חסידישע סיסטעם נישט, וואס יא?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1701 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2046 מאל

חסידישע סיסטעם נישט, וואס יא?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אויב קענסטו עפענען א קהילה אויפ'ן גרעניץ פונעם "סיסטעם" וואס וואלסטו געטוישט? זעלבסטפארשטענדליך אז אין מיין קהילה צווינגט מען גארנישט ארויף אויף קיינעם, איך רעד פון קהל'ס אפיציעלע שטעלונג, אזא בחינה ווי אין סאטמאר גייט דיך קיינער נישט טערארעזירן ווען דו גייסט צום כותל אדער דו טוסט זיך אן א הויעכן ביבער הוט אבער די אפיציעלע שטעלונג איז אז מ'גייט נישט צום כותל און נאר שטאפענע הוטן און פלאכער ביבער הוטן איז סאטמאר. עניוועיס, מיין קהילה מוז האבן די פאלגענדע תנאים:

א. אלע מוסודות החינוך זענען coed. ד.ה. אז אינגלעך און מיידלעך באקומען דעם זעלבן חינוך, פון די זעלבע מחנכים, אינעם זעלבן בית חינוך.

ב. עוואלוציע און ביקורת המקרא זענען אינעם קוריקולום (ווער ס'וויל זיין אויפגעקלערט קען אויך צולערנען קריעשאניזם א.ד.ג. און ס'וועט קיינעם נישט שטערן)

ג. מ'לערנט אויך איבער אנדערע קולטורן און רעליגיעס אויף א רעספעקטפולן וועג

ד. ס'נישט דא קיין דאגמעס אין וואס מ'מוז (זיך איינרעדן אז מ'טוט) גלייבן

ה. פרויען דארפן נישט באהאלטן זייער קערפער מער פון מענער (צודעקן די האר, אינטשעס אונטער די קניען, א.ד.ג.)

ו. הלכה בכלל ווערט פראקציטירט אויפ'ן זעלבן לעוועל ווי מנהגים, מדקדק זיין און אויפקומען מיט שאלות אין הלכה איז אן אפגעפרעגטע זאך

ז. איסורים מיט חרמות לבצר חומות הדת, א שטייגער ווי AI און קידטשאטשקע, עקזיסטירן נישט. מיר האלטן אז אונזער רעליגיע שטעלט צו גענוג און מ'דארף עס נישט באשיצן פון בייזע ווינטן

ח. פרויען מעגן דרייוון

ט. אינטערנעט און סמארטפאונס זענען מותר

י. פארהייראטע פרויען דארפן זיך נישט שערן (מענער אויך נישט...)

יא. כ'האב זיכער פארגעסן נאך זאכן, אויב דער עולם וועט זיך אנרופן וועל איך מיך מעגליך דערמאנען

די זענען זאכן וואס איך האלט אז חסידים טוען אומריכטיג און זענען עתיד ליתן את הדין דערפאר און וואס איך קען בשום אופן נישט אקצעפטירן. איך רעד נישט פון זאכן וואס זענען א פערזענליכע שמעק, צ.ב. איך פאר מיר האב נישט קיין הוט אדער רעקל אין מיין באזיץ, אבער ס'שטערט מיך נישט אויב אנדערע מענטש גייען דערמיט.

וואס וואלסטו געטוישט אין דיין קהילה?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר