דער נעפל ארום די "חמדת הימים" ומחברו.

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3749 מאל

דער נעפל ארום די "חמדת הימים" ומחברו.

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

[justify][איך זעה אז דער ניק דריידל האט שוין אנגערירט די טעמע, אבער בלויז אויפן שפיץ גאפל. לאמיר שטעקן דער גאפל טיפער אריין].

[center]אריינפיהר[/center]

טויזענטער לדוד ה' אורי'ס זענען שוין אויסגעלאזט געווארן אין די צאנזע קלויזן אדאנק דער נעפל וואס הויערט ארום דער חמדת הימים. א ספר וואס קוים נאך איר ערשיינונג אויף די פאליצעס איז זי פארהוילן אין א טיפע נעפל, אן אומ'קלארקייט פון ווי זי קומט, און ווער האט איר געבוירן. איר מיסטריעזע געבורט ציעט די נייגער פון די גרעסטע חוקרים פרייע ווי פרומע צוגלייך. א ספר וואס האט נישט בדומה לו אין די לעצטערע תקופות, אזויפיל מתירים, אוסרים, צו פארעווע. ביי מאנכע איז זי פארהייליגט און א געטליכקייט, ווען ביים צווייטן איז זי א שטיק מיסט וואס איז ניטאמאל ראי לפי צלוחית, ווידעראום, ביים דריטן, איז זי אין א עירבוביא וואס בלויז גרויסע לייט קענען בוחר זיין באכילתו און דער שאלאכטץ פארווארפן.


[center]וואס איז דער "חמדת הימים", און פון ווי קומט עס?[/center]

"חמדת הימים" איז א טיפיקל ספר צו ווערן צוכאפט אין הולכי דרך קבלה וחסידות. דער ספר ענטהאלט אין זיך; הלכה, ווי א קלאסישער הלכה ספר, געפלאכטן מיט דברי קבלה, דברי מוסר, הנהגות, תפילות און סגולות, באגלייט מיט רייכע מליצות, אלטץ מסודר און אויסגעשטעלט לויט די מהלך פונעם יאר.

דער ספר חמדת הימים איז געשריבן געווארן אין כתבי יד אין יארע תכ"ט לפ"ק. עס איז נישט באקאנט למי החותמת פון די כתבי ידות. בפשטות איז עס געשריבן געווארן דורך איינע פון די גאוני צפת, ווי דער מחבר דערמאנט אינעם ספר אזויפיל ווי 26! גאוני צפת.

דער ספר איז הערשט ארויס לאור עולם געדרוקט אין א ספר פארמאט, אין יאר תצ"א. דורך דער גרויסער גאון און מקובל ר' יעקב ישראל אלגזי. ר' יעקב ישראל שרייבט אינעם הקדמה צום ספר אז ער האט זיך איינגעהאנדעלט די כתבי ידות אין שטאט צפת, ווי ער האט באזוכט. אבער איז נישט דערגאנגען פון וואנעט ס'קומט אהין. אינעם ערשטן יאר האט ער געדרוקט די דריטע און פערטע חלקים פונעם ספר, אין א יאר דערנאך האט ער געדרוקט די ערשטע צוויי חלקים. ר' ישראל יעקב אין די הקדמות באדאנקט זיך פאר די מעמבערס פון ביהמ"ד "כתר תורה" אין שטאט איזמיר, דאדורך זייער געלט שטיצע איז ערמעגליכט געווארן דאס דרוקן דעם הייליגן ספר.

ווי נאר דער ספר איז ארויס פון דרוק, איז זי צוכאפט געווארן דורך אידן שומרי הדת וואס האבן געלעכטצעט נאך אזאנס, א ספר פאר די ימים טובים געבויט מיט הלכה, קבלה, רייך און געשמאק, צו דערהייבן אביסעלע דעם נפש אויף ארויף.

