די תירוץ איז, בשעת שביהמ"ק היה קיים איז נאך געווען אביסל גילוי מלכות שמים אויף די וועלט, סוי ממליך זיין אונזער גרויסן טאטן אויף די וועלט איז געווען זייער געשמאק, משא"כ אין גלות ווען זיין ליבן נאמען איז פארהוילן אפי' פון אונז זיינע קינדער, איז טאקע דא פארוואס צו וויינעןיאיר האט געשריבן: מיין קינד, האסט זייער גוט געפרעגט. אין די צייטן פון בית המקדש פלעגט מען צולייגן א פיפטע קשיא, טאטע לעבן, אין אונזערע צייטן איז ראש השנה געווען א שיינער יום טוב וואו מען האט געשאלט מיט טרומפייטערס צו דערקלערן אז גאט איז אונזער קעניג, פארוואס היינטיגע צייטן וויינט יעדער און מען קרעכצט, גאט איז נישט קיין גוטער קעניג?
אוי איז דא פארוואס צו וויינען, וידע כל פעול כי אתה פעלתו, נישט נאר די שטענדער מיט די פירהאנג, נאר דיינע אייגענע קינדער וואס ווארפן זיך אין זייערע ענדלאזע מחשבות נישט וויסנדיג ווער ס'איז זייער פועל, ידע שור קנהו חמור אבוס בעליו, ישראל לא ידע עמי לא התבונן