חסידישע סיסטעם נישט, וואס יא?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

חסידישע סיסטעם נישט, וואס יא?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אויב קענסטו עפענען א קהילה אויפ'ן גרעניץ פונעם "סיסטעם" וואס וואלסטו געטוישט? זעלבסטפארשטענדליך אז אין מיין קהילה צווינגט מען גארנישט ארויף אויף קיינעם, איך רעד פון קהל'ס אפיציעלע שטעלונג, אזא בחינה ווי אין סאטמאר גייט דיך קיינער נישט טערארעזירן ווען דו גייסט צום כותל אדער דו טוסט זיך אן א הויעכן ביבער הוט אבער די אפיציעלע שטעלונג איז אז מ'גייט נישט צום כותל און נאר שטאפענע הוטן און פלאכער ביבער הוטן איז סאטמאר. עניוועיס, מיין קהילה מוז האבן די פאלגענדע תנאים:

א. אלע מוסודות החינוך זענען coed. ד.ה. אז אינגלעך און מיידלעך באקומען דעם זעלבן חינוך, פון די זעלבע מחנכים, אינעם זעלבן בית חינוך.

ב. עוואלוציע און ביקורת המקרא זענען אינעם קוריקולום (ווער ס'וויל זיין אויפגעקלערט קען אויך צולערנען קריעשאניזם א.ד.ג. און ס'וועט קיינעם נישט שטערן)

ג. מ'לערנט אויך איבער אנדערע קולטורן און רעליגיעס אויף א רעספעקטפולן וועג

ד. ס'נישט דא קיין דאגמעס אין וואס מ'מוז (זיך איינרעדן אז מ'טוט) גלייבן

ה. פרויען דארפן נישט באהאלטן זייער קערפער מער פון מענער (צודעקן די האר, אינטשעס אונטער די קניען, א.ד.ג.)

ו. הלכה בכלל ווערט פראקציטירט אויפ'ן זעלבן לעוועל ווי מנהגים, מדקדק זיין און אויפקומען מיט שאלות אין הלכה איז אן אפגעפרעגטע זאך

ז. איסורים מיט חרמות לבצר חומות הדת, א שטייגער ווי AI און קידטשאטשקע, עקזיסטירן נישט. מיר האלטן אז אונזער רעליגיע שטעלט צו גענוג און מ'דארף עס נישט באשיצן פון בייזע ווינטן

ח. פרויען מעגן דרייוון

ט. אינטערנעט און סמארטפאונס זענען מותר

י. פארהייראטע פרויען דארפן זיך נישט שערן (מענער אויך נישט...)

יא. כ'האב זיכער פארגעסן נאך זאכן, אויב דער עולם וועט זיך אנרופן וועל איך מיך מעגליך דערמאנען

די זענען זאכן וואס איך האלט אז חסידים טוען אומריכטיג און זענען עתיד ליתן את הדין דערפאר און וואס איך קען בשום אופן נישט אקצעפטירן. איך רעד נישט פון זאכן וואס זענען א פערזענליכע שמעק, צ.ב. איך פאר מיר האב נישט קיין הוט אדער רעקל אין מיין באזיץ, אבער ס'שטערט מיך נישט אויב אנדערע מענטש גייען דערמיט.

וואס וואלסטו געטוישט אין דיין קהילה?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

יום כיפור דארף מען נישט בריטשקענען א גאנצע טאג מען נעמט ארויס רוב יוצרות און מען לייגט זיך שלאפן ביז באנאכט . באנאכט קימט דער עולם אין שיל צו מעריב און מען פאסט אויס
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: חסידישע סיסטעם נישט, וואס יא?

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

כ'ווייס נישט צו עס קומט אריין דירעקט דא אבער ס'איז נישט אזוי "אףף טאפיק".

היינט איז געווארן מער און מער אז מען בלייבט אין די סיסטעם און מען לעבט זיך א גוט לעבן. איך רעד נישט פון בלייבן און לעבן א האלבע לעבן. איך רעד פון נעמען בעיקר די געשמאקע חלקים, די קולטור, דו חברים וואס מען האט, אוועקווארפן אלע זאכן וואס גייען אויפן נערוון - ווי ווייט מעגליך. מען געט א געזונטע חנוך אינדערהיים און א ווארימע היים און גוט יום טוב. עס זענען דא אזאנע מענטשן אין אסאך פארעמען. טייל מאל קליינע גרופעס און טייל מאל אינדעווידואלן.

אפילו מענטשן וואס לאכן פונעם רעליגיע אידיאלאגיע, זיי וועלן טייל מאל מודה זיין אז עס ברענגט מיט זיך אסאך מעלות, שטייצעך אויף א קאנטראלירטע אופן, נישט קיין עקסטרעמיזעם.

