שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
ס'איז דא געניג פלאטפארמעס מיטצוהאלטן די נייעס, אבער מ'קען נישט איגנארירן די שרעקליכע בלוט באד אין א''י דעם שמיני עצרת ווי כאמאס טעראריסטן האבן ליידער אומגעברענגט איבער 700 אידישע קינדער הי''ד און פארכאפט איבער 100. זאך קענערס זאגן אז זייט די האלאקאוסט זענען נישט אומגעקומען אזויפיל אידן אין איין טאג ר''ל.
ה' ישמרנו ויצילנו.
ה' ישמרנו ויצילנו.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
איך האב קיינמאל בעפאר נישט געשפירט אזא צורך צו אויסשאלטערן די נייעס קוועלער אויס זארג פאר מיין עמאציענאלע וואוילזיין. די בלוט פון מיינע ברידער וואס זענען פארגאסן, און די פיין פון די פארכאפטע. איך וויל זיך נישט מתבונן זיין צופיל אין די געשעענישן וואס זענען פארגעגאנגען. נאכדערצו זעענדיג די וועג וויאזוי חלקים פונעם מידיע טוען באריכטן די געשעענישן ווי א לעגיטימע צוויי זייטיגע קאנפליקט. זאל דער באשעפער געבן כוח פאר אונזערע חיילים צו זיך נוקם זיין אין די דם השפוך - און מעביר זיין אונזערע שונאים מן הארץ.
Sent from my Pixel 6a using Tapatalk
Sent from my Pixel 6a using Tapatalk
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
- צוזאמגעדרייט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 568
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
- געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
- האט שוין געלייקט: 1344 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
איך געדענק נישט אז איך זאל זיין אזוי צעשוידערט אין א לאנגע צייט.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
- שעפטאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 889
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
- געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
- האט שוין געלייקט: 7215 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל
ס'שא שטיל, ס'רעגנט דא אינעם דשונגל, אפי' די הימל'ן וויינען.
די פארלוירענע אויגן פונעם בלאנדען אינגעל וואס פראבירט זיך צו באשיצן פונעם שטעקן, לאזן מיך נישט איינשלאפן!
ווער ווייסט וואס מ'גייט נאך אלס געוואר ווערן?!
כ'גיי ארויס פונעם פּאלאפּא, כ'ציטער פון יעדע שארך, ווי כאילו די פומא'ס דא פלאנען אויכעט ראיאטן.
ווער ווייסט וואס ס'קען נאך חלילה געשעהן פונעם טיימס סקווער.
כ'בין פיינעלי צוריק אינעם פּאלאפּא א רעגן באגאסענער, א דערשראקענער, כ'קוק ארויף ביי די שפאלט צעווישען די ביימער צום שווארצן הימל, מיט דער'שראקענ'ע, פאר'ווינדער'טע, פאר'טרער'טע, פאר'טענה'טע אויגן, נישטא קיין ווערטער וואס קענען שלעפן אין זיך אזא גרויסען געפיהל! שטילערהייט שרייט זיך ארויס מיין שווייגעניש.
?!!!
[ווער רעדט נאך פון די "פרומע" הסברים,
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 93#p106993 וואס זענען גאר באמבע קשיות.]
אפשר זענען אונז צו קליין פאר עם, ס'גייט עם נישט אהן אשר שלט האדם באדם לעשות לו רעה. פונקט ווי ס'גייט מיך נישט אהן אז א ספיידער שטארבט?!
אויב זענען אונז גענוג חשוב ביי עם אז וויל תרי"ג און שס"ה, דאן גייט עם זיכער אהן אונזער לעבן.
?!!!
כ'פארשטיי נישט, כ'קען נישט פארשטיין! כ'ווייס נישט, כ'קען נישט וויסן!
