עת לעשות לקאווע הפרו אבליך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

עת לעשות לקאווע הפרו אבליך?

שליחה דורך קל וחומר »

איך וויל קודם נעמען די געלעגנהייט זיך צו באדאנקען פאר אלע אנפירער און ארגעניזירער פון דעם פארום וואס איז באמת אן אור בחושך ביי אונזער היימישע געזעלשאפט, א פארום וואס ערלויבט אונז זיך אויסצודריקן אויף פילע טאבו נושאים וואס ווערן אין אנדערע ערטער שטרענג צענזורירט, א פארום וואס גיבט אונז די געלעגנהייט צו זיך באקענען מיט אזוי פיל קלוגע און טאלאנטפולע אידיש רעדנדע וואס מיר וואלטן קיינמאל נישט געוואוסט פון זיי צו זאגן אן דעם, א פארום וואס ווערט ארגעניזירט דורך עטליכע שטארקע בעלי דעת וואס ווייסן ווי איין ווי אויס און טוען דאס אלעס שלא ע"מ לקבל פרס און קוים אמאל א גוט ווארט. איך באדאנק זיך פון טיפן הארצן און קוק ארויס אויף ווייטער צו זען די שטייגונג און הוספת חכמה ומדע ביתר שאת וביתר עז ובפרט יעצט נאכן אריינלייגן אזוי פיל צייט, כח און מח צו פארבעסרן דאס פלאץ מיט פילע שינויים לטובה, ס'איז באמת נישט דא די ווערטער זיך גענוג צו באדאנקען! כה לחי!

יעצט....

איך בין באמת נישט דער מאן דאמר דא, פון די שוואכערע ניקים וואס לאזן פון מאל צו מאל א תגובה אדער גאר אן אשכול, אבער עכ"ז פיל איך א שטארקע דראנג אז דער אמת מוז געזאגט ווערן וקבל את האמת ממי שאומרו.

ובזה החלי.

כלל ישראל שטייט אין די טעג אין איינס פון אירע גרעסטע היסטארישע פונקטן.
מאז היתה לגוי פאר אומגעפער 3,500 יאר האט כלל ישראל נישט פארמאגט אזא שטארקע מיליטער און לאנדשאפט ווי דאס וואס מיר פארמאגן היינט אין די לעצטע 75 יאר זינט הקמת המדינה.
דער מסבב כל הסיבות האט צוגעפירט אז די גרעסטע אטאקע וואס אידן האבן נאר אמאל געהאט זינט דעם ביטערן חורבן ביים צווייטן וועלט מלחמה איז ליידער פארגעקומען דעם פארלאפענעם שמחת תורה אין לאנד ישראל וואו עס זענען אויסגע'שחט'ן געווארן לפחות צוועלף הונדערט אומשוליגע ציווילע אידן אנשים נשים וטף אויף גאר א בארבארישע אופן וואס לאזט זיך ממש נישט גלייבן אז מענטשן זענען עלול צו טוהן אזאנע מעשים.

ס'איז ביי מיר קיין ספק אז היסטאריקער און פופציג יאר ארום און ווייטער וועלן נאכפארשן ווי אזוי חרדים האבן זיך אויסגעדריקט און רעאגירט צו דעם שואה קטנה ועמוקה וואס כלל ישראל איז אדורך האי שתא. וועט מען אויפמישן קאוועשטיבל וואו די פרייהייט פון ווארט איז וועלקאם והילד אננו....
ווייזט אויס אז עפעס א סארט שאק און שוידער האט באנומען דעם עולם אז זיי האבן ממש נישט געהאט וואס אריינצורעדן...
אבער ניין...

שטעלט זיך ארויס אז פאר עפעס א סיבה האט מען פונקט אין די טעג געדארפט איבערמאכן און פארבעסערן דעם פלאץ ווייל ס'איז משום איזה סיבה נישט סובל קיין דיחוי.
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: עת לעשות לקאווע הפרו אבליך?

שליחה דורך שעפטאל »

אבער זיי גייען כאטש זעהן @קל וחומר'ס מחאה..

טייערע היסטאריקער פון פופציג יאר ארום... להוי ידיעה אז בשעת דעי אנגעצויגענע טעג, האט ק"ש ביים הויפט (פארשפארטן) זייט געהאט א לינק צו אייוועלט'ס אשכול איבערן מצב.

[אויך מיר א תירוץ, 50 זייטן פון פארמעקטע תגובות..]
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: עת לעשות לקאווע הפרו אבליך?

שליחה דורך קל וחומר »

אייוועלט איז ביי מיר (און מסתמא אויך ביי היסטאריקער) גארנישט ווערט ווייל ס'נישט דא דארט קיין פרייהייט פון ווארט.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: עת לעשות לקאווע הפרו אבליך?

שליחה דורך שפילער »

איך טראכט צו דן לכף זכות זיין די מנהל ער האט מסתם געמיינט אז ס'גייט נעמען בלויז א פאר שעה און די זאך וועט זיין פארטיג דערווייל האט זיך עס פארשלעפט
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: עת לעשות לקאווע הפרו אבליך?

שליחה דורך קל וחומר »

נוח האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 7:00 pm אין פופציג יאר ארום וועלן אייניקלעך וועלן וויסן, "וואס האט זיידי @קל וחומר געזאגט ווען ס'איז געוועהן די שרעקליכע שחיטה אין א"י?" זיי וועלן ארויפקומען אויף קאווע שטיבל און זעהן אז גלייך מוצאי יו"ט האט @חתם סופר געעפענט אן אשכול. פעטער @נוח האט זיך דארטן אויסגעוויינט, צווישן אנדערע. דער אשכול איז געלאפן פאר גאנצע 36 שעה ביז קאווע שטיבל האט זיך פארמאכט פאר צוויי טעג, און וואו איז זיידי געווען? חוץ צולייגן עפעס א בעיסיק נייעס-פאקט האט ער קיין איין ווארט נישט "אויסגעדריקט און רעאגירט צו דעם שואה קטנה ועמוקה וואס כלל ישראל איז אדורך האי שתא"...
איך האב קלאר געשטעלט באלד פון אנהויב אז נישט איך בין דער גרויסער שרייבער וואס איז בכלל ראוי צו געבן קריטיק, נאר געזאגט בבחינת קבל את האמת ממי שאומרו.
און אז מ'רעדט שוין וועל איך דיר מגלה זיין אז כ'האב אנגעהויבן ארבעטן אויף א געפילישע פאעזיע איבער'ן מצב מצד די נרצחים הי"ד וואס וואלט אפשר געווען אינטערעסאנט פאר'ן בן בנו של קל וחומר, אבער די גיסטע האט זיך אויסגעלאשן נאכן זען אז ס'נישט דא וואו צו ארויפלייגן. (יעצט צו ארבעטן דערויף ווייטער איז שוין א מלחמה מיט 'רייטערס בלאק' און די געפילן זענען שוין נישט דאס וואס ס'איז דאן געווען).
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

Re: עת לעשות לקאווע הפרו אבליך?

שליחה דורך תרמב »

קל וחומר האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 9:28 pm
נוח האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 7:00 pm אין פופציג יאר ארום וועלן אייניקלעך וועלן וויסן, "וואס האט זיידי @קל וחומר געזאגט ווען ס'איז געוועהן די שרעקליכע שחיטה אין א"י?" זיי וועלן ארויפקומען אויף קאווע שטיבל און זעהן אז גלייך מוצאי יו"ט האט @חתם סופר געעפענט אן אשכול. פעטער @נוח האט זיך דארטן אויסגעוויינט, צווישן אנדערע. דער אשכול איז געלאפן פאר גאנצע 36 שעה ביז קאווע שטיבל האט זיך פארמאכט פאר צוויי טעג, און וואו איז זיידי געווען? חוץ צולייגן עפעס א בעיסיק נייעס-פאקט האט ער קיין איין ווארט נישט "אויסגעדריקט און רעאגירט צו דעם שואה קטנה ועמוקה וואס כלל ישראל איז אדורך האי שתא"...
איך האב קלאר געשטעלט באלד פון אנהויב אז נישט איך בין דער גרויסער שרייבער וואס איז בכלל ראוי צו געבן קריטיק, נאר געזאגט בבחינת קבל את האמת ממי שאומרו.
און אז מ'רעדט שוין וועל איך דיר מגלה זיין אז כ'האב אנגעהויבן ארבעטן אויף א געפילישע פאעזיע איבער'ן מצב מצד די נרצחים הי"ד וואס וואלט אפשר געווען אינטערעסאנט פאר'ן בן בנו של קל וחומר, אבער די גיסטע האט זיך אויסגעלאשן נאכן זען אז ס'נישט דא וואו צו ארויפלייגן. (יעצט צו ארבעטן דערויף ווייטער איז שוין א מלחמה מיט 'רייטערס בלאק' און די געפילן זענען שוין נישט דאס וואס ס'איז דאן געווען).
אז דו ווילסט ווייטער שרייבן קוק א ווידיאו אדער צוויי פון די לוויות וואס קומען יעצט פאר, דו וועסט הערן די בכיות וועט דיר עס צוריק אויפוועקן די געפיל, איך האב געזעהן פריער די ווידיאו פון ישי ריבו זינגען ביי א לוויה, און ער ציוויינט זיך אינמיטן, און מ'הערט די באטייליגטע מיטוויינען ס'האט מיר זייער צושאקלט.
פארשפארט