וויכטיג צו געדענקען אַז נישט יעדער קען דאס טון, אסאך מזל דארף מען האבן אז עס זאל קלאפן. די ווייב, משפחה, חסידות ווער רעדט נאך פון א רעבישע, די שטאט און נאך.

למשל דאס וואס @שפילער זאגט וועגן יום כיפור. עס זענען דא היינט געניג און נאך מענטשן וואס דאווענען אין עפעס א קליינע שוהל צו וואס, קומען און גייען ווען זיי ווילן, אז ס'ווילט זיך זינגען זינגט מען, אז ס'וויל זיך ליינען ליינט מען, און אז מ'ווערט מיד גייט מען אהיים פאר א דרימל (מען לאזט די אלטע אידן זאגן די קליינע ווערטער אויב זיי ווילן).
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: חסידישע סיסטעם נישט, וואס יא?

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

איך בין בכלל נישט משוגע פארן געדאנק אז קינדער זאלן זיצען אין א קלאס אגאנצן טאג, עס גייט אנקעגען נאטור. זאלן קינדער זיך לערנען בויען זאכן, מאלן, שפילן מוזיק. מ'קען זיי אויסלערנען צו זיין סעילס לייט, קינצלער, קאַרפּענטערס, און די ליסטע גייט זייער ווייט.

לאמיר זאגן אז איימיצער האט אויסגעפונען די בעסטע קוריקעלעם, אקעי. אבער ווער זאגט אז יעדער איז געמאכט צו זיצן אויף א דעסק און הערן אידיאלאגיע, היסטאריע, מאטומאטיקס און קוקן אויף א "ווייט בארד".

שטייצעך נאכדעם דראגט מען זיי אן ווייל ס'יונגל שפרינגט און דרייט איבער. דראגס זאל מען שטאפן פאר דאס קינד וואס זיצט ווי א לעמעלע אויף זיין פלאץ.

דאס וואלט איך אומפלענטירט אין מיין קהילה. נישטא קיין חדר מיט צימערן. יא, איינע פון די זאכן וואס מען לערנט איז בעיסיק שפראך וכדו', נאכדעם אז איינער ציהט צו לערנען טיפע זאכן זאל ער גיין אלדעוועי!

כ'מיין נישט צו זאגן עס זאל זיין א הפקר וועלט, עס זאל זיין א "בית חינוך", אבער ס'מיינט נישט דווקא זיצן אכט שעה אויף א דעסק און חלומען.

די גוישע וועלט און די מאדערנע וועלט זענען אין דעם הינזיכט אסאך בעסער, אבער זיי האבן אויך א וועג צו גיין.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

א.
רוב פון אינזערע אור-עלטערען האבן געלערנט קא-עד און אונגארן איז קלאר אזוי געוועהן ביי לימודי חול, און פאר די זאגסט ניין ס׳קען נישט זיין, גיי פרעג דיין זיידע אדער באבע ווי לאנג זיי לעבן נאך, זיי האבן דיך עס קיינמאל נישט דערציילט ווייל ס׳שטימט נישט מיטן נעראטיוו.

אין מיין מוסד וועט מען דאס גאר שטארק אינפארסירן, וויבאלד מיר זענען דאך אונגעריש-אפשטאמיגע גייען מיר מיטן חתם סופר׳ס חדש אסור מן התורה, און מיר וועלן ח״ו נישט אימפלעמענטירן ג׳ענדער-סעגראגאציע.

ב.
לגבי לערנען עוואולוציע ביקורת המקרא און רעליגיע׳ס
כאטש ס׳גארנישט שלעכט אין דעם, זעה איך נישט פארוואס מען דארף עס לערנען, מען דארף נישט משוגע מאכן די קינדער, זיי קענען אין די צייט שפילן קוגעלעך, בעסקעט באלל אדער רבנים קארדס.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

קודם כל, מיט וואס איז דיין סיסטעם אנדערש ווי מאדערן ארטאדאקס?

צווייטנס, ווען דו שניידסט אויס די א.ג. שלעכטע חלקים פונעם סיסטעם, קענסטו ביטע ערשט מסביר זיין די גוטע חלקים פון אונזער/דיין סיסטעם וואס זאל האלטן איינעם דערין? ווי ווייט איך זע עס, מ' גייט לערנען אלע ביקורת המקרא וכדו', מ'גייט רעספעקטירן אנדערע רעליגיעס, נישטא קיין דאגמעס (-אמונות הכרחיות), און קיין איסורים אדער תקנות, קוים וואס הלכה האלט מען, פארוואס און די וועלט זאלן עס מענטשן נאך בכלל נעמען ערענסט?
דאס איז נישט אויפן גרעניץ (אפשר אויפן מינוט פון עס התייסדות נאך יא...) דאס איז ווייט נאכן גרעניץ לכאו'. א סיסטעם מוז האבן געוויסע פון די נאן-סענס עס זאל האלטן דעם עולם דארט, אין די גויאישע וועלט - דארט וואו ס'דא א שטיקל סיסטעם (לאפוקי סתם 'סעקולאר') - זענען אויך דא דאגמעס איבער געוויסע זאכן..