פליצלינג הערט זיך א גערויש פון נישט ווייט פונעם פאלאפא, דאן הערט זיך א הארציגע געוויין פון א חיה וואס ווערט פארציקט, א געוויין פון דעם זעלבען אומ'פאר'ענטפערט'ן שאלה, האסט מיך באשאפן צו שטארבן מיט א מיתה משונה?! הזאת נעמי?!! די געוויין ווערט שוואכער און שוואכער. נישט ווייל איינער קומט זי העלפן, נאר ווייל זי גייט נעבעך אויס!!
קשיא בלייבט קשיא! אבער גאט בלייבט ווייטער גוט!
רבוש"ע האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערלעך!!!
מער זאלסטו נישט איינשלאפן ביים וואַך, שומר ישראל!!!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
עס איז דא א ווידיאו קליפ פון נעכטען ביינאכט מוצאי יו"ט און נאך מיט די שמונה בגדים די שבת'דיגע מלבושים ווי די מחריבי קרתא טרינקערס פון אידיש בלוט אין מאנהעטען פראטעסטירן אנטקעגען ארץ ישראל. עס איז צו גרויס צו צולייגען צו ק"ש
גענוג איז גענוג רשעות האט אויך א שיעור ווילאנג וועלען מיר לאזען די נאציס פארשטעלט ווי אידן זיך ארום דרייען פראנק און פריי ואין פוצה פה ומצפצף? עס איז שוין העכטס צייט זיי אינגאנצען אויסצושליסען פון כלל ישראל די גאסען פון ארץ ישראל איז רויט מיט בלוט די בלוט קאכע נאך און די ????? העלפען אונזערע שונאים.
מען מעג זיי אפי נישט רופען נאציס וויי זיי פארשעמען די נאציס
דוד בן גוריון האט אמאהל געזאגט אז ער האט פיינט די אראבער ווייל זיי דערמאנען איהם פון די ספרדים. דא קען מען זאגען אז אונז האבען פיינט די אראבער ווייל זיי דערמאנען אונז פון די אראבער און די נאציס
פאר מען פאנגט אן שרייען ציונים. מען האט אמאהל געפרעגט שלמה קארליבך ווי אזוי ער קען ליעב איעדען איד אפי די פרייע האט ער גע-ענטפערט
אז ער איז גענוג איד אז די נאציס זאהל איהם פיינט האבען איז ער גענוג איד אז איך זאהל איהם ליעב האבען.

אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
א פשוטע מוזיק פעסטיוואל ווי אסאך אויסלענדישע האבן זיך אויך באטייליגטהיט שבת האט געשריבן:וואסערע פארזאמלונג איז געווען ביי די סטעדיום ווי די טעראריסטען האבן אויסגעהארגעט צענדליגע מענטשן? איך זעה אויף אייועלט וויל מען נישט שרייבען וואס....
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 01, 2023 11:36 pm
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
ביזט זיכער? לויט ווי איך פארשטיי איז עס געווען עפעס אנדערש..דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:א פשוטע מוזיק פעסטיוואל ווי אסאך אויסלענדישע האבן זיך אויך באטייליגטהיט שבת האט געשריבן:וואסערע פארזאמלונג איז געווען ביי די סטעדיום ווי די טעראריסטען האבן אויסגעהארגעט צענדליגע מענטשן? איך זעה אויף אייועלט וויל מען נישט שרייבען וואס....
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ווי איז עס געווען? נאמען פון סטעדיום?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
ס'געווען א פעסטיוול וואס האט צעלעברירט פרייע ליבע, וואס באדייט יחסי מין וואס איז אפהענגיק פון סיי וועלכע דרויסענדיגע פאקטארן (ווי חתונה האבן אדער זיין אין א רילעישענשיפ).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
נישט געווען קיין סטאדיום.
עס איז געווען אין מדבר הארט נעבן קיבוץ רעים.
The Supernova festival.

- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
שוין דא א וויקיפעדיע בלאט https://en.wikipedia.org/wiki/Re%27im_m ... l_massacre
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
קודם עס איז שוין דא מערערע קליפס פון די נאציס מיט בערד יעצט אין לאנדען.פאלאצ'ינטא האט געשריבן:עס איז דא א ווידיאו קליפ פון נעכטען ביינאכט מוצאי יו"ט און נאך מיט די שמונה בגדים די שבת'דיגע מלבושים ווי די מחריבי קרתא טרינקערס פון אידיש בלוט אין מאנהעטען פראטעסטירן אנטקעגען ארץ ישראל. עס איז צו גרויס צו צולייגען צו ק"ש
גענוג איז גענוג רשעות האט אויך א שיעור ווילאנג וועלען מיר לאזען די נאציס פארשטעלט ווי אידן זיך ארום דרייען פראנק און פריי ואין פוצה פה ומצפצף? עס איז שוין העכטס צייט זיי אינגאנצען אויסצושליסען פון כלל ישראל די גאסען פון ארץ ישראל איז רויט מיט בלוט די בלוט קאכע נאך און די ????? העלפען אונזערע שונאים.
מען מעג זיי אפי נישט רופען נאציס וויי זיי פארשעמען די נאציס
דוד בן גוריון האט אמאהל געזאגט אז ער האט פיינט די אראבער ווייל זיי דערמאנען איהם פון די ספרדים. דא קען מען זאגען אז אונז האבען פיינט די אראבער ווייל זיי דערמאנען אונז פון די אראבער און די נאציס
פאר מען פאנגט אן שרייען ציונים. מען האט אמאהל געפרעגט שלמה קארליבך ווי אזוי ער קען ליעב איעדען איד אפי די פרייע האט ער גע-ענטפערט
אז ער איז גענוג איד אז די נאציס זאהל איהם פיינט האבען איז ער גענוג איד אז איך זאהל איהם ליעב האבען.
איך האב אויך געפרעגט אן עלטערער רב וועגן דעם האט ער מיר געזאגט בפה מלא...
מען דארף זיי נישט אויסשליסען ווייל זיי זענען בכלל נישט קיין אידן
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 69
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 21, 2022 1:59 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
איך האב געהאט א שטיקל ויכוח מיט איינעם אויף אייוועלט וועגן די טויט פון די ציונים, איך האב פרובירט צו וואטשן וואס איך שרייב אז ס'זאל שטימען מיט זייער סטאנדארטן, אבער ס'איז נאך אלס פארמעקט געווארן. אין די קורצע צייט וואס ס'איז דארט געווען האט מיינע תגובות באקומען אסאך לייקס, איך האב באוויזן צו סעיווען די שמועס, און איך גיי עס ארויפשטעלן דא.
די שמועס האט זיך אנגעהויבן וועגן וואס מ'זאגט פאר די קינדער אין ליכט פון די טראגעדיע, האט איינער געשריבן אזוי, איך מאך יענעם'ס ווערטער אין א אנדערע פאנט
מיר האבן געמאלדן די נייעס פאר די קינדער אז סאך ציונים זענען גע'הרג'ט געווארן, רופט זיך אן מיין אינגל אז משיח קומט שוין...
איצט קען מען צולייגן אז מען דארף מתפלל פאר אחינו בני ישראל אז ס'זאל זיי נישט שאטן וכו'
דו ביסט מסודר אויף אייביג... דו וועסט קיין טראומא קיינמאל נישט האבן אין דיין לעבן... ווייל נאר ציונים שטארבן, און אז סמאכט זיך אמאל אז א פרומע איד שטארבט, וועט מען זאגן אז ער איז א שטיקל ציוני געווען אין הארץ און זיין טויט גייט מיר נישט אן און פערטיג...
די גרינגסטע וועג ארויס...
דער טויט פון א ציוניסט דארף דערפרייען יעדע אידישע נפש (וואס דען האסטו אינזין שבת ביים עסען טשולענט?...)
כידוע האט פאר רבינו הק' וויי געטון דאס וואס ניקסאן האט געשיקט הילף פאר די מדינה בשעת די יו"כ מלחמה, ווען נישט אמעריקאנער הילף וואלט די מדינה אינטערגעגאנגען.
