איינער פון די סאמע גרעסטע פראבעלעמען וואס כלל ישראל האט געהאט במשך הדורות איז דער ענין פון "העתק מכתב יד" אדער ווי אנדערע זענען געגאנגען נאך ווייטער מיט אויסשפראך "העתק מכתב יד ישן נושן" אין אויך אמאהל אריינווארפען אז דער אזוי גערופענע כתב יד האט ער באקומען פון עפעס א זכרונו לברכה וואס האט דאס באקומען פון זיינס א קרוב ידיד וכל חניכה דאית להו פון ערגעץ ווי א פארקראכענע שטאט אין די טיפע אפגרונד אין הרי אררט, אמאל איז דאס געוועהן די אזוי גערופענע "ארץ המערב" אמאהל איז דאס א מויזיאם, יעדער 'מעתיק' טרעפט זיך שוין א מקור אלץ געוואנדען ווי ער וואוינט אין לויט די אומשטענדען פון תקופת בני דורו, בבחינת הרוצה לשקר ירחיק עדותו.
וואס האט מיר ארויס גענומען פון די גלייזען איז נישט די באקאנטע 'גניזה חרסונית' אדער דעם ירושלמי אויף קדשים, נאר גאר א אנדערע העתקה, איך וועל עס בהקדם מעתיק זיין, אז דער עולם זאל פארשטיין פון וואס די רעדע איז. דאס איז א העתקה מכתב יד קדשו פון דער הייליגע בעל שם טוב אליינס, ווי ער האט געזאלט שרייבען גילויים נוראים פון דער ביטערע מלחמה וואס גייט אט אט קומען, זאכען וואס דער בעש"ט האט געזעהן ברוח קדשו את אשר יקרה עם בני ישראל צוויי הונדרעט יאר שפעטער.
דאס מיינט אז דער בעש"ט האט דאס געשריבען מיט זיין האנטשריפט, איז געקומען א צווייטע וואס האט 'געהאט' דעם כתב יד אין דאס נאך געשריבען אות באות ווארט נאך ווארט, וזה לשונו:
"בעשרה באב יהי' ארץ ישראל עם ישראלים בתרצ"ט, ויהי' צרות גדולות על הישראלים... וקודם יהי' שופכים דמים על ישראלים בדייטשונלאנד, ואח"כ יגלו לפולין, מעט לענגלאנד, מעט להאלאנד וגומר. אח"כ יבא שלטון אחד ושמו היטלער ימח שמו, ויהרג בעשרה באב אלף ישראלים, ואח"כ יהיה גזירת שחיטה בעולם בתרצ"ט. עד כאן יש חשבון של הבעל שם טוב."
דאס איז פון העתקה פון כתב יד קדשו פון הייליגען בעל שם טוב זלה"ה בכבודו ובעצמו!!!!
פון ווי קומט דער העתקה? אזוי ווי דער העתקה קומט מיט א גאנצע יחוס בריעוו אויפ צו ווייזען איר אויטענטישקייט, קומט דאס אויך מיט א גאנצע מגילה.
דאס איז די היסטורי' פון דעם כתב יד: אין שטאט בעלזא האט געוואוינט א חסיד בשם ר' לייבעלע הערש קעליווער'ס, ער האט באקומען א העתק וואס איינער האט מעתיק געוועהן פון א העתקה פון כתי"ק פון דער בעש"ט הק', (דער דריטע דור). חודש אלול בשנת תרצ"ט האט ער געשיקט א בריעוו צו זיין זוהן ר' ישי העכט וואס האט געוואוינט באותו זמן אין שטאט סאטמאר, אין דעם בריעוו האט ער געשריבען אלע פרטים ווי אזוי דער העתקה איז אנגעקומען קיין בעלזא, אין ווי אזוי האט הרה"ק מהר"א זצ"ל רעאגירט צו דעם העתקה.
דאס איז דער לשון פון ר' לייבעלע אין זיין בריעוו צו זיין זוהן:
"אין די העתקה וואס איך האב דיך געשריבען, די מעשה איז אזוי: איין אסטראווצער איד וואס לעבין אפטא האט געקויפט איין קיצור ש"ע, האט ער געטראפען דאס מכתב פון בעל שם טוב אין קיצור ש"ע, אין דאס כתב אליין ווייסט מען נישט וויא עס איז, אפשר איז דאס ביי איין נכד הבעש"ט, און ער דאס געברענגט צו הרב מאפטא (ה"ה ר' שלום רוקח בן מרן מהרי"ד מבעלזא), און הרב מאפטא האט דאס געשיקט צו הרה"צ שליט"א (ה"ה מהר"א מבעלזא).
און הרה"צ שליט"א האט דאס געליינט כמה פעמים, קיין קלארע דיבורים האט מען נישט געהערט פון הרה"צ שליט"א, זעהט אויס אז ער האלט דערפון, ווייל ער האט אפגעשריבען איין בריף להרב מאפטא...
האברך חיים לייב פוילישער איז געוועהן ביי הרב מאפטא, האט ער איבערגעשריבען דיא העתקה, און ער האט זיא מיר געגעבין, אין דאס איז דיא העתקה אות באות.
- דא שרייבט ער די העתקה דערמאנט פריער -
און עס זעהט אויס אז הרה"צ האלט פון דעם בריף, ווייל ער האט געזאגט בי"א אב, אז דער נעכטיגער טאג איז דארך געגאנגען ב"ה גיט, זעהט אויס אז ער האלט אז דאס איז פון בעש"ט הקדוש זי"ע ועכ"י".
ע"כ המכתב של ר' לייבעלע הערש קעליווערס ז"ל.
דער כח הדמיון איז גאר שטארק ניכר, באופט בולט ביותר מאד. אז דאס קאמענטירען אויף צו ברענגען וויפיל שטותים ליגט דא איז פשוט איבריג. אבער די בעלי דמיון בלייבען נישט שטיין דא, נאר האבען דאס געדארפט דריקען למזכרת עולם בספר "נצר משרשיו" (עמוד רס"ט) לזכות את הרבים, איז טאקע זכות הרבים תלוי בו.
(להערה בעלמא, אין איינע פון די קובצים וואס ווערט געדריקט מדי חודש ע"י חסידות א' בא"י ווערט געדריקט אין איר פילע שטותים על שמו, ואכמ"ל)
העתקות מכתב יד
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
העתקות מכתב יד
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: העתקות מכתב יד
דולה, וועלכע חלק איז אמת און ווי הייבן זיך אן די שקרים?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
Re: העתקות מכתב יד
ביטע ליינט דאס איבער א צווייטע מאל מיט מער ישוב הדעת, אבער נעם און באטראכט עטליכע נקודות
א) איין אסטראווצער איד האט געקויפט א קיצור שו"ע וואס דערין האט ער געטראפען א העתק...
ב) מרן מהר"א האט נישט געזאגט קיין קלארע דיבורים, דהיינו ער האט נישט מגלה דעת געוועהן זיין פרעזענטליכע מיינוג
ג) ר' לייבעלע האט ביי זיך אפגעמאכט לפי רוב בינתו והבנתו "זעהט אויס אז ער [מרן מהר"א] האלט דערפין, ווייל ער האט אפ געשריבען איין בריף להרב מאפטא..." וואס איז געשטאנען אין יענע בריעוו ווייסט מען נישט.
ד) צום סוף חזר'ט ער איבער (מסתמא זיך אליינס איינצורעדען) "און עס זעהט אויס אז הרה"צ האלט פון דעם בריף, ווייל ער האט געזאגט בי"א אב, אז דער נעכטיגער טאג איז דארך געגאנגען ב"ה גיט, זעהט אויס אז ער האלט אז דאס איז פון בעש"ט".
צוויי ראיה'ס פון מרן מהר"א אז דאס מיז זיין פון דער בעש"ט (אעפ"י וואס מרן מהר"א האט גארנישט רעאגירט וועגען דעם בריעוו זעלבסט), ער האט געשריבען מי יודע וואס צו זיין ברידער. והשנית וויבאלד י"א אב איז אדורך ב"ה גיט.
ביי ביידע צייכענט ער צו "זעהט אויס אז הרה"צ האלט דערפין". ביים צווייטען ראי' וואס איז די שטערקסע ראי' שרייבט ער דאס ביפאר אין נאכדעם.
א פאפיר וואס מ'טרעפט אין א קיצור שו"ע איז נישט אין בכלל נישט קיין רטי' אז דאס איז פונם בעש"ט, אעפ"י אז שטייט בפירוש אזוי אויפן שטיקעלע פאפיר. קען נישט קומען ר' לייבעלע אין איינרעדען א וועלט אז דאס איז פונעם בעש"ט.
אגערירט דעם נושא ווי אויפן שפיץ גאפל, אבער אויב מ'גייט מיר צווינגען דאס צו גלייבען וועל אויך זיין געצווינגען צו גלייבען דעם נ נח פתק...
א) איין אסטראווצער איד האט געקויפט א קיצור שו"ע וואס דערין האט ער געטראפען א העתק...
ב) מרן מהר"א האט נישט געזאגט קיין קלארע דיבורים, דהיינו ער האט נישט מגלה דעת געוועהן זיין פרעזענטליכע מיינוג
ג) ר' לייבעלע האט ביי זיך אפגעמאכט לפי רוב בינתו והבנתו "זעהט אויס אז ער [מרן מהר"א] האלט דערפין, ווייל ער האט אפ געשריבען איין בריף להרב מאפטא..." וואס איז געשטאנען אין יענע בריעוו ווייסט מען נישט.
ד) צום סוף חזר'ט ער איבער (מסתמא זיך אליינס איינצורעדען) "און עס זעהט אויס אז הרה"צ האלט פון דעם בריף, ווייל ער האט געזאגט בי"א אב, אז דער נעכטיגער טאג איז דארך געגאנגען ב"ה גיט, זעהט אויס אז ער האלט אז דאס איז פון בעש"ט".
צוויי ראיה'ס פון מרן מהר"א אז דאס מיז זיין פון דער בעש"ט (אעפ"י וואס מרן מהר"א האט גארנישט רעאגירט וועגען דעם בריעוו זעלבסט), ער האט געשריבען מי יודע וואס צו זיין ברידער. והשנית וויבאלד י"א אב איז אדורך ב"ה גיט.
ביי ביידע צייכענט ער צו "זעהט אויס אז הרה"צ האלט דערפין". ביים צווייטען ראי' וואס איז די שטערקסע ראי' שרייבט ער דאס ביפאר אין נאכדעם.
א פאפיר וואס מ'טרעפט אין א קיצור שו"ע איז נישט אין בכלל נישט קיין רטי' אז דאס איז פונם בעש"ט, אעפ"י אז שטייט בפירוש אזוי אויפן שטיקעלע פאפיר. קען נישט קומען ר' לייבעלע אין איינרעדען א וועלט אז דאס איז פונעם בעש"ט.
אגערירט דעם נושא ווי אויפן שפיץ גאפל, אבער אויב מ'גייט מיר צווינגען דאס צו גלייבען וועל אויך זיין געצווינגען צו גלייבען דעם נ נח פתק...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
Re: העתקות מכתב יד
דולה ומשקה האט געשריבן:"בעשרה באב יהי' ארץ ישראל עם ישראלים בתרצ"ט, ויהי' צרות גדולות על הישראלים... וקודם יהי' שופכים דמים על ישראלים בדייטשונלאנד, ואח"כ יגלו לפולין, מעט לענגלאנד, מעט להאלאנד וגומר. אח"כ יבא שלטון אחד ושמו היטלער ימח שמו, ויהרג בעשרה באב אלף ישראלים, ואח"כ יהיה גזירת שחיטה בעולם בתרצ"ט. עד כאן יש חשבון של הבעל שם טוב."
איך פארשטיי נישט סתם אידיש וואס שטייט דא, זייער א קראצעדיגע לשון, קוקט אויס וואו א כתה ז' יונגעל האט עס געשריבען, אבער לאמיר פארען אז עס איז יא אמת קען מיר איינער אויסליינען אין מסביר זיין מילה במילה?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)