אין אנדערע ווערטער קענסטו ביטע אויסשמועסן פון וואס דיין 'אידישקייט' באשטייט?! חוץ פון קולטור וועלכע קען טעכניש צופאלן איינמאל די סיסטעם איז לויז.
איז אידישקייט ביי דיר די אמת? איז הלכה מחייב? האסטו ליב טראדיציע? א.א.וו.

(וע"ע אין דעם אשכול)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

קהל'ס נער האט געשריבן:לגבי לערנען עוואולוציע ביקורת המקרא און רעליגיע׳ס
כאטש ס׳גארנישט שלעכט אין דעם, זעה איך נישט פארוואס מען דארף עס לערנען.
ווייל אויב איז די בעסיס קריעשאניזם און עשו שונא ליעקב און ריאליטעט איז נאר פאר אויפגעקלערטע און א מענטש דארף יעצט אויסוועלן וועלכע ליניע ער וויל נעמען, לעבן אין פאנטאזיע לאנד אדער זיין אן אויבערחכם, דאן בלייבסטו מיט א סאסייעטי וואס איז 80% פאנטאזיע לאנד און 20% חוכמולוגיה. ס'דארף זיין פארקערט, רעאליטעט און נארמאלקייט דארפן גיין צוזאמען, די אויבערחכמים קענען גיין פילעווען אין פלעט ערטה און אנדערע קאנספיראציעס אין זייער קארנער.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אלפא האט געשריבן: איז אידישקייט ביי דיר די אמת? איז הלכה מחייב? האסטו ליב טראדיציע? א.א.וו.

(וע"ע אין דעם אשכול)
איך פארשטיי נישט דיין פראגע, מיר זענען דאך אלע אידן מאמינים. מיר גלייבן אין גאט (נישט אויף אן אופן פון דאגמע וואס מ'איז מחויב צו גלייבן נאר פשוט אלס א מציאות), מיר גלייבן אז חזיר פארשטאפט דעם נשמה, שופר איז ממתיק די דינים, ארבעת המינים שטעלט אפ רוחות רעות, תורה ותפילה איז מתקן עולמות, א.א.וו. (יעצט כאפ זיך נישט ארויף אויף אן אנדערע תגובה מיינער וואס איז משמע אז איך האלט אנדערש, כ'רעד דאך לשיטת הוואטעווער)
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

ברוך שפינוזה האט געשריבן:
אלפא האט געשריבן: איז אידישקייט ביי דיר די אמת? איז הלכה מחייב? האסטו ליב טראדיציע? א.א.וו.

(וע"ע אין דעם אשכול)
איך פארשטיי נישט דיין פראגע, מיר זענען דאך אלע אידן מאמינים. מיר גלייבן אין גאט (נישט אויף אן אופן פון דאגמע וואס מ'איז מחויב צו גלייבן נאר פשוט אלס א מציאות), מיר גלייבן אז חזיר פארשטאפט דעם נשמה, שופר איז ממתיק די דינים, ארבעת המינים שטעלט אפ רוחות רעות, תורה ותפילה איז מתקן עולמות, א.א.וו. (יעצט כאפ זיך נישט ארויף אויף אן אנדערע תגובה מיינער וואס איז משמע אז איך האלט אנדערש, כ'רעד דאך לשיטת הוואטעווער)
נאר אז ס׳ווערט געטון על פי דקדוק הדין ;)
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נישט ריכטיג
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
לייבל שטילער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:33 pm
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 516 מאל

שליחה דורך לייבל שטילער »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נישט ריכטיג
Welcome Back!!!
''מעיד אני עלי שמים וארץ: בין ישראל בין גוי, בין איש בין אשה, בין עבד בין שפחה, הכל לפי המעשה שעושה, כך רוח הקדש שורה עליו". (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט')
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

ס׳הערשט א צימישעניש
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: חסידישע סיסטעם נישט, וואס יא?

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

קהל'ס נער האט געשריבן:.
נישט קיין צומישעניש, כאן קודם תשובה, וכאן לאחר תשובה[emoji28]

Sent from my SM-S911U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
דיכטער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 13, 2023 8:50 pm
האט שוין געלייקט: 730 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1527 מאל

Re: חסידישע סיסטעם נישט, וואס יא?

שליחה דורך דיכטער »

ברוך, זייער גוט.

