איסר האטלקי האט געשריבן:די עצם הבהרה פון הגה"צ נשיא עוז והדר איז מיר א גרויסע חידוש, ווי ווייט איך קען אים אנטלויפט ער פון כבוד ווי פון געלט... ער פייגערט פאר אטענשען, אינטערוויוס און פובליסיטי.
כ'פארשטיי נישט עד היום הזה די מושג פון די רבנים וואס זענען נשיאים. למשל נשיא ממלכת התורה, סך הכל איז ער אין די פרינטינג ביזנעס פון א גוט גואינג אייטעם.
וואלווי: דו קענסט אויך ווערן א נשיא. ווען דער עולם וועט קויפן דיין חאשיש, און דו וועסט שוועבן אין די עולמות קענסטו נאך ווערן נשיא אגודת בעלי עליית נשמה...!
ווען קומען זיי שוין צרוק
איך ליין דא פון בלאט איינס און איך נעם זיך געמאט לאכן איינער שרייבט אז ס'גייט האבן מער ליינערס פון די איד און דער בלאט און אז ס'גייט האבן אסאך עדס און און און קארניט געבליבן פון זיי אזא שאד אהלוויי קומען זיי צרוק ארויס
שמעקעדיג האט געשריבן:מיט 2 וואכן צוריק, האט דער "טריביון" באשריבן ר' יהושע לייפער שליט"א, וואס פירט אן מיט די מכון "עוז והדר", און שטייט אונטער די אלע גרויסצוגיגע פראיעקטן, פון דעם הערליכן ש"ס ביז אומצאליגע אנדערע ספרים, משנה ברורה, וכדו'.
איך בין שוין א לענגערע צייט נישט אינטרעסירט אין דעם אויסגאבע – וואס איז געפלויגן פון "אומזיסט" ביז $3.50 אין גאר א קורצע תקופה, און טראץ דעם וואס עס איז נאך אלץ די "מערסטע געליינטע אידישע אויסגאבע" בלע"ז, האלט איך זיך צוריק פון עס קויפן. וואס קען איך טון, אז די בחור'ישע באבע מעשיות פון ישיבה איז נישט פאר מיין עידזש, און אנדערע זאכן זענען אדער פלאגיאזירט, אדער צו קורץ און שארף, אן קיין איבריגע הסברים. (דער בליץ איז שוין אסאך בעסער אין דעם הינזיכט).
אבער עכ"פ זעענדיג אויפ'ן דעקל דעם בילד פון הרב יושע לייפער, און זייענדיג שטארק אינטרעסירט אין די היסטאריע פון עוז והדר, און בככליות וואס טוט זיך הונטער די קוליסן פון אזא מאסיווע אפעראציע, האב איך עס געקויפט.
לאנג סטארי שארט – מיין אנטוישונג איז געווען גאר שטארק. ממש געמאלן וואסער! ס"ה ברענגט ער ארויס וואס יעדער ווייסט, עס איז געווען שווערע צייטן, און הערשי פר"מ פון מאנטריאל האט גענומען אויף זיך די הוצאות הדפוס, און נאך אפאר מינדערוויכטיגע פרטים. ממש א שאד געווען צו ליינען. טענות קען איך נישט האבן נאר אויף מיר, הלמאי איך האב זיך גענארט אז די וואך וועט יא זיין וואס צו ליינען. (למען האמת מוז איך צולייגן אז איך האב הנאה געהאט צו ליינען אז זיי ארבעטן יעצט אויף א נייעם שו"ע און א משניות, וואס קען מיר שטארק צוניצקומען בעז"ה).
עכ"פ איך האב שלו' געמאכט מיט'ן מצב אז איך האב פארלוירן 3.50 און אפאר מינוטן פון מיין לעבן, און מסיח דעת געווען דערפון, שוין פארלאפן א 2 וואכן פון דעמאלס... איי וואס האב איך זיך יעצט דערמאנט? ווייל איך בין שאקירט געווארן צו זען הענגען דאס פאלגענדע אין די שולן, עס האט מיר ממש אויפגעברויזט!