צו זען ווי שטארק עס האט אויסגענומען ביי אידן, איז קענטיג, אז דער ספר איז געווארן איבערגעדרוקט 7 מהדורות! במשך די נעקסטע דרייסיג יאר. און אזויפיל ווי 19 באזונדערע ספרים האבן במשך די יארן אדאפטירט גרויסע ווי קליינע קאפיטלען פונעם ספר חמדת הימים, צו זייערע ספרים אונטער אנדערע נעמען. א דוגמא, הרוכל הרב הגאון החסיד הלל גאלדשטיין שליט"א שהוציא לאור רוב ספרי תלמידי בע"ש, האט צווישן זיינע ספרים א חלק "חמד אל הים" וואס איז באמת א גאנצער קאפיטל פונעם חמדת הימים.

דער מדפיס רב אלגזי איז נישט געווען אבי ווער, רב אלגזי איז געבוירן אינעם שטאט איזמיר צו זיין טאטען דער מקובל און גאון 'דער מהרי"ט אלגזי', וואס זענען שוין דורות מרבני איזמיר. ר' ישראל יעקב האט זיך שפעטער באזעצט אין צפת, און דערנאך צו זיין ענטגילטיגער וואוינונג אין ירושלים ווי ער איז געווארן אנגעשלאסן אינעם בי"ד פון רבי נסים חיים מזרחי צוזאמען מיט זיין יוגענט פריינט רבי יצחק הכהן ראפאפארט דער בעל בתי כהונה. נאך דער פטורה פון רבי יצחק איז ר' יעקב ישראל געווארן אויפגענומען אויף דער אמט צו דינען אלטץ עמטליכער 'ראשון לציון'. ס'האט האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן, ווייל ער איז אוועק א יאר דערנאך אין יאר תקט"ז.

זייענדיג פון די סאמע שפיץ גדולים און מקובלים אין ירושלים, האט ער אויך געדינט אלטץ ראש המקובלים פון די חבורת 'בית אל' אין ירושלים. .[/justify]

[center]דער שטורעם הייבט זיך אן[/center]

[justify]עטליכער יאר זענען פארביי, און דער מערכה איז אריין אין שוואונג. הגה"צ דער עמדין זצ"ל, איז ווי באקאנט געווען דער פאן טרעגער און הויפט מארשאל, צו אטאקירן און שאנטאזשירן יעדער פעולה וואס האט נאר געשמעקט פון שבתאות. דער עמדין האט מיט זיינע שארפע חושים געלאקערט נאך יעדען שטויבעל וואס איז אנגעקלעבט פון די יעניגע, און קיינעם נישט געשוינט. ווער עס איז נאר געפאלן אונטער א פארדאכט אין פארבינדונג מיט שבתי צבי ימ"ש, האט ער אטאקירט יענעם מיט אלע זיינע מיטלען. דעם ספר חמדת הימים האט ער אויך נישט פארשוינט.

דער עמדין האט שוין אזוי פריה ווי תצ"ו, מרמז געווען אין זיין ספר 'קיצור ציצת נובל צבי' אז דער ספר חמדת הימים פאלט אונטער פארדאכט. שרייבענדיג: "איך האב טאקע נישט צופיל מעיין געווען דערינען, אבער עס שמעקט פון שבתאות". זעכטצן יאר שפעטער, אין זיין ספר 'תורת הקנאות' (אלטונא תקי"ב) האט זיך דער עמדין אפציעל ארויסגעשטעלט אנטקעגן דעם ספר, זאגענדיג, אז ער איז געקומען צום החלטה; אז דער מחבר איז בהחלט נישט קיין צווייטער ווי נתן העזתי!

דער עמדין אטאקירט דעם ספר נישט ווייניגער ווי צוואנציג מאל! פון אין צווישן זיינע ספרים. דער עמדין שוינט נישט קיין קללות אויפן ספר, יעדעס מאל א טוץ קללות פון פריש.[/justify]

המשך יבוא בעזרת השם

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר