היכל הבעש"ט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

היכל הבעש"ט

שליחה דורך שעפטאל »

עיין בהבהרה דלקמן. מ'מיינט נישט די לשונות כפשוטן.. ס'מער ארויסצוברענגן דעם דעם ענין אין א שמחת יו"ט'דיגן אויפן.

איינער דערציילט מיר, ווען אונז זענען געוועהן בחורים האבן אונז געזעהן איינער וואס וויל שטארק האבן גילוי אליהו. ער פלעגט שטיין ביינאכט ביים ארון קודש און בעהטן.

ויהי הלילה, אונז האבן זיך באהאלטן אין ווייבער שוהל, אינמיטן בעהטן הערט ער א קול (פונעם לץ שבחבורה) "של נעליך מעל רגליך כי המקום אשר אתה עומד וגו'"

אונז האבן זיך געביסן די ליפן איינציהאלטן די געלעכטער ווי ער פאלגט מיט אזא הכנעה און פארכט.

דער לץ שבחבורה האט ממשיך געוועהן, "די זאקן אויכעט"...
עד כאן ניתנה רשות לספר...

מיט אזא פנים קומען אונז אריינצוגיין אינעם היכל הבעש"ט.. דעם גרויסען סוד פון חסידות.
אבער תורה הוא וללמוד אני צריך. וה' הטוב יכפר.
--


וואס איז חסידות? לערן זייער ספרים..
בקיצור מ'האט מורא געהאט אויסצוזאגן הויעך וואס ס'איז.
כ'וועל עס אויספויקן ברבים. ווייל ס'איז ליידער נשתכח געווארן.

חסידות איז די מהלך המחשבה פון סייקעדעליק'ס
הער אויף אויסצוהערן אנדערע (כולל גמ' והלכה) הער אויס דיין הארץ, (וועסט עס שוין אריינטייטשן אין די גמ' והלכה..)
--

די הייליגער לעכטיגער זיסער בעש"ט האט איינגעזעהן אז די גלות'דיגער "הלכה אידישקייט" ארבעט נישט גענוג, האט ער אריינגעברענגט די מיסטיקה וועלט אין די מעשים פון אידישקייט, אנשטאט פון טראכטן שבת פונקטלעך וואס איז אסור ומחלליה מות יומת, טראכט פון די זיוויג קב"ה ושכינתי', עליית עולמות. וכדו'

ר' נחמן האט איינגעזעהן אז די אלטע גילט לויפט אונז נאכאלס נאך, האט ער זיך בעיקר באצויגן צום געפיהל פונעם מענטש אז ער פראבירט אזוי פיהל מאל און ס'גייט נישט, די בענקשאפט און צער, אבער די אייבישטער האט דיך ליב. יעדע'ס ביסל איז חשוב. וכדו'.

ווי אויכעט האט ער ארויס געברענגט דעם שאורט קאט, קענסט זיין נאנט מיט גאט אהן האבן די מינדענסטע שייכות מיט רעליגיע, רעד צו אהים, ברענג אהים אריין אין דיין סיקרעט לייף. (דעם שרעקליכען בענקשאפט און דראנג וואס יעדע הומען ביאינג האט צו קאננעקטן מיט אנדערע קענסטו ניצן צו קאננעקטן מיט דיין באשעפער.)

אבער מ'דארף באהאלטן דעם סוד פונעם המון עם ווייל אידישקייט קען דאך נישט אנגיין ווען יעדער קען טוהן וואס ער וויל, ווי אויכעט גייט זיין גרויסע התנגדות.
מאידך גיסא, וויל מען דאך צוריק אומפלימענטן דעם אידישקייט גישה וואסי געוועהן בזמן הבית.

אקעי מ'האט א מהלך. מ'גייט זאגן איין זאך אבער בעקיפין גייט מען זאגן און טוהן פארקערט.
"מ'קען קנייטשן מיינע ווערטער, אבער דעם שו"ע זאל מען נישט קנייטשן." (אגב. פאר א ליטוואק דארף מען דעס זאגן?..)

אבער. וויסן זאלט עטץ: א צדיק קען ארויסשלעפן פון גיהנום, טוישן סדרי בראשית, בקיצור כ'בין דעם אייבירשטען'ס בּאדי, א ווארט פונעם צדיק פאלגט מען אפי' אויב מ'פארשטייט נישט (-והיינו אפי' מ'פארשטייט אז ווי שו"ע איז עס נישט).

אוואדע משה רבינו איז גרעסער פונעם בעש"ט אבער ער איז אויכעט מסכים מ'זאל פאלגן די צדיקים. (ס'דאך א בפירושע פסוק על פי התורה אשר יוריך, אפי' על ימין שהוא שמאל.)

עד היום הזה. וואס מיינט א עהרליכער איד?
ביי א ליטוואק. דער וואס ציטערט פון שו"ע, איז מחמיר.
ביי א חסיד. דער וואס איז מיסטיקל, ער לעבט העכער.

(נישט געזארגט מ'האב'מיר געטראפן א לשון: ליטווישע זענען יראה, חסידים זענען בעיקר אהבה. אוי יוי יוי יוי, ליב האבן אידישע קינדער, ליב האבן די הייליגע תורה, ליב האבן השם יתברך!)

אבער די איזביצער האט געזאגט הויעך וואס ליגט ביי די רבי'ס אין קאפ. (א טאטע וואס איז אויפגעקלערט אין קאפ, וועלן זיינע קינדער שוין זיין אויפגעקלערט מיט'ן מויל אויכעט.. דאסי פשט אין ירידת הדורות..)

בעיסיקלי: רעליגיע קען דיך נאר געבן א בכלליות'דיגע וועג פון א בעסערן לעבן, אבער בפרטיות וואס גאט וויל, דאס הערט מען פון אהים דירעקט. ווי אזוי? דיינע וויזיעס, רצונות, זיי קומען פון גאט.

אויב ביסטו א צדיק, (-קאננעקטעט מיט דיין הארץ וואס טראכט פון גאט), קענסטו אפי' טוישן אידישקייט בכלליות אויב דו פיהלסט אז גאט וויל אזוי. (מי השילוח על איחור זמן תפילה, שהיהודי הקדוש השיג שזהו רצון השם, יאפ. די אייבישטער וויל א אנדערע אידישקייט היינטיגע צייטן. די יהודי הקדוש האט אזוי געשפירט און דערפאר איינגעפיהרט. די נועם אלימלך האט געפלאנט צו מבטל זיין דאס דאווענען אינגאנצען! ביז די אנשי כנסת הגדולה האבן זיך געבעהטן ביי אהים, האט ער געמאכט די הייליגע תפילה קודם התפילה).

[ווי אויך. די אלטע אידישקייט איז בעיקר געוועהן געבויעט אלס עם ישראל, אונז זענען א שבט, א טרייב, אונז וועלן זיך האבן אונזער לאנד, אונזער קולטור א.א.וו. (מצות ווענד זיך שוין אין תקופות, מענטשען, מאאד'ס, און נאך. עיין בנ"ך). ווי אזוי וועקט מען עס צוריק אויף? אה, "אהבת ישראל" ליב האבן די אידישע קינדער. יענעם'ס גשמיות מיין רוחניות. א גוטע חבר קען פועלן ווי א צדיק הדור. וכו'.]
---


דעם אשכול איז געווידמעט פאר ווערטער פונעם בעש"ט ותלמידיו וואס ברענגן ארויס דעם גרויסען סוד, די אור הגאולה, סוד פון אהבה, סוד פון קולות ולא חומרות ח"ו, דעם סוד פון שמחה (שמחת הבן חורין...), דעם סוד פון טשערי פּיקינג, רעדן נאר פון די פסוקים ומאמרי חז"ל וואס רעדן פון די גוט'סקייט פונעם ליבער טאטע'ן אין הימל, און נישט דערמאנען חלילה די פסוקים וואס ברענגן ארויס די כעס, גרויזאמקייט, אכזריות, דקדוק כחוט השערה, פונעם כמו בייזן אומצופרידענעם גאט ח"ו.

ווייל יענע פסוקים ומאמרים..

1. זענען געוועהן נאר פאר די דורות ראשונים וואס זענען געוועהן העכער, אדער פארקערט די קומה שלימה ונקודה פנימי איז נאכנישט געוועהן אזוי מזוכך.

2. זענען נישט כפשוטו, מ'האב'מיר שוין דעם התגלות פונעם זוהר.

3. וועלן חלילה אויסמעקן אידישקייט, איינמאל ס'וועלט ווערט מער און מער צעווילעזירט.