איך וואלט צוגעלייגט, זיין אפען מיט קינדער (פון אן אנגענומענע יארגאנג) איבער מין און געשלעכט און בכלל א נארמאלע געשלעכט ערציאונג.
אפשר זאל מען ארויס נעמען ביקורת המקרא פון דער אפציעלע קעריקיולעם, איינפאך צוליב דעם וואס טאמער וועט מען מוזן קוועטשן דער באנק דערויף, וועט מען עס, נאכן גראדואירן, נישט וועלן אנרורן מער...
עוואלוציע פון דער אנדערע זייט, אפילו טאמער מ'וועט פארלירן דער אפעטיט דערצו צוליבן עס לערנען אפציעל אינעם חינוך סיסטעם, מאכט עס נאך נישט אוועק דער וויכטיגקייט דערפון, ווייל עס איז פונקט אזוי ווי מאטעמאטיקע און געאגראפיע, מען מוז דאך האבן דאס מינדעסטע באגריף איבער דעם פלאנעט וואס מיר באזיצן.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

דיכטער האט געשריבן:אפשר זאל מען ארויס נעמען ביקורת המקרא פון דער אפציעלע קעריקיולעם, איינפאך צוליב דעם וואס טאמער וועט מען מוזן קוועטשן דער באנק דערויף, וועט מען עס, נאכן גראדואירן, נישט וועלן אנרורן מער...
איך מיין נישט דווקא דרייען מיט'ן פינגער מיט דיוקים אין פסוקים, איך מיין מער א כלליות'דיגע ענין אז די היסטאריע נאראטיוו וואס מ'לערנט אויס די קינדער זאל זיין מער געבויט אויף די מציאות ווי אויף לאלא-לאנד פאנטאזיעס, ס'נישט דא קיין שום סיבה פארוואס די אלף בית פון אונזער פאלק'ס היסטאריע וואס מ'לערנט אויס זאל זיין פארדרייט און קארופטירט פון אויבן אראפ. אין די אמעריקאנע גאס איז אויך אזוי, ערשט לערנט מען אויס די כלליות'דיגע היסטאריע וואס איז געבויט אויפ'ן מציאות הנראה לעיניים, הערשט דערנאך לערנט מען רעליגיעזע טעקסטס און גריכישע מיטאלאגישע, די מרחיקי לכת לערנען אויך אנגלא-סעקסאן קראניקלס און בודדהיסטישע טעקסטס, אבער איינמאל מ'האט שוין די פריערדיגע base פון ריאליטי דארף מען שוין נישט קוועטשן און דרייען מיט'ן פינגער ווייל מ'פארשטייט שוין אליין וואס צו נעמען ליטעראלי און וואס נישט. ווען דו האסט אלץ קינד געהערט די מעשה פון גאלדילאקס אדער little red riding hood האט עס דיר געשאפן א קצר אין מוח? ניין, ווייל דו האסט שוין געהאט א געזונטע בעיס פון קאממאן סענס און קיינער האט דיר נישט געדארפט מסביר זיין אז ס'איז סתם א מעשה. (הגם די מעשה פון גאלדילאקס וואלט טעכניש יא געקענט פאסירן ווען מ'פיקסט עס אביסל צו כדרך קריסטליכע אפאלאגעטיקס, אבער יעדער פארשטייט אז ס'פעלט נישט אויס ווייל ס'נאר א מעשה.)
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: חסידישע סיסטעם נישט, וואס יא?

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

איינער האט מיך געפרעגט אין אישי וועגן מיין שטעלונג איבער ביקורת המקרא וואס פון דעם האב איך פארשטאנען אז איך האב מיך נישט מסביר געוועהן גענוג קלאר, אפשר דעם מאל וועט עס יא גיין. כ'האב נישט געזאגט קיין ווארט וועגן זיין סקעפטיש און פרעגן קשיות, אדרבה, מ'זאל נישט זיין סקעפטיש און נישט פרעגן קיין קשיות, מ'זאל לכתחילה לערנען אויף א וועג וואס איז נישט מעורר קיין איבעריגע קשיות. יגאל בן-נון זאגט אלץ אז זיין 5 יעריג אייניקל האט איהם אמאל פארציילט מיט'ן גאנצן enthusiasm עפעס א מעשה פון תנ"ך וואס זי האט געלערנט אין סקול, האט ער איר געפרעגט צו זי פארשטייט טאקע וויאזוי אזא מעשה האט געקענט פאסירן, האט זי איהם אנגעקוקט ווי ער איז אראפגעפאלן פון די לבנה, "פארוואס פרעגסטו אזעלכע פאני קשיות זיידי? ס'איז א מעשה!" זי האט מתחילה פארשטאנען אז ס'נישט קיין היסטארישע פאקטן, ס'נאר א מעשה, און אויף א מעשה פרעגט מען נישט קיין קשיות. איך וויל אז מיינע קינדער זאלן אויך האבן דעם ריינעם תמימות און גראדקייט ווי יגאל בן-נון'ס אייניקל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
פארשפארט