סגייט דא ווערן א דעבאטע צו די רבי האט דאס געזאגט אדער יענס געזאגט, איך קען מיך אין דעם נישט אריינמישן, ווייל איך ווייס נישט וואס די רבי האט געהאלטן, איך בין נאך נישט געווען יענע צייטן.
אבער איך קען דיר זאגן אז איך האלט נישט ווי דיר!
איך פארשטיי דיין געפיל אז איינער אין דיין שטאט אדער דיין קהילה שטארבט זאל דיר מער וויי טון ווי איינער פונדערווייטנס, איינער וואס איז נישט די זעלבע לעוול פרום ווי דיר, איך פארשטיי עס, רבי ר' אלימלך האט אמאל תשובה געטון פארוואס סהאט אים מער וויי געטון זיין זונס צער מער ווי א צווייטנס, אבער נישט יעדער איז אין די מדריגה.
אבער זיך פרייען, דאס איז שוין א מדריגה אין שלעכטע מידות, איך וואלט געזאגט אז מטאר זיך נישט פרייען ווען אראבישע ציווילע שטארבן, דא וועסטו שוין מסכים זיין מיט מיר מסתם...
ווער מיר נישט איצט פויל און זיי יא מברר וואס די רבי האט געזאגט און געהאלטן, דאס וואס איך זאג קומט נישט פןן די עקסטרעמע לאגער
-----
האהא אן אראבער גייט מיר גראדע בכלל נישט אן, אין אלעמן אמת, איך פריי מיך בעיקר אז די ציוניסטישע כוחי ועוצם ידי האט געכאפט א פעסטן שנעלקע
אז ציונים שטארבן טוט מיר נישט וויי (און שששש רוב אוהב ישראל ניקס דא טוט בעיקר וויי אז די ציוניסטישע כח האט געכאפט א ריק והא ראי' זיי וועלן זיך פרייען ווען זיי זעהן ווי מדנ"י באמבאדירט צוריק )
-------
עת צרה היא ליעקב! מען דארף מתפלל זיין פאר אחינו בארץ ישראל וואס זענען אינטער אטאקע פון די אראבערס (יא די ציונים זענען די צינדערס, אבער איצט הרג'נען די אראבערס)
איך בין נישט פויל
איך וויל נישט געוואויער ווערן אז די רבי האט געהאלטן אז מזאל זיך פרייען ווען ציונים שטארבן, ווייל איך האלט נישט אז דאס איז די וועג פאר א ציווילע מענטש צו טראכטן
און איך האב נישט קיין שמחה ווען א ציווילער אומשולדיגער אראבער שטארבט, ער איז א מענטש און סקומט אים נישט קיין טויט ווייל דו האסט נישט ליב זיינע ארומיגע.
א ציוני באדערט מיר מער ווייל ער איז נענטער צו מיין הארץ ווייל ער איז א איד.
אפגערעדט אז צווישן די אלע געפאלענע איז דא אסאך וואס זענען נישט קיין ציונים, למשל די קליינע קינדער וואס האבן נאך נישט אנגעיאגט צו ווערן ציונים.
און פאר די געפאלענע מעג מען ווייטאגן אפילו אויב דיין מהלך פונעם רעבין איז אמת.

תרמב, איך קען אביסל פארשטיין דיין בר פלוגתא, פונקט אזוי ווי דיר באדערט נישט ווען א טעראריסט אדער אן אראבער וואס איז סימפאטיש צו טעראריזם שטארבט, ווייל די שפירסט אז ער איז שלעכט און ער פארלירט זיין זכות פאר רחמנות אין א געוויסע זין, אזוי אויך קוקט ער אן די ציונים א דאנק די מח וואשונג וואס ער איז אריבער,
וועסט מיר מוחל זיין אבער איך בין נייגעריג ווי שטארק עס וועלט מיר געבאדערט אויב א נטורי קרתא'ניק וואלט געהרג'ט געווארען... פאר די זעלבע סיבה...
וועסט מיר מוחל זיין אבער איך בין נייגעריג ווי שטארק עס וועלט מיר געבאדערט אויב א נטורי קרתא'ניק וואלט געהרג'ט געווארען... פאר די זעלבע סיבה...
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
איך ליין איבער די טעקסט נאכאמאל און נאכאמאל און איך טראכט צו מיך: מה לי ולהם? וואס האב איך איינגעשטויסן מיט די חברה? וואס האב איך צוטוען מיט די סארט פאקרומטע קראנקע סארט השקפה? וועלכע וועליו שעיר איך מיט זיי? רעליגיע? זייער רעליגע איז נישט מיין רעליגע. אינאמת'ן האב איך מיט די סארט אייוועלט אידן און מיט די נטורי קרתא פונקט ווי כ'האב מיט די אינדאנעזער. ניין, נאך ווייניגער, דער אינדאנעזער איז נישט מיין פיינט. זיי זענען מיינע פיינט, זיי האסן מיינע ברידער, זיי זעהן ווי זייער ברידער ליגן אין בלוט און זיי מאכן זיך נישט וויסענדיג, נאכמער זיי פרייען זיך מיט זייער טויט! און דערפאר זענען זיי אין מיינע אויגן אויף איין זייט מיט חאמאס, מיט איראן און מיט מיינע אנדערע פיינט און דאס אז איך געפין אין זעלבע סאושעל גראופ צוזאמען מיט זיי מאכט מיך איבלען.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
אוי שטינקט די סאטמארע וויזויהייסטעס (ח"ו נישט כוחי ועוצם ידי ווייל דאס האבן נאר די ציונים חחח). מילא ווען די "ציונים" פאטשן זיך אין בייכל מיט זייער "כוחי ועוצם ידי" קען איך פארשטיין זייער נסיון ווייל זיי האבן עפעס געטוהן דערפאר, אבער וואס האט דער סאטמארער זיך צו פאטשן אין בייכל? מילא ווען דיין פארטיי האט געוואונען די ארמארי, מילא דיין רבי האט געגעבן א זאפטיגע דרשה וואו ער האט גוט אריינגעפליקט זיין ברודער/שוואגער/נעפיו, מילא ענק האבן באוויזן אנצופילן א סטעדיום און ס'געוועהן א "סוקסעספולע" מעמד וואו מ'האט געוויזן פאר אלע שונאי סאטמאר אז מיר קענען אויך, שוין, א נסיון בלייבט א נסיון, אבער דא האט דיין פארטיי געוואונען אנדעם וואס דו זאלסט אריינשטעקן א פינגער אין קאלט וואסער, דו טאנצטסט הקפות אין ראדני און דיינע פאנטאזירטע שונאים ווערן אויסגע'שחט'ן, ביזט דורכגעפאלן דעם כוחי ועוצם ידי נסיון נאך פאר ס'האט זיך אנגעפאנגען...תרמב האט געשריבן: האהא אן אראבער גייט מיר גראדע בכלל נישט אן, אין אלעמן אמת, איך פריי מיך בעיקר אז די ציוניסטישע כוחי ועוצם ידי האט געכאפט א פעסטן שנעלקע
אז ציונים שטארבן טוט מיר נישט וויי (און שששש רוב אוהב ישראל ניקס דא טוט בעיקר וויי אז די ציוניסטישע כח האט געכאפט א ריק והא ראי' זיי וועלן זיך פרייען ווען זיי זעהן ווי מדנ"י באמבאדירט צוריק )
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- פונדאַמענטאַל
- ידיד השטיבל
- הודעות: 320
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
- האט שוין געלייקט: 677 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל
Re: שמיני עצרת תשפ"ד בלוט באד אין ארץ ישראל