בקיצור, ווי האט דער הייליגער באדיטשובער געזאגט צום כופר: אין יענעם גאט גלייב איך אויכעט נישט.
--

אשר על כן טייערע ברידער, אויב ס'בליצט ענק אויף א מראה מקום וכדו' ביטע ברענגט'ס אהער, יעדע'ס מראה מקום ברענגט נענטער דעם גאולה!
--


ידעתי בני ידעתי, מגלה זיין אזא גרויסען אור פונעם קרוין פונעם קעניג איז מעורר קטרוגים, שלוחי הס"מ וועלן קומען זיך טענה'ן, און אפי' טרעפן ראיות אויף די פארקערטע (ע' פנים לתורה..)

אבער דאס איז די אידישקייט וואס גייט נאך אנהאלטן אין הונדערט יאהר ארום.
ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזן מיטן וכו'.

א גוט מועד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: היכל הבעש"ט

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אז מ'רעדט שוין פון אידישקייט קענסטו שוין אויך צולייגן דעם ווארט פון של"ה, (כ'האב נישט דעם מ"מ, אויב איינער ווייסט וואו אין של"ה ס'שטייט זאל מוחל זיין און צו ווייזן) אז די סיבה פארוואס מ'האט נישט געטארט אראפ שרייבן תורה של בעל פה איז ווייל יעדע דור פארמאגט זיין אייגענע תורה של בעל פה.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

הבהרה:
ס'איז פשוט וברור כשמש אז די צדיקים האבן געהאלטן די תורה. (ומנהג ישראל תורה הוא). ס'נישט געוועהן קיין טשערי פּיקינג חלילה..

זיי האבן מורא געהאט פון אן עבירה, פאר די זעלבע סיבה וואס כביכול דער באשעפער האט מורא. (מאמר חסידי).

און ווי אלע מיינע תגובות. ס'איז סך הכל געפיהל, נישט קיין תורת משה מסיני..

לכן. ביטע ברענגן מראה מקומות, און לשונות, כדי דער ענין זאל זיין דוקא גרינטלעך וואס די צוגאנג פונעם הייליגען בעש"ט ותלמידיו איז געוועהן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: היכל הבעש"ט

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

פארציילט האט מיר אמאל א קלוגע יוד. אין א שמועס וואס היינטיגע חסידות האט מיט חסידות. אז דער בעל שם טוב און די גאנצע דרך החסידות האט אלע יארן געהאט א התנגדות. אין די ערשטע יארן האט עס געהייסן מתנגדים אבער היינט צוטאגס איז געווארן די חסידים אליינס די התנגדות קעגן חסידות.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון אידישקייט קענסטו שוין אויך צולייגן דעם ווארט פון של"ה, (כ'האב נישט דעם מ"מ, אויב איינער ווייסט וואו אין של"ה ס'שטייט זאל מוחל זיין און צו ווייזן) אז די סיבה פארוואס מ'האט נישט געטארט אראפ שרייבן תורה של בעל פה איז ווייל יעדע דור פארמאגט זיין אייגענע תורה של בעל פה.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
דער קלויזנבורגער רב אין די הקדמה צו זיין 'דור רביעי' על מסכת חולין שרייבט אזוי באריכות, ער ברענגט א רמב''ן און א 'מדרש שמואל' וואס זאגן אויך אזוי, ע''ש דברים מתוקים כדרכו.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון אידישקייט קענסטו שוין אויך צולייגן דעם ווארט פון של"ה, (כ'האב נישט דעם מ"מ, אויב איינער ווייסט וואו אין של"ה ס'שטייט זאל מוחל זיין און צו ווייזן) אז די סיבה פארוואס מ'האט נישט געטארט אראפ שרייבן תורה של בעל פה איז ווייל יעדע דור פארמאגט זיין אייגענע תורה של בעל פה.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk


ז"ל במס' שבועות, ענין מעלת התורה, סוף אות ס':

כי הקורא את התורה לשם שמים, להתבונן דבר מה אע"פ שאינו מבין ולא עלתה בידו רק קריאת האותיות ונשאר פתי כמו שהיה, על כל זאת יש לו דביקות בחכמה ויועיל לו לעתיד, וזהו מחכימת פתי. ולכך תורה שבכתב אסור לאומרו בעל פה, כדי שיתדבק בראיית אותיותיה.

-----------

ס'איז גאנץ קלאר פון די ברייטע קאנטעקסט דארט, אז מ'זאל נישט לימיטן די תורה שבכתב בלויז צו תורה שבעל פה "הנכתב" כבר בידינו, ווייל ס'ליגט אסאך מער אין די אינדיווידואלע השגה אין תורה שבכתב ואותיתיה ממש, ווי פון וואס מ'קען ארויסזאגן מיט א מויל. אינטער דעם ליגט די כוונה אז די תורה שבעל פה איז כפוף צו אמונת תורה שבכתב וואס איז נאמר לכל אחד ואחד, אז ס'טאר נישט באגרעניצן די כתב, אבער נישט פארקערט אז יעדער האט אן אייגענע אנלימיטעד תורה שבעל פה וממילא איז עס אפגעטיילט פון תורה שבכתב און מער עיקר כאילו, נאר אז אייגענע השגה איז מתוך הכתב ווייל אותיות זענען אנלימיטעד ווס. דיבור.

--------------

ובגוף הענין אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר כל אחד ואחד לויט זיינע כוחות, השגות, און פלאץ, חאטש וואס תורה שהכתב איז געשריבן בלויז אין איין לשון, עיין במדרש (שמו"ר כ"ט א'), וז"ל, המינים שאלו את ר' שמלאי וכו', אמר להם, "השמע עם קול אלהים מדבר מתוך האש". כיצד? אילו היה כתוב "קול ה' בכוחו", לא היה העולם יכול לעמוד. אלא, "קול ה' בכוח", בכוח של כל אחד ואחד: הבחורים לפי כוחם והזקנים לפי כוחם והקטנים לפי כוחם. אמר הקב"ה לישראל: לא בשביל ששמעתם קולות הרבה תהיו סבורין שמא אלוהות הרבה יש בשמים. אלא תהיו יודעים שאין שם אלא "אנכי ה' אלהיך", עיי"ש ועוד.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

סייקעדעליק מחשבות..

קאננעקטן מיט מענטשען, אפי' גוים, און מיטן טבע.

כתר שם טוב, הוספות סי' רנו.
: עבודתו של הבעש"ט להמשיך אלקות מלמעלה למטה וכו' ועד שהיה מקרב גם אינם יהודים ופחותי הערך שבהם, כידוע שהראה קרוב ואהבה לגזלנים. ויתרה מזו שאהבתו היתה גם לחי וצומח.

אמונת ישראל פר' תבוא ד"ה ולקחת
: שמענו בשם הבעש"ט שזכה לגודל המדרגה, יען כי היה תמיד מתבודד ביערות ובמדבריות, והעמיק שכלו הנפלאות תמים דיין הספון בכח הצומח, עד שהבין שאין מקום פנוי בלא שכינה, והשגחה נראת בכל יש והֹוֶה.

[כ'האב געהערט אזאנע געדאנקן אויף ספאניש אינעם דשונגל.. זיין קאננעקטעד מיטן חי וצומח.. ווי אר אלל פעמעלי..]
---


די נייע דרך אהן לערנען תורה.

אביר הרועים עמ' סח אות קי
: מרגלא בפומיה דברינו הקדוש זצ"ל בשם חציו הק' הגאון האלוקי מקאצק זצ"ל שהגיש לו כמה פעמים, דזה שבא להאי עלמא רבינו הק'' האלוקי כו' הבעש"ט הק'' זי"ע והנהיג דרך חדש בעבודות השי"ת ע"י חסידות אין זה שדרך זה גבוה מדרך התורה שנהג מקודם בעת ההוא, אלא יען שבעוה"ר נעשה אז פגם בהתורה וכו' ולא היה אז שום עצה אחרת אלא לשלוח להאי עלמא הבעש"ט הק'' להתחיל דרך חדש.

(אגב. ס'ווערט מיר שווער ווייל להבדיל די קריסטען זאגן אויך אז יאשקע איז געשיקט געווארן מיט א נייע וועג ווייל מ'האט נישט ריכטיג געפאלגט די אלטע וועג. אבער אכה"מ)


דער פשוטע מענטש איז שענער ווי דער תלמיד חכם, ווייל ער לערענט זיך פון די טבע.

ספר הזכרונות ח"א ע' 345
: איש הפשוט הוא כשדה זרועה אשר למטר השמים תשתה מים כו', והתלמיד חכם הוא כשדה בית השלחין אשר בעליה משקה אותה כו'
וכמו המצייר כו' הנה כל אמנותו הוא כשמצייר את השדה ותבואה כאשר הם באמת כפי הדרך הטבע שהטביע הקב"ה בה, וכל אמן שציורו מתאים יותר אל הטבע - יותר הוא גדול באמנות.
וכן הוא באיש הפשוט ובבן תורה.
בן תורה כשדה בית השלחין ויכול להיות שהיבול ממנה הוא טוב יותר מיובל שדה רגילה.
אבל הדר הטבע שהטביע הקב"ה שהוא האמת, הוא בשדה אשר למטר השמים תשתה מים, יותר מבית השלחין.
---


מ'רעדט אויף יענעם רעדט מען אויף זיך

אלעס וואס א מענטש זעהט איז נאר זיין ריסעפשן. לויט די ענערגיע וואס ער האט אין זיך, לויט דעם זעהט ער די וועלט. קומט אויס אז דו זעהסט נאר זיך. דעם געדאנק אז מ'זעהט נאר חסרונות וואס מ'האט אליין. איז אין גאר אסאך ספרים. (תולדות יע"י פקודי ד"ה בפסוק פ' אלה פקודי המשכן. דגל מח"א, שלח, ד"ה ומי שאינו. ערבי נחל, לך לך, דרוש ד'.)

(אמר שעפטי.. שמעתי מחכם אוה"ע ארטורו, שדבר זה נוגע גם ב'חי צומח ודומם. וכן ב'עולם שנה ונפש. לדוגמא, דיין צעווארפענע הויז, ווייזט אויף דיין הנהגה.. וכו'.)
---


נישט אנטלויפן און איגנארירן די צער. נאר קאננעקטן דערמיט און עס ארויס געבן אין די פארום פון געבעהט.

תולדות, בשלח, ופרעה הקריב.
: שמעתי ממורי מי שרוצה לפטור מהצער והמצער - והוא (-הצער) נושא אחריו.
משל לאשה שהלכה למקום אחר לפטור מחבלי הלידה.. כו'
ועצה היעוצה שיתפלל להשם ית' ויפטר מהצער.
---

אט די אלע השגות זענען א געהעריגע טיי צערעמאניע!!
מ'קאננעקט מיט די טבע, מ'לערנט זיך פון איר, מ'זעהט טיעף אין זיך, מ'שפירט די צער און מ'דאווענט!!

אלע צוזאמען לאמיר זינגען "בעל שם טוב, הייליגער בעל שם טוב, יא ממש טשענדש'ד מיי לייף, יא ממש טשענדש'ד מיי לייף!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שעפטאל האט געשריבן:
די נייע דרך אהן לערנען תורה.

אביר הרועים עמ' סח אות קי
: מרגלא בפומיה דברינו הקדוש זצ"ל בשם חציו הק' הגאון האלוקי מקאצק זצ"ל שהגיש לו כמה פעמים, דזה שבא להאי עלמא רבינו הק'' האלוקי כו' הבעש"ט הק'' זי"ע והנהיג דרך חדש בעבודות השי"ת ע"י חסידות אין זה שדרך זה גבוה מדרך התורה שנהג מקודם בעת ההוא, אלא יען שבעוה"ר נעשה אז פגם בהתורה וכו' ולא היה אז שום עצה אחרת אלא לשלוח להאי עלמא הבעש"ט הק'' להתחיל דרך חדש.
ווי זעהסטו דא די נייע דרך אן לערנען תורה? ס'שטייט סך הכל אז דרך החסידות איז מחזק דרך התורה, און אוודאי אוודאי שטייט גארנישט וועגען נישט לערנען תורה.

גלייב מיר ווען די אבני נזר וואלט געמיינט דאס צוזאגן וואלט גאנץ יהדות החרדית עם מנדה געווען.

פונקט די אבני נזר, וואס איז געווען פון די גרעסטע לומדישע נגלה לערנערס פון גאנץ חסידות?
שעפטאל האט געשריבן:
(אגב. ס'ווערט מיר שווער ווייל להבדיל די קריסטען זאגן אויך אז יאשקע איז געשיקט געווארן מיט א נייע וועג ווייל מ'האט נישט ריכטיג געפאלגט די אלטע וועג. אבער אכה"מ)
די קריסטן האבן דירעקט "אפגעלאזט" די תורה הישנה און דאס "ממלא מקום" געווען מיט די ברית החדשה.

אין כאן לא שמתא ולא ארור, לא קשיא ולא תירוץ.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: היכל הבעש"ט

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון אידישקייט קענסטו שוין אויך צולייגן דעם ווארט פון של"ה, (כ'האב נישט דעם מ"מ, אויב איינער ווייסט וואו אין של"ה ס'שטייט זאל מוחל זיין און צו ווייזן) אז די סיבה פארוואס מ'האט נישט געטארט אראפ שרייבן תורה של בעל פה איז ווייל יעדע דור פארמאגט זיין אייגענע תורה של בעל פה.

