עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
די אנדערע זייט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2022 6:51 am
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

שליחה דורך די אנדערע זייט »

ס'איז דא א pdf פון אלע אמשינאווע ארטיקלען וואס (שש) אדנירם האט געשריבען?
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 285 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1344 מאל

שליחה דורך לייביששרייבער »

געבוירן [בשנת תקל"ט] דורך א ברכה פון ר' דוד'ל לעלובער, איז ר' איציק'ל וואורקער אויפגעוואקסן אונטערן שאטן פונעם לעלובער, און איז דורך אים אנגעקומען צום חוזה פון לובלין. אבער גלייכצייטיג איז ער פארבליבן א פייערדיגע חסיד פונעם לעלובער [דוגמתו מצינו, אז ר' שלמה קארלינער איז געווען א חסיד פון ר' אהרן הגדול פון קארלין, אפילו זיי זענען ביידע געגאנגען זיך ווייקן ביים מגיד פון מעזריטש. באמת איז די דמיון נאך שטערקער, כדלהלן].

ר' דוד'ל לעלובער איז געווען גאר א שטארקער ידיד צום יוד הק' פון פרשיסכא. ביידע זענען געפארן צום חוזה פון לובלין, ביידע זענען געווען רבי'ס מיט חסידים בחיי הרבי שלהם - דער חוזה, ביידע זענען געווען פוילישע [אין קאנטראסט צום ראפשיצער רב וכו' וואס זענען געווען גאליציאנע], דאכצעך מיר אז אויף ביידע איז געווען א שטיקל רוגזה מצד דעם חוזה (און נישט נאר כלפי דעם יוד הק', ווי באקאנט), און וואונדערליך זענען ביידע אוועק אינעם זעלבן יאר [תקע"ד] - בחיי רבם וואס איז אוועק א יאר שפעטער [וכנ"ל, פונקט ווי ר' אהרן הגדול פון קארלין איז אוועק בחיי רבו המגיד ממעזריטש]. זיי האבן זיך אויך משדך געווען: ר' משה'לע לעלובער איז געווען אן איידעם ביים יוד הק'.

דורך ר' דוד'ל לעלובער איז דער יונגער אויפגייענדער וואורקער צדיק אנגעקומען קיין פרשיסכא. אבער דער לעלובער אהבת ישראל, דער מוסטער פון מקרב זיין אידן מיט שמחה, איז שוין קיינמאל נישט אוועק פון זיין מהות. שפעטער וועט דער וואורקער פירן פונקט א פארקערטער הנהגה פון זיין נאנטער ידיד – ר' מענדלע קאצקער. ביידע פון די לייבן ביים יוד הק' און רבי ר' בונם פון פרשיסכא.
ר' משלה לעעלובער האט זיך קיינמאל פאר קיין לעלובער רבי נישט געקרוינט. דער איינציגסטער פלאץ ווי ער האט יא אנגענומען דעם כסא הרבנות איז געוועזען אין א קליין שטעטאלע אין פוילן וואס האט געהייסן פרזדבורז.

ווען דער חוזה און זיין טאטע ר' דודל זענען אוועק איז ער געגאנגען מקבל מרות זיין פונעם רבין ר' בונם פון פשיסחא זי"ע און ווען ר' בונ איז אוועק איז ער געגאנגען מקבל מרות זיין פון ר' איציקעל ווארקער זי"ע

ווען ר' איציקעל איז אוועק האט ער אנגענומען דאס רבנות פאסטן אין פרזדבורז.
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

שליחה דורך כספי »

אדנירם האט געשריבן:
עלפטע קאפיטל:
רבי יוסף'ל אמשינאווער אלס אסטראווער רב.


מיט זיין חכמה וצדקות האט ער באוויזן צו האלטן דעם שטאט. ער איז קיינמאל נישט געווען מסדר קידושין אין שטאט און אזוי אויך איז ער קיינמאל נישט געגאנגען צו קיין חתונות [חוץ ביי א ת"ח וואו ער פלעגט קומען ביים קבלת פנים]. אבער איינמאל ווען ער האט געהערט אז עפעס א חתן כלה האבן שוין געדינגען א דירה אין שטאט, און ווילן שוין יעצט וואוינען צוזאמען רח"ל, האט דער רב זיי מבטיח געווען אז אויב זיי וועלן דאס נישט טון, וועט ער אליינס זיין זייער מסדר קידושין, וכך הוה. חוץ מזה, איז ער קיינמאל נישט געווען דער מסדר קידושין.
אה! פארצייטישע שקצים, געווען גרייט אוועקצוגעבן זייערע תאוות אבי דער רב זאל זיין מסד"ק, ווי נעמט מען היינט אזוינע שקצים
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

שליחה דורך כספי »

אדנירם האט געשריבן:
צוועלפטע קאפיטל:
רבי יוסף'ל אלס דריטער רבי אין אמשינאוו.




אמת קנה.

איינער איז אמאל אריינגעקומען צום רבי'ן זאגן, אז ער שפירט אז די מקוה איז אים מטהר. האט ר' יוסעלע אים געענטפערט: 'דאס אז די מקוה איז מטהר, איז אמת, אבער דאס וואס דו שפירסט, איז עפעס אנדערש...
לויט ווי איך געדענק און איך מיין אז אזוי שטייט אין ימות עולם איז דאס געווען ביי זיין זון אליינס הרה"ק ר' איציקל זי"ע, ער האט זיך נישט גוט געפילט, און דער דאקטאר האט עם נישט ערלויבט צו גיין אין מקוה, און זיין טאטע האט עם געהייסן פאלגן דעם דאקטאר, האט ער געזאגט אז ער שפירט אז די מקוה איז עם מטהר, האט עם זיין טאטע צוריקגענטפערט כנ"ל, און ער האט ממשיך געווען דער וואורקער זיידע האט געזאגט אז מ'קען זיך טובל'ן וכו', און דער ווארקער זיידע איז געווען א מלאך וכו', עפעס אזוי (כ'האב נישט יעצט תח"י די ספר נאכצוקוקן)
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

שליחה דורך כספי »

אדנירם האט געשריבן:
צוואנציגסטע קאפיטל:
רשימת גדולי תלמידי הרה"ק רבי איציק'ל אמשינאווער זצ"ל,
ביניהם רבנים אדמורי"ם ומרביצי תורה.



רבנים וצדיקים מפורסמים.


א באקאנטער חסיד איז געווען דער היינט שוין באוואוסטער משפיע און רבי, הגה"צ רבי מאטל זילבער, סטיטשינער רב שליט"א, וואס פלעגט כסדר נאשן פון ר' איציק'ל, ובפרט נאך זיין רבי - דער אלטער סטיטשינער - איז אוועק. אין אמשינאוו האט מען געוואוסט אז ער מיינט דאס ערנסט, אבער פאר די געשמאקע חבריא איז נישט געווען אזוי ניחא זיין אנגעצויגנקייט וואס איז א שטיקל סתירה מיטן ליבלכקייט פון אמשינאוו. אבער פארט זענען אמשינאווע רבי'ס טויערן געווען שטענדיג אפן פאר אים, און ער האט אסאך קונה געווען פון ר' איציק'ל.

איינמאל נאכן רעדן א לענגערע שמועס מיטן רבי'ן, איז ער אריין אין ביהמ"ד און געזאגט צושטורעמטערהייט צו די חסידים: 'ענק ווייסן נישט וואספארא רבי ענק האבן, וואלט עטס געוואוסט - וואלטן ענק אים אויסגעפרעגט און גענאשט פון אים טאג און נאכט'. האבן די חסידים געענטפערט מיטן טיפישן אמשינאווקייט, אז פארקערט, זיי ווייסן שוין איינמאל ווער דער רבי איז, און וועגן דעם מאכן זיי אים נישט משוגע, וואס דער רבי וויל געבט ער זיי אליינס איבער... [עפעס אזוי. כ'געדענק נישט די פרטים כרגע]. אלענפאלס, איז ער געבליבן בקשרי ידידות מיט אנדערע געהויבענע אמשינאווע חסידים [זע מער דערוועגן, ביים סוף קאפיטל].
איך האב געהערט די מעשה אנדערש, אז זיי האבן עם גענטפערט ס'האט דיר געדוירט פערציג יאר צו עומד זיין אויף די גדלות פונעם אמשינאווער רבי'ן, ס'וועט דיר געדויערן נאך פערציג יאר צו עומד זיין אויף די גדלות פון די אמשינאווער חסידים....
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
פארשפארט