הונדערטער אומשילדיגע ווייבער און קינדער ליגן אין זייער נארוואס פארגאסענע בלוט, נאך זענען פארכאפט ביי בלוטדארשטיגע מערדער און ווערן גערעיפט געפאניגט און דערנאך געהארגעט. אבער זיין מענטשליכע נאטור פון רחמנות, און זיין ברידערליכע געפיל פאר א צווייטע איד, איז נישט צום געפינען. עס רירט נישט ביי אים קיין האר, עס איז בכלל נישט אונטרעסאנט. וואס איז נוגע איז אז מען קען ווידעראמאל איבער זאגן צו זיך אליינס "די רבי איז גערעכט געווען". און סייווי האט עס גארנישט מיט אונז עס איז דאך נישט קיין "היימישע". דערנאך קומט נאך צו אים א געפיל פון שמחה, אהה א מפלה אין די ציונים. און פארשטייט זיך אז גלייך זאגט אים זיין אינטואיציה אז עפעס איז ווראנג מיט די מחשבה, אבער גלייך גיבט ער זיך א כאפ צוריק מיט די אפיציעלע פארטי ליין - עס איז די כוחי ועוצם ידי וואס האט געכאפט א מפלה, די כוחי ועוצם ידי וואס בלויז די הייפעלע איבערגעבליבענע טרייע אידן וועלכע גייען אין די רבי'ס הייליגע דרך זענען ריין דערפון. מיר נוצען קיינמאל נישט די אייגענע כוח פאווער און קונטרול צו שטיפן אונזערע אגענדעס און צו לוחם זיין און יעדן וואס האט פרעמדע מחשבות. עס איז בלויז דער לוחם אין ארצנו וואס גייט ארויס טוען זיין השתדלות מיט א הייסן תפילה צום בורא, וועמענס ווייב און קינדער מען דארף אויסהארגענען.
נאכן הערן און מיטהאלטן די שרעקליכע אקטן וועלכע די בארבארישע רוצחים האבן דורכגעפירט, האבן פילע אנגעמערקט דאס אז ריינע בארבאריזם וועלכע קומט אלס רעזאלטאט פון עקסטרעמע אידיאלאגיע און קולטור איז נאכאלץ א מציאות. ליידער קומט דא באווייז צו די זעלבע ערשיינונג פונעם צווייטען ריכטונג.
שמחת תורה אין שול האט א געוויסע איד געפרעגט מיינס א חבר אויב ער טראכט אז עס וועט קענען זיין הקפות שניות דאס יאר (גאר הויכע פראיאריטעט פארשטייט זיך). האט ער געענטפערט, די וועלכע האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו טאנצען לג בעומר נאך די שרעקליכע טראגעדיע זיך נישט קומערנדיג מיט די צורך פאר תיקון, דער וועט אויך טאנצען הקפות שניות. וד''ל.
Sent from my Pixel 6a using Tapatalk
נאכן הערן און מיטהאלטן די שרעקליכע אקטן וועלכע די בארבארישע רוצחים האבן דורכגעפירט, האבן פילע אנגעמערקט דאס אז ריינע בארבאריזם וועלכע קומט אלס רעזאלטאט פון עקסטרעמע אידיאלאגיע און קולטור איז נאכאלץ א מציאות. ליידער קומט דא באווייז צו די זעלבע ערשיינונג פונעם צווייטען ריכטונג.
שמחת תורה אין שול האט א געוויסע איד געפרעגט מיינס א חבר אויב ער טראכט אז עס וועט קענען זיין הקפות שניות דאס יאר (גאר הויכע פראיאריטעט פארשטייט זיך). האט ער געענטפערט, די וועלכע האבן נישט געהאט קיין פראבלעם צו טאנצען לג בעומר נאך די שרעקליכע טראגעדיע זיך נישט קומערנדיג מיט די צורך פאר תיקון, דער וועט אויך טאנצען הקפות שניות. וד''ל.
Sent from my Pixel 6a using Tapatalk
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
לאמיר ענק פרעגן וואלטס עטס געהאט די זעלבע געפיל אויב חלילה עס געשעהט אין מאה שערים? יא צו ניין?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com