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נאכ'ן זוכן אויף גוגל אויף דעם טאפיק פון תורה של בעל פה האב איך מיך אנגעטראפן אין הרב יהודה גרשוני, (א תלמיד פון ר' שמעון שקאפ, ר' ברוך בער און פון הרב קוק זכר צדיקים לברכה) ווי ער שרייבט טאקע אזא געדאנק
וז"ל.
שהאיסור לכתוב תורה שבעל פה הוא בשביל שלא לעשות קיום מוחלט לפירוש התורה, אלא 'שתהיה התורה חיה עם האומה ומתפתחת עמה', כלומר שהחכמים בכל דור ודור יוכלו לפרש את התורה לפי השגתם.
(י' גרשוני, בירור במקורות דמוקרטיה ויהדות וזכויות העם, ירושלים תש"ן, עמ' תרכב)

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

מורא נאר פונעם באשעפער ע"י אמונה בהשגחה פרטית

שליחה דורך שעפטאל »

ישראליק: זאלסט נישט מורא האבן פון קיין שום זאך נאר פון הקב"ה!

אט די לעצטע ווערטער פון זיין טאטע'ן איז די אנפאנג פונעם דרך הבעש"ט.

אלס יונגל איז ער שוין געוועהן אין וואלד פאר שעות, טעג, און נעכט. (ס'שמעקט פונעם דשונגל..) ווען ער האט געטראפן ר' אדם בעל שם אין וואלד, וואס האט עם געפרעגט "ווי אזוי קומט א קליין יונגל אליין אין אזא וואלד? וואס זיכסטו דא? האסט נישט מורא צו גיין אליין אין אזא פלאץ?!
האט ער עם גענטפערט "כ'האב ליב די פעלדער און וועלדער, ווייל מענטשן זענען נישט דא. וכו'. מיין טאטע האט מיך געזאגט: האב נישט מורא פון קיין שום באשעפעניש נאר פונעם באשעפער. דערפאר האב איך נישט מורא צו גיין אליין". (ספר השיחות תש"ג עמ' 156 ואילך)

שפעהטער, ווען ער פלעגט ברענגן די קינדער צום מלמד זינגענדיג מיט זיי מיט א זיסקייט און מיט חשק, ווען די שרעקעדיגע חיה (-מכשף) האט געקומען זיי דערשרעקן, האט ער געלאפן צו זי מיט א שטעקן און אריינגעהאקט אין זיר שטערן. ווייל ער האט געדענקט (-געלעבט מיט) די צוואה פונעם טאטן, ער האט נישט מורא. (שבחי הבעש"ט).

שפעהטער, ווען ער האט געוואלט ארויסנעמען דעם שם הגאולה וואס איז ביים ס"מ אליין, מ'האט עם געווארנט אז אלע וואס האבן פראבירט זענען געשעדיגט געווארן. האט ער געזאגט "כ'האב נישט מורא פון קיין שום זאך, נאר פונעם באשעפער".

ער האט אראפגעברענגט דעם ס"מ. די ס"מ האט עם געזאגט "טיפה סרוחה: כ'בין נאר אראפגעקומען אויף דעם וועלט 2 מאל, (- כמה שיטות. חטא עץ הדעת, חורבן הבית,) ווי אזוי דערווייגסטו זיך מיך אראפ צו ברענגן?! האט ער עם געזאגט "כ'האב נישט מורא פון קיין שום זאך נאר פונעם באשעפער" (והוציא בלעו מפיו). (כתר שם טוב, בהוספות מתוך רשימות הריי"ץ ע"פ רשימת הבעל התניא. קובץ יגדיל תורה, שנה ג' חוברת ו')

ווי סאך מדריגות זענען פשוט איינמאל מ'האט נאר מורא פון דער וואס טוהט אלעס. (מדת ההשתוות, רוה"ק, ועוד.)
--

א וואונדער אז צום בעל שם טוב איז נתגלה געווארן דעם סוד פון השגחה פרטית אין יעדע'ס גראז און שטויב, דעם סוד פון אלוקית אין יעדע זאך. ווייל ווען נישט וואלט ער דאך מורא געהאט פון די נבראים.
--

דאס לינקט אונז שוין אריין אינעם סוד פון המתקת הדינים בשורשם. אבער כ'וועל עס לאזן פאר די קומעדיגע תגובה אויב כ'זעה אינטערעסע.
פארשפארט