עס נישט האבן! אז זי האלט אז איר עתיד איז אין קאלעדש און טאנצן אין קלאבס לאז איר אהינגיין און דארט בלייבן, זי איז שוין אן עדאלט און זי מעג שוין אליין נעמען אחריות אויף איר לעבן.

בקיצור המעשה, איך האלט אז א מענטש דארף באשליסן מיט וועלכע מענטשן ער וויל זיך אידענטיפיצירן און צו זיי דארף ער זיך האלטן, די מענטשן וואס האלטן אין איין טאנצן צווישן צוויי אידענטיטיעס קומען אין ערגעץ נישט אן, און דאס האלטן א קינד אין שטוב ווען ער האט obviously נישט קיין שום עתיד דארט איז אין מיין מיינונג אן עוון בל יכופר, בין איך דער איינציגסטער וואס האלט אזוי? וואס האלט איר? לאמיר זיך ארומ'טענה'ן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר