ורפא ירפא - rapé

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

ורפא ירפא - rapé

שליחה דורך שעפטאל »

דעם אשכול ווערט געפענט יעצט, ס'וועט לכאו' אויפגעפרישט ווערן אין אפאר יאהר ארום.. ס'וועט נאך ווערן די נארמע צו טוהן ראפּע ר"ה ויוה"כ אין ביהמ"ד. [ס'שוין דא היינט צו טאג'ס בשתיקה, אינטערן טלית.] אפשר וועט עס גאר זיין ווי טבק וואס די טבק אידל אין שוהל איז דיך מכבד מיט א שמייכל..
דער וואס האט א רפואה עקספיריענס וועט עס דא קענען מיטטיילן.
---


טבק

טבק קען מען שמעקן, רויכען, און אפי' ניצן אין א פארום פון א ליקוואד [אריין אין די נאז, און ארויס פון די מויל].
הגם רוב רויכערער ניצן דעם ניקטין צו סופרעסן געפיהלן, ביי געוויסע שבטים ווערט עס באניצט להיפוך, ארויסצוברענגן געפיהלן וואס זענען אונטערן סורפעס, [און עס אפי' עקספרעסן מיט די וועג ווי אזוי זיי נעמען אריין און בלאזן ארויס די רויעך.]


ורפא ירפא - ראפּע

אין די דשונגל באקענט מען זיך מיטן גאר אלטן רפואה ראפּע. ס'ווערט גענוצט אלס בארואיג'נגס מיטל, אריינצוברענגן דעם מענטש אין א מעדיטעיטיוו סטעיט אוו מיינד. [ווען מ'איז אויף אייוואסקא טוהט דאס צופייערן דעם אפעקט פונעם אייוואסקא אסאך שטערקער]

מ'גייט נישט צופיהל מסביר זיין דא, ווייל מ'דארף דאס מיטהאלטן צו פארשטיין. [ווי אויכעט איז כדי מ'זאל עס טוהן די ערשטע פאר מאל דורך א שאמאן אדער איינער וואס איז באמת עקספיריענסט.] מ'געט דא א טעימה קלה, כדי זאלסט קענען זיין א חלק פונעם שמועס ווען מ'רעדט פון דעם.. און ווען מ'איז דיך מכבד אין ביהמ"ד מיט ראפּע צום ערשטן מאל זאלסטו שוין וויסן וואס קומט..


אינגרידיענט'ס

אש, טבק, הורבּ'ס, [ס'דא וואס האבן אין זיך דמט, ווי
jurma]


די וועג פון אריין נעמען

ראפּע איז שטויב וואס מ'בלאזט אריין אינעם נאז מיט אזא כמו פּייפּ, ס'שיסט ארויף צום מוח, ס'הייבט אהן שוויצן, און מ'שפייעט עס שפעהטער אויס פון די מויל.
[מ'קען עס טוהן אליין מיט א קליינעם פּייפּ וואס איין עפענונג איז אינעם מויל און די צווייטע ביים נאז. אדער מיט א לענגערע פּייפּ וואס א צווייטער בלאזט אריין פאר דיך.]


וועגן פון בלאזן

ווען מ'טוהט דאס אליין איז די באקאנסטע וועג איין שנעלע שטארקע בלאז, ווי א שברים.
נאך א מהלך איז דעם תקיעה, מ'בלאזט שוואך פאר בערך 5 סעקונדעס, אבער מ'ענדיגט צו מיט א שטארקייט.
[ס'דא נאך מהלכים, כ'מיין אז דעי צוויי זענען די באקאנסטע.]


די רפואה

ס'עפענט דעם פּינאל גלענד. [די חלק המוח פון וויזיעס.]

געבט א שטארקע קלארקייט פארן מוח צו פאוקעסען. געוויסע ניצן עס ווען זיי דארפן עפעס דורך'טראכטן מיט ישוב הדעת מיטן גאנצן שארפקייט און קלארקייט.

ס'דא נאך אסאך זייטיגע בענעפיטן, מ'רעד דא פון די עיקר.


די עקספיריענס..

ווען מ'בלאזט עס אריין, לעשט עס אויס די מחשבות פאר א רגע, מ'שפירט א שארפקייט אינעם קאפ, ווי די מוח ברענט, (ס'קען ברענגן צו ברעכן אויב מ'נעמט אסאך), אבער דערנאך פיהלט מען א מורא'דיגען ראוגקייט, ווי מ'האט פון פריש אויפגעשטאנען צו א נייעם טאג.

לויט די הורבּ'ס פונעם ראפע, (וויפיהל פראצענט איז הורבּ'ס, ווי פריש ס'איז, וכדו') לויט דעם איז די עקספיריענס בשעת מעשה און נאכדעם. [ביי געוויסע קען מען שפירן ווי די גוף ווארפט זיך אביסל, מ'באקומט ענטפער'ס, וויזיעס, וכדו'. ס'דא גראופ'ס פון האונטער'ס וואס טוהן עס פארן ארויסגיין אויף יאגד, צו וויסן ווי די חיות געפינען זיך...]


א אינטרעסאנטע עקספיריענס..

כ'האב גענומען אסאך ראפע, ס'האט מיך געמאכט ברעכן פאר בערך 15 מינוט, ס'האט מיך גענומן אין אזא מעדיטעיטיוו סטעיט, אז כ'האב זיך אראפגעלייגט אויף די ערד פאר בערך א שעה. כ'האב דאן באקומען קלארקייט אין אפאר הינזיכטן, וואס כ'דארף און קען טוהן. די ראוגקייט האט אנגעהאלטן ביז שפעהט ביינאכט.
-----------



כ'שעם זיך צו פרעגן..

טייערע חברים שבבית הקאווע

כ'האב א וויזיע פון אויספראבירן אפאר מינע גראזן, זיך אויסלערנען ביי די שאמאן'ס סודותיהם נקדותיהם ואותיותיהם ותבותיהם, והשמות היוצאים מהם מראשי תיבות וסופי תיבות וחלופי תיבות.. און מגלה זיין סודות התורה.. אבער כ'הייב אהן מורא האבן אז מיינע רפואה ארטיקלן גייען שוין אויף די נערווען.. אפשר איז העלטה עפעס וואס נאר אייוועלט וואלט געוועהן אינטרעסירט?.. אפשר זאלעך גאר מאכן אן אנקעטע איבער דעם?..

אלזא, ביטע זייט מודיע אין אישי, כ'שעץ יעדעם'ס מיינונג און געפיהל. אויב כ'זעה אינטרעסע דערין עמער ממשיך זיין.

אויב נישט, עמער ווייטער פארברענגן מיט די פומא'ס דא אינעם דשונגל, ביים וואסער'ל. צעווישן די געדעכטע גרין באדעקטע ביימער עמער צעהאקן און צעמאלן די אייוואסקא צווייגן, קאכן פאר שעות אויסגעמישט מיט מיין הערצעלע און דמט גראזן. און ווען די לעכטיגע טינקלקייט פונעם שרעקעדיגן ליבליכן נאכט קומט, עלעך טרינקן דעם טיי, שפילן אויף מיין פידעלע, זינגן א מעדיסין לידעלע, "אַלאַ האָ אַלאַ", און אויסשרייען דעם גרויסן "יאַוואַנאַוואַ שׁאַוואַראָ"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
קייןנאמען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 02, 2023 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך קייןנאמען »

יעצט ארויסגעברענגט געווארן פונעם קעלער צום ערשטען מאל
מ'קען אויכעט מודיע זיין ברבים אויב ס'דא אינטערעסע אינעם רפואות וועלט.

אגב. רפואה איז תשובה.
זיי זאגן אז דעי רפואות זענען שוין זיכער איבער צעהן טויזנט יאהר אלט.
מיר ווייסן דאך אז די וועלט שטייט נאר 6 טויזנט יאהר.
נאר תשובה איז קדמה לבריאת העולם..
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

דערציילט מיר א חבר אז ער איז געגאנגען מאכן אייוואסקא אין די ג׳ונגלען וכו׳ און ער האט באקומען ענפערס, פרעג איך עם וואס איז די ענטפער וואס ער האט באקומען, ענטפערט ער nobody cares!

שעפטאל וועלכע ענטפער האסטו באקומען?
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

קהל'ס נער האט געשריבן:דערציילט מיר א חבר אז ער איז געגאנגען מאכן אייוואסקא אין די ג׳ונגלען וכו׳ און ער האט באקומען ענפערס, פרעג איך עם וואס איז די ענטפער וואס ער האט באקומען, ענטפערט ער nobody cares!

שעפטאל וועלכע ענטפער האסטו באקומען?
איינער אישי׳ט מיך אז איך מאך חוזק.
בכלל נישט איך בין זייער ערנסט, יענער האט מיר גענטפערט אז די ענטפערס אויף זיינע קשיות זענען אז נאובאדי קעירס.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קהל'ס נער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:דערציילט מיר א חבר אז ער איז געגאנגען מאכן אייוואסקא אין די ג׳ונגלען וכו׳ און ער האט באקומען ענפערס, פרעג איך עם וואס איז די ענטפער וואס ער האט באקומען, ענטפערט ער nobody cares!

שעפטאל וועלכע ענטפער האסטו באקומען?
איינער אישי׳ט מיך אז איך מאך חוזק.
בכלל נישט איך בין זייער ערנסט, יענער האט מיר גענטפערט אז די ענטפערס אויף זיינע קשיות זענען אז נאובאדי קעירס.
פאר דעם חידוש פון א תירוץ דארף מען נאך נישט צוקומען צו די חבר וואס איז געפארן אין די דזשאנגעלס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

קהל'ס נער האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:דערציילט מיר א חבר אז ער איז געגאנגען מאכן אייוואסקא אין די ג׳ונגלען וכו׳ און ער האט באקומען ענפערס, פרעג איך עם וואס איז די ענטפער וואס ער האט באקומען, ענטפערט ער nobody cares!

שעפטאל וועלכע ענטפער האסטו באקומען?
איינער אישי׳ט מיך אז איך מאך חוזק.
בכלל נישט איך בין זייער ערנסט, יענער האט מיר גענטפערט אז די ענטפערס אויף זיינע קשיות זענען אז נאובאדי קעירס.
און וואס איז אז דו מאכסט חוזק? זייט ווען טאר מען נישט חוזק מאכן?
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

קהל'ס נער האט געשריבן:דערציילט מיר א חבר אז ער איז געגאנגען מאכן אייוואסקא אין די ג׳ונגלען וכו׳ און ער האט באקומען ענפערס, פרעג איך עם וואס איז די ענטפער וואס ער האט באקומען, ענטפערט ער nobody cares!

שעפטאל וועלכע ענטפער האסטו באקומען?
יאפ. ס'געוועזן איינע פון די תירוצים. [כ'ווייס ניטאמאל אויב נישט געטרינקן'ע כאפן די עומק התירוץ, ווער דער נאובַּּאדי איז אלס כולל.]
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

אויב איך מעג צולייגן פון מיין עקספיריענס.

קודם מען רופט עס הַאפּע עס האט א סיילענט R.

הירבס, נישט יעדער לייגט אריין, יעדער האט זיין רעסעפי ווי אזוי מען מאכט עס, (אזוי ווי ביי אונז חרוסת).

אונטערן אייוואסקא אויב מען שפירט נישט צו שטארק די עפעקט פון די טיי קען די שטויב טוהן אזוי ווי דו שרייבסט אז עס וועט מאכן פיהלן די מעדעצין אסאך שטערקער. אבער די אינטערסאנטע חלק איז אויב איינער פיהלט צו שטארק די טיי און ער וויל זיך גראונדען וועט די שטויב איהם גאנץ שנעל אהערברענגען.

נאך א זאך. די עיקר זאך ווי אזוי איך האב מיין מסורה און ווי אזוי איך פארשטיי וואס עס טוהט. א יעדע מענטש האט א מוח און א הארץ וואס ווי לאנג מען ארבעט זיך נישט אויס, שלאגן זיי זיך זייער אסאך ארום, יעדער פראבירט נישט צו גורס זיין די אנדערע. אזוי ווי דו שרייבסט פאר אפאר סעקונדעס קען די מחשבה נישט טראכטן און ער קען נישט שולט זיין דעמאָלט איז נאר די הארץ עקזיסטירט, האט מען אפערטוניטי צו בלייבן אביסל אין די הארץ.

וואס געשעהט נארמאל, צום ווייניגסטענס קומט אביסל טרערן, אבער אויכעט רוב מאל אנפאנג קען מען זיין זייער הייס און שוויצן און נאכדעם קען מען ווערן פארקערט, קאלט. דאס איז זיכער עס איז גוט צו עס טוהן ווי עס איז דא אביסל לופט, (ספעציעל אנפאנג איז אסאך מאל קען מען פיהלן ווי מען קען נישט כאפן די אטעם ווי לאנג מען לערנט זיך נישט אויס ווי אזוי זיך צו באגיין מיט עס) וועגן דעם אינדרויסן אויף די פרייע הימל איז זייער גוט עס צו טוהן.

אויכעט קען מען ברעכן (עס ווענדט זיך נישט עכט וויפיל שטויב עס גייט אריין) עס ווענדט זיך וואסערע emotions קומען ארויף, אדער בעסער געזאגט וואס עס ליגט אויפן הארץ. איינמאל מען געוויינט זיך צו דארף מען נישט אפילו שפייען אויכעט נישט.

איך פיהל א גרויסע חלק וואס עס ווענדט זיך די עקספיריענס/פראסעס. קודם אויב איינער גיט דיך עס, די עפעקט איז אסאך שטערקער. און עס איז נישט וועגן די בלאזן איז שטערקער נאר וועגן יענעמ'ס ענערגיע. וועגן דעם איז זייער וויכטיג אז מען זאל עס אייביג נעמען נאר אויב יענעמ'ס ענערגיע איז גוט און דו פיהלסט זיך סעיף מיט יענעם. און אויכעט ווי מער דו פיהלסט זיך סעיף אויף די מקום ווי דו טוהסט עס אלס א טיפערע פראסעס גייסטו האבן, למשל אויב דו ביסט ביי דיך אינדערהיים און קיינער שטערט דיך נישט, און דו וועסט ווייניגער מורא האבן צו זיך פיהלן, וועט עס זיין אסאך שטערקער ווי דו טוהסט עס אין ביהמ''ד ווי ביסט ארומגענומען מיט מענטשן אדער דו ווייסט עס איז דא יוצאים ונכנסים דארט.
פארשפארט