מיין רב'ס כל נדרי דרשה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3687 מאל

מיין רב'ס כל נדרי דרשה

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

א גוט יו"ט א גוט יאר א גמר חתימה טובה.
מ'האלט מיר שוין ביי כל נדרי, שוין די צענטע טאג פון עשי"ת. צען טאג פון טראכטן און אפמאכן זיך אינטערצונעמען צו זיין גוט. יעדעס יאר חזר'ט זיך איבער די זעלבע סייקל מיט די זעלבע טראומא, אבער יעדעס יאר טראכט מען און מ'זאגט אז דאס יאר וועט עס טאקע זיין אזוי. ווי אזוי זינגט ליפא שמעלצער, יעצט מיין איך עס אמת'דיג כ'זאג דיר צו! יעדעס יאר שטעל איך מיך אויף דא אויפן זעלבן פלאץ ווען פון אינטער מיר איז די ארון הקודש מיט די ספרי תורה וועלכעס מ'גייט באלד ארויסציען און זיך איבערבעטן מיט זיי. דאס שטיין דא צווישן דעם עולם אין די ארון הקודש ווייזט די וויכטיגקייט פון די ערענסטע מאמענטן אז די דרשה פאר כל נדרי איז נישט א קינדער שפיל, וואו מ'קומט בלאבלן ווערטער סתם ווייל אזוי טוט מען. דערפאר האב איך אפגעמאכט אז היי יאר גייט טאקע זיין דאס יאר פטור צו ווערן פון אלע אלטע נעגאטיווע באגאזש.

יעדעס יאר הייב איך מיין דרשה פאר ענק מיט פסוקים פון תנ"ך, מדרשים און גמרות... מיט גאנצעטע פשט'לך. נישט היי יאר, היי יאר גייט מען שניידן די קניידלך און ארויס קאלארן אזויווי מ'זאגט ביינונז.

צוויי וויכטיגע נקודות פון וואס וואס כ'וויל ארום רעדן. ערשטענס וויל איך מוחה זיין, יא, ווי קען מען דען נישט מוחה זיין, א דרשה אן א מחאה איז דען עפעס ווערט?! אבער פאר א טשעינדזש פון יעדעס יאר וויל איך דא מוחה זיין נישט אויף ענק טייערע אידן און אויך נישט אויף די חשוב'ע נשים צדקניות, און אויך נישט קעגן די ציונים, נישט אויף די סמארטפאון'ס, אינטערנעהט וכו' וכו' אזויווי ס'איינגעפירט ביינונז אין געווענליכע דרשות. נאר דאס יאר וויל איך מוחה זיין אויף מיר אליין, יא עטס הערטס גוט, כ'בין מוחה אויף מיר אליין. פאר די חוצפה אז כ'קען מיך דא אויפשטעלן רעדן דרשות של דופי יאר איין יאר אויס און מוחה זיין מיט געמאכטע בכיית קעגן אזא עדה קדושה ווען עכט האב איך עס קיינמאל נישט געמיינט אמת'דיג, נאר געמיינט מיך, מיין כבוד! שטעלטס ענק פאר ווען איך דרש'ן ווען נישט, ווען כ'געב ווען נישט קיין דרשות, ווען איך בין ווען נישט מוחה, ווען כ'לאז ווען מיך נישט הערן אין פובליק, ווען כ'חתמ'ע ווען נישט אינטער מיין נאמען אויף די פולע קו"ק'ס ווער וואלט ווען געקומען צו מיר? וועלכע נארמאלער מענטש וואלט ווען געקוקט אויף מיין זייט בכלל?!

און אין דעם האט עטס אויך פינקט אזא חלק, עטס זענץ געשטאנען אויף די פארענטשעס און געפאטשט מיט ענקערע הענט און געהאקט מיט ענקערע פיס.. זיך געשטופט נאר צו כאפן אן אויסגעדראשן שטיקל געפילטע פיש מיט הארטע פערפעל.. ביי סעודות חקל תפוחין קדישין. אדער אנעפל ביים חמשה עשר טיש וכו' וכו' סיי ענק און סיי איך האבן גאנץ גוט געוויסט אז די גאנצע זאך איז בולא דשיתא, און מיט דעם אלעם האט עטס דאס אנגעהאלטם פאר'ן זעלבן חשבון פון שמור לי ואשמור לך אלעס איז איין גרויסע שפיל גארנישט מער. ענק האבן עס אויך געטוהן ווייל ענק האבן געשפירט ווי ענק ברויכן באלאנגן ערגעץ, און מיך געניצט אלץ ענקער באזע און איך האב ענק געניצט פאר מיין סופארט


די צווייטע גאר וויכטיגע נקודה פון וואס כ'וועל דא רעדן איידער כ'טרעיט אוועק פון מיין פאסטן אלץ רבי/רב איז, יו"כ איז א טאג פון מחילה סליחה וכפרה, און די ערשטע וועם מ'ברויך איבערבעטן איז זיך אליין! דער ערשטער וועם מ'ברויך מוחל זיין איז זיך אליין! און קלאר מאכן פאר זיך אז כ'האב געטוהן דאס בעסטע וואס כ'האב געקענט און זיך פארנעמען צו ארבייטן דערויף, זיך ליב צו האבן, שפירן גוט מיט זיך, נישט שפירן גילטי, אהבת עצמו איז בכלל נישט קיין גרינגע עבודה.און הערשט נאכדעם קען מען מקיים זיין דעם ואהבת לרעך כמוך זייטס מיר אלע געבענטשט מיט א גמר חתימה טובה, אמן.

דאס וואלט באמת געווען אן ארגינעלע הערליכע דרשה פון מיין/דיין/ענקער רב/רבי/צדיק/אדמו"ר אבלללל אנחנו ורבותינו חטאנו! אה יי יי יי אה יי יי יי אשמנו.....


Sent from my SM-S911U using Tapatalk

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר