אן אתרוג - א שידוך

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2823 מאל

אן אתרוג - א שידוך

שליחה דורך קל וחומר »

א סאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן איבערן הייסע טעמע פון שידוכים ביינונז. וויפול מען וועט נאר צושטימען צו די פונקטן וואס ווערן ארויסגעברענגט בטוטו"ד כל חד לפום סברא דיליה וועט אבער צום סוף די מציאות פון אונזער קולטור איבערוועגן און אפיציעל מאכן סיי וואספארא דראסטישע שינויים זעט זיך נישט אן אויפן האריזאנט.
האב איך געקלערט פון א פשוטע געדאנק וואס הגם עס וועט נישט זיין די ענדגילטיגע ישועה קען עס אבער יא זיין א סארט אתחלתא דגאולה וואס וועט בהמשך פירן צו יענעם דירעקציע.

והנה, מיר זענען עדות צום פענאמענאן אז ביי היימישע בחורים איז זייער זעלטן אז די עלטערן זאלן פרעגן דעם קינד וואספארא סארט מיידל אים געפעלט, די סיבה דערצו איז לאו דוקא סתם שלעכטס לשם פרומקייט נאר עס איז ענדערש א פועל יוצא פון א קולטור וואס האט זיך איבער די יארן אנטוויקלט א גאר שטארקע אפשייד פון רעדן וועגן מיידלעך אדער סיי וואס אין דעם נושא און עס ווערט אריינגעלייגט אינעם טערמין פון 'איידלקייט'.

די חינוך און קולטורישע שטריכן זענען זייער שווער צו טוישן, אבער מיר האבן ב"ה א געוואלדיגע מצווה פון 'ולקחתם לכם פרי עץ הדר' און דורך דעם מצוה קען מען אביסל פארבעסרן דעם פריה ורביה פראצעס.

די געדאנק איז ווי פאלגנד, יעדע טאטע וואס האט א בחור בא בשידוכים זאל גיין מיטן בחור ערב חג הסוכות אויף צו איינקויפן אן אתרוג און דער בחור זאל קלאר מאכן וואספארא אתרוג אים געפעלט:

אן אתרוג מיט א שיינעם גארטל - ער וויל א שיינעם פיגור אקא יפת תואר.

א פילער אתרוג אבער נישט צו פעש - אים געפעלט דאס אין א מיידל אויך.

א שיינע גרויסע פיטום - די דדים זאל נישט זיין צו פלאך - איידל גערעדט.

ברייט פון אונטן - דער בחור גלייכט גרויסע קעיק.

א ריינעם אתרוג וואס איז מכוון צום הארץ - ער זיכט מער פערסאנעליטי, א גרינגע נאטור.

אן אתרוג אן קיין שום פינטל - דע לך ברור אז דעם בחור באדערט א בירט מארק פון סיי וועלכע מאס.

א שיינעם גידול - ער וויל א יפת מראה.

פארשטייט זיך אז די בחורים, וויילענדיג אין ישיבה א גאנץ יאר, וועלן אויפקומען מיט מער שעפערישע געדאנקן און נואנסן אויף וואס דער אתרוג וועט מרמז זיין און אזוי ארום וועט יעדער קענער מסביר זיין דעם טאטע'ן מיט א קלארקייט וואס מען וויל, בשעת וואס מען האלט אן די איידלקייט מסורה אויף הונדערט פראצענט.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר