פאליטישע שפילערייען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 287
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1521 מאל

פאליטישע שפילערייען

שליחה דורך דיכטער »

נאכן פראבירן אלע מיני וועגן אריינצוגיין אין האליוואד און אנהייבן א קעריער אין עקטינג און נאכדעם וואס עס האט זיך אויסגעשטעלט אז זיי זוכן נישט ממש אזא איינער וואס טראגט אט דעם גענעטישע צוזאמשטעל, האט קעני איינגעזען אז קיין עקטער וועט ער שוין נישט ווערן. אלע גלארייכע סצענעס אין זיינע בהקיץ'דיגע פאנטאזיעס ווי ער טאנצט אויף אלע רוזיגע סקרינס און ער ציט צו זיך א מחנה פון פענס אויף סאציאלע מידיע, זענען איהם געבליבן הענגען אין קאפ און ער האט געזוכט א וועג וויאזוי זיי צו פארווירקליכן, האט ער באשלאסן זיך אריין צו לייגן אין פאליטיק. נאך אלעם זענען די צוויי שטוינענדיג ענליך, ביי ביידן דארף מען פירן אן אקט, רעדן מיט די הענט און פיס און נאכזאגן גוט-קלינגענדע ליינס פון א פאפיר ארויס, נאכדעם וואס מען האט עס איינגעחזר'ט טויזנט און איין מאל, אויף א וועג וואס עס זאל זיך אנגעבן כאילו עס ווערט יעצט צום ערשטן מאל ארויסגעזאגט. ביידע דארף מען שפילן און איבערהויפט זענען ביידע אינעם אינדוסטריע פון אינטערהאלטונג.

נו געגאנגען. אין פאליטיקס גייט זיך שוין גרינגער אריין. נישטא קיין דירעקטערס וואס מען דארף געפעלן, ער דארף נישט נאכטאנצן קיין קאריאגראף, ער קען אליין באשלוסן וואס צו טוהן און וויאזוי צו שפילן.
די נישטיגע דעטאלן ווי צו וועלכע פארטיי צו געהערן אדער וועלכע אוידיענס צו צילן און אזוי ווייטער, לאזן מיר איבער פאר די מארקעטינג קארפן-קעפ, זיי זאלן דורכטוהן דעם פעלד פון אלע זייטן און קומען צו דעם מסקנא וואו עס זענען דא די מערסטע שאנסן פאר א לענדסלייד געוואונס און פאר אן אפהילכיגן סוקסעס.

ער געדענקט זיך נאך שטיין פארנט פונעם שפיגל און רעדן צו דעם געשטאלט קעגן איהם, מאכענדיג אלע סארטן פאקסן און גרינמאסן, ביז ער האט געשפירט אז ער איז שוין גרייט פאר דעם ארבעט.
צוגרייטן די דרשות זענען געווען פאר איהם, ווי ער האט זיך באצויגן "א פארגעניגן יעדער סקונדע", ער האט אריינגעפלאכטן הודו מיט אנא צוזאמען מיט בגתן און אבירם אויף א קונסטליכן וועג, וואס האט געהאלטן די צוהערע געשפאנט מיט אפענע מיילער און אנגעשפיצטע אויערן, פארשנעלערטע הארץ קלאפעס און פארשטייפטע פויסטן, גרייט פאר א באלדיגע רעוואלוציע. ער האט גערעדט שארף און קלאר, אנדייטענדיג מיט זיין ווייזערל פינגער, יעדער שטיק צייט, אריין אינעם אוידיענס און האט יעדער עטליכע מינוט אריין געווארפן מעכטיגע ליינס מיט טאטאל באדייטלאזע מיינונגען, ווי למשל אין איין פאל לויפענדיג פאר דער רעכטע לאגער, ווען ער האט געזאגט מיט א דיקע שטימע, נאך א דראמאטישע פויזע:
"If you stick to the right, you will never be left behind"
מיינענדיג צו זאגן דערמיט אז קיינער איז נישט פארזיכערט מיט זיין זיץ און מען מוז טוהן אלעס וואס מען קען, צו ציען וואס מער מענטשן...
דאן האט ער זייער שטארק ארום גערעדט וועגן דעם ענין מיט וועלכע ער האט אנגעהויבן זיין רעדע, וואס האט צו טון אנבאלאנגט דער געדאנק אז מען דארף זייער שטארק אויסשטריכן דער וויכטיגקייט פון האבן דער וויזיע פאר די אויגן, ווייל עס איז נישט נאר וויכטיג, נאר אייגענטליך קריטיש פאר אונזערע סוקסעס און פאר דער גאנצע צוקונפט פון אונזערע לאנד און דער עתיד פןן מענטשהייט בכלל.
טענער האבן זיך געהויבן און גענידערט און מיט זיין קאריזמע האט ער היפנאטיזירט דער אוידיענס וועלכע האט געפאכעט און געקלאפט לויטן ריטעם פון זיינע שליקעצן.

פון די אינטערסאנטסטע אנעקדאטן דורכויס זיין ראלע אין פאליטיק זענען געווען ווען ער איז אנגעפרעגט געווארן פארשידענע פראגעס וועגן זיינע פאליטישע מיינונגען, דורך רעפארטעס אויף די וועגן אדער אין אפציעלע אינטערוויען. צום באשפייל, ביי איין געלעגענהייט ווען א רעפארטע האט איהם געפרעגט: זאג נאר מר. מק-האליקס, (ארגינעל איז זיין משפחה נאמען האליקס, נאר ווען ער איז אריין אין פאליטיק האט ער צוגעלייגט דער 'מק' צוליב מארקעיטיניג פורפעסיס) ווי אזוי וואלט איר דעפינירט אייערע פאליטישע גאנג אין איין ווארט? זיין אנטווארט דערויף איז געווען קורץ און ווייטגרייכענד. ער האט געענטפערט:
"מיין מיינונג איז א יעדער איז בארעכטיגט צו האבן א מיינונג, אבער איבערהויפט איז יעדער בארעכטיגט צו האבן מיין מיינונג"...
ווען זיי האבן איהם אנגעהויבן צו פרעגן וואס דאס דארף צו באדייטן, האט ער זיי מיט א נידריגע און ביליגע בליק, געגעבן צו שפירן ווי ער רעקאמענדירט זיי, זיי זאלן ענדישע גיין פראבירן צו פארהערן שימפאנזעס...

אין איין פאל איז זיין פאליטישע קעריערע שיעור נישט צוגרונד געפאלן. געווען איז עס ווען ער איז געלאדנט געווארן צו די הויכע פענסטערס זיך צו טרעפן מיט וויכטיגע פיגורן און מאכטפולע פערזענליכקייטן. לאנגע שטונדן האט ער האט זיך געלערענט ווי אזוי צו געבן דאס האנט און וויאזוי דאס צוריק צו נעמען און וואס צו זאגן ווען און וואו, אבער ווען איינער פון די הויכע פערזאנען האבן איהם צופעליג געפרעגט וואו ער האט שטודירט, האט ער זיך בטעות אנגערופן: "שטודיע איז פאר דאַמען" א פראז וואס ער האט געהאט אוועקגעלייגט פאר א גרויסע ראלי וועלכע האט געדארפט פארקומען אין א וואך ארום, געווידמעט פאר דער ארבעטער קלאס און די ארימע סעקטע אינעם געזעלשאפט. ער האט בליץ שנעל פארענדיגט דעם פראז צולייגענדיג, תוך כדי דיבור דרבינו תם: "וועלכע ווילן קליג ווערן".

זיינע רעדעס זענען געוען דורכגעווייקט מיט אן אייגענארטיגע חן. ער פלעגט רעדן וועגן העכסט-וויכטיגע צוועקן און דברים העומדים על פרק הישן. ער האט זיך געהאט געבויעט גאנצעטע עצי שיטים עומדים מיוסדים על אדני פז, ווען עס איז געקומען צו זיין פאליטישע מיינונג, איבער דער קלימאט, אימיגראנטן, דער עקאנאמיע און אפילו איבער עקסטראטערעסטריאל אינטעליגענץ.
אט איז אן אויסצוג פון אן ארטיקל וועלכע ער האט פארשפרייט אין די אלגעמיינע צייטונגען, צו ציען די מאסן פאר א בעפארשטייענדע קאמפיין:
"מיר טוען דערמיט מאנואווירן די אויסשלוסליכע רעכטן פון אונזערע בירגערשאפטליכע קאארדינאציע וועלכע פארנעמט נישט ווייניג א פראמינענטע ארט פון אונזערע געזעלשאפטליכע אינסטיטוציעס אינעם געמיינדע. ווארום נישט אלע זענען איינשטימוג מיטן מיינונג אז טויש איז געראטן אין זיין וועזן אבער קיינער וועט נישט פארלייקענען זיינע סאציאלע און עקאנאמישע ווייטגרייכענדע אומפארויסגעשאצטע קאנסעקווענסן איבער אנטיראסיזם אין לאנד.
דערמיט האט ער זייער שטארק ארויס געברענגט זיין מהלך אנבלאנגט פאליטיק. נעמליך, נוץ ווי מער אומפארשטענדליכע אדזשיקיטיוון און ווי ווייניגער ווערטער וואס ווערן גענוצט אינעם טאג טעגליכן געשפרעך.
דאס ווארט אנטיראסיזם האט ער אליין באשאפן פראבירענדיג דערמיט צו צילן סיי ראסיסטן דערמיט וואס עס האט דאס ווארט 'ראסיזם' דערין און סיי אנטיראסיסטן דורכדעם וואס עס הייבט זיך אן מיט - אנטי.

זיין פאליטישע לעבן האט זיך דראסטיש אפגעהאקט יענער פונסטערע נאכמיטאג ווען ער האט באקומען דעם רוף אז זיין בעל בית געבט איהם אן אלטימאטום, אדער נעמט ער זיך ארבעטן ווי א מענטש און געבט אויף אלע שטותים מיט וועלכע ער פארנעמט זיך אין צייט פון ארבעט, אדער קען ער זיך גיין זוכן נייע גליקן אינעם גרויסן וועלט. זעלבסט פארשטענדליך אז ער האט זויפארט געוויזן זיין בעל הבית דער רוקן און זיך אויסגעדרייט צום ארבעטס טיש און פארגעזעצט מיט זיין ארבעט. ער חלום'ט שוין פאר דעם טאג וואס ער וועט זיין זעלבסשטענדיג, ווען ער וועט קענען אראפנעמען פון דער ארבעט וויפיל עס וועט איהם נאר שמעקן...

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר