ווי אזוי גייען די גוים באהאנדלן אונזער שנעלע וואוקס??

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 631
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 251 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 574 מאל

ווי אזוי גייען די גוים באהאנדלן אונזער שנעלע וואוקס??

שליחה דורך שפילער »

איך האב לעצטענס געהערט זייער אן אינטערעסאנט שמועס פון ר׳ משה שפיצער איבער עקספענשינעל גראוס דאס איז ווי גרויס א זאך ווערט ווען מ׳דאפעלט עס און איבער די באקאנטע מעשה פון די שאך שפיל.

ער רעדט דארט ארום ווי שנעל אין גרויס די היימישע עולם וואקסט
איז מיר נולד געווארן א שווערער שאלה און איך וויל וויסן וואס דער עולם זאגט דערצו.

כהיום איז דא אין ניו יארק בערך 250,000 ארטאדאקסישע אידן
און די פאפולאציע וואקסט אויף א ראטע פון 4% א יאר
לויטן חשבון איז א זאך וואס וואקסט מיט 4% א יאר גייט זיך דאפלן יעדע 18 יאר
קומט אויס אז אין יאר 2041 גייט זיין 500,000 היימישע אידן אין ניו יארק
2059 1,000,000
2077 2,000,000
אא״וו
2113 גייט זיין 8,000,000 היימישע אידן!!

דאס הייסט אין א קנאפע הונדערט יאר פון היינט גייט כמעט האלב פון די ניו יארק׳ער באפעלקערונג זיין חסידישע אידן.

און דאס איז נאר ניו יארק אליין, אין ניו דזשערזי איז דא נאך בערך 200,000 איך ווייס נישט וויפיל פון דעם זענען היימישע אידן אבער אין הונדערט יאר ארום גייט דארט אויך זיין מיליאנען אידן.

יעצט אין אמעריקע איז דא בערך דריי הונדערט דרייסיג מיליאן מענטשן
און וואקסט מיט א נישטיגע 0.4% א יאר און ס׳איז פוחת והולך פון יאר צו יאר
און סתם פאר אינטערעסאנטקייט מיט אזא ראטע דאפעלט זיך עס איינמאל אין 138 יאר
דהיינו היימישע אידן גייען זיך דאפלען יעדע 18 יאר און די אמעריקאנע באפעלקערונג יעדע 138 יאר!

בקיצור אן אריינגיין אין אלע חשבונות גייט כלל ישראל אין הונדערט יאר ארום זיין א ריזיגע פראצענט פון די אמעריקאנע באפעלקערונג

משיח גייט אוודאי קומען פארדעם, אבער לשבר את האוזן,
די היימישע עסקנים גייען אינדארסירן פרעזידענט קאנידאטן און זיי גייען האבן א ריזיגע השפעה אויף די נאציאנאלע פאליטיק!
מ׳גייט דארפן האבן אן ערך פון דרייסיג מיליאן כפרות א יאר!
דער בלאט גייט פארקויפן צען מיליאן שטיק א וואך!
זלמן ווידער׳ס אייניקל גייט האבן אכט ניין מיליאן צוהערהער א טאג!
נאך תשליך גייט האלבע אושען זיין באדעקט מיט חלה! :)

בקיצור מאכט אליין די חשבונות.

און יעצט קום איך צו צום שאלה, וואס גייען די אמעריקאנע גוים טון?
און גייען זיי זיין גערעכט?

דאס הייסט אז זיי גייען זיך טרעפן מיט א פראבלעם אז די יונייטעד סטעיטס ווערט איבער גענומען דורך אידן
די אידן גייען האבן א מיינונג אויף טריט און שריט אינעם לאנד אין קיינער גייט זיי נישט קענען פייטן
און נישט פארגעסן אז דעמאלטס גייט זיך עס דאפלען יעדע אכצן יאר אבער נישט פון א מיליאן, נאר פון אכט מיליאן!

און זיי גייען איינזעהן אז ביז אפאר יאר גייען די אידן זיין מער ווי האלב פון די באפעלקערונג!
די אידן גייען מחליט זיין ווער ס׳זאל זיין די נעקסטע פרעזידענט
די אידן גייען מחליט זיין צו מ׳זאל בויען א וואנט וכו וכו׳

והעיקר גייט רוב פון די פראגראמען גיין פאר אידן
האלב פוד סטעמפס גייט גיין פאר אידן
דער אכטער
וואוטשערס
מעדיקעיר

און זיי גייען באמת האבן א שווערע פראבלעם מיט דעם און מיט רעכט!

משיח זאל אוודאי קומען פריער אבער איך בין נייגעריג צו הערן וואס דער עולם האלט זיי גייען טון און וואס איז בארעכטיגט זיי זאלן טון.

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר