עת לעשות לקאווע הפרו אבליך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2055
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3113 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2823 מאל

עת לעשות לקאווע הפרו אבליך?

שליחה דורך קל וחומר »

איך וויל קודם נעמען די געלעגנהייט זיך צו באדאנקען פאר אלע אנפירער און ארגעניזירער פון דעם פארום וואס איז באמת אן אור בחושך ביי אונזער היימישע געזעלשאפט, א פארום וואס ערלויבט אונז זיך אויסצודריקן אויף פילע טאבו נושאים וואס ווערן אין אנדערע ערטער שטרענג צענזורירט, א פארום וואס גיבט אונז די געלעגנהייט צו זיך באקענען מיט אזוי פיל קלוגע און טאלאנטפולע אידיש רעדנדע וואס מיר וואלטן קיינמאל נישט געוואוסט פון זיי צו זאגן אן דעם, א פארום וואס ווערט ארגעניזירט דורך עטליכע שטארקע בעלי דעת וואס ווייסן ווי איין ווי אויס און טוען דאס אלעס שלא ע"מ לקבל פרס און קוים אמאל א גוט ווארט. איך באדאנק זיך פון טיפן הארצן און קוק ארויס אויף ווייטער צו זען די שטייגונג און הוספת חכמה ומדע ביתר שאת וביתר עז ובפרט יעצט נאכן אריינלייגן אזוי פיל צייט, כח און מח צו פארבעסרן דאס פלאץ מיט פילע שינויים לטובה, ס'איז באמת נישט דא די ווערטער זיך גענוג צו באדאנקען! כה לחי!

יעצט....

איך בין באמת נישט דער מאן דאמר דא, פון די שוואכערע ניקים וואס לאזן פון מאל צו מאל א תגובה אדער גאר אן אשכול, אבער עכ"ז פיל איך א שטארקע דראנג אז דער אמת מוז געזאגט ווערן וקבל את האמת ממי שאומרו.

ובזה החלי.

כלל ישראל שטייט אין די טעג אין איינס פון אירע גרעסטע היסטארישע פונקטן.
מאז היתה לגוי פאר אומגעפער 3,500 יאר האט כלל ישראל נישט פארמאגט אזא שטארקע מיליטער און לאנדשאפט ווי דאס וואס מיר פארמאגן היינט אין די לעצטע 75 יאר זינט הקמת המדינה.
דער מסבב כל הסיבות האט צוגעפירט אז די גרעסטע אטאקע וואס אידן האבן נאר אמאל געהאט זינט דעם ביטערן חורבן ביים צווייטן וועלט מלחמה איז ליידער פארגעקומען דעם פארלאפענעם שמחת תורה אין לאנד ישראל וואו עס זענען אויסגע'שחט'ן געווארן לפחות צוועלף הונדערט אומשוליגע ציווילע אידן אנשים נשים וטף אויף גאר א בארבארישע אופן וואס לאזט זיך ממש נישט גלייבן אז מענטשן זענען עלול צו טוהן אזאנע מעשים.

ס'איז ביי מיר קיין ספק אז היסטאריקער און פופציג יאר ארום און ווייטער וועלן נאכפארשן ווי אזוי חרדים האבן זיך אויסגעדריקט און רעאגירט צו דעם שואה קטנה ועמוקה וואס כלל ישראל איז אדורך האי שתא. וועט מען אויפמישן קאוועשטיבל וואו די פרייהייט פון ווארט איז וועלקאם והילד אננו....
ווייזט אויס אז עפעס א סארט שאק און שוידער האט באנומען דעם עולם אז זיי האבן ממש נישט געהאט וואס אריינצורעדן...
אבער ניין...

שטעלט זיך ארויס אז פאר עפעס א סיבה האט מען פונקט אין די טעג געדארפט איבערמאכן און פארבעסערן דעם פלאץ ווייל ס'איז משום איזה סיבה נישט סובל קיין דיחוי.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר