לויט'ן מ"ד אז די עץ הדעת איז געווען אן אתרוג בוים, איז טאקע דאס געווען די ציווי, ס'איז טאקע נחמד היא למראה כפשוטו וכדרושו, אבער עסן טאר מען דאס נישט.מי אני האט געשריבן:און דערנאך טו בשבט זעהן וויאזוי ער… עהעם… עסט דאס?…
איי געס מיט דעם קען מען אויך פארשטיין פארוואס טאמער ס׳איז ניקב וחסר כל שהוא איז עס פסול…
חוה האט אבער געמיינט אז מ'טאר דאס אויך נישט צורירן, דהיינו אז עס האט נישט קיין השתמשות בכלל, נו אויב אזוי וועט זי בלייבן לעקיש (אתרוג איז דאך מרמז אויף איר). האט זי געגעסן און איז טאקע קלוגער געווארן זי האט געזען אז ס'איז דא טוב ורע און ס'נישט פונקט ווי עס זעט אויס פון אינדרויסן, ממילא ויתבוששו, האט זי זיך געקליידעט צו ווייזן אז די חיצוניות אירע איז נישט די איינציגע כור המבחן.
והוא רחום יכפר וגו'