כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
אנאנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 11:32 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

שליחה דורך אנאנים »

די יונגע קהילה אין לינדען וואס באשטייט פון א גרויס חלק חסידים פון כ"ק אדמו"ר ר' בן ציון ארי' לייבוש האלבערשטאם שליט"א מבאבוב איז אין די לעצטע חדשים אריין אין א שרעקליכע דעמאראליזאציע נאכדעם וואס זייער רבי, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וואס האט לכתחילה געשטופט יונגעלייט זיך צו באזעצן אין שטאט, האט מחליט געווען צו לאזן די גאנצע שטעטל פייפן און קוקט זיך מער נישט אום דערויף.

די לכתחילה'דיגע שטיצע איז געווען באגלייט מיט א צוזאג צו שטיין צו די האנט, העלפן מיט מוסדות, און אנדערע קהילה פאנקציעס. א צייט האט אפילו דער רב געוואלט שיקן זיינס א קינד צו ווערן רב דארטן אין שטעטל, אבער יענער האט עס קאטעגאריש אפגעווארן.

ווי באקאנט איז די באבובע קהילה איינגעטיילט איז פארשידענע ראסעס וואס זענען הויפטזעכליך באזירט אויף משפחה נעמען און די אפשטאם פון די עלטער-עלטער זיידעס. א מכובדיגער באבובער איד פון איין ראסע וועט זיך קיינמאל נישט משדך זיין מיט עמיצען פון א נידעריגערע ראסע. נישט חלילה ווייל יענער איז נישט גוט, נאר ווייל אזא שידוך פאסט בכלל נישט.

לעצטענס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז אין לינדען האבן זיך אריינגעצויגן עטליכע באבובער משפחות וואס זענען נישט פון די העכערע ראסע, און חסידי באבוב פון די העכערע ראסעס, מיט משפחת האדמו"ר אין שפיץ, האבן אנגעהויבן שפירן אומבאקוועם מיט'ן גאנצן שטעטל. אין צוגאב קומט צו די טרויעריגע פאקט אז די נגידים קענען זיך ערלויבן צו קויפן דירות אין בארא פארק, אבער אין לינדען וואוינען נאר נעבעכדיגע נישט-מיליאנערן. לינדען איז שוין מער נישט קיין שטאלץ פאר א שטאלצער באבובער.

אין שמועסן מיט באבובער יונגעלייט אין לינדען הערן מיר זיי זיך באקלאגן ווי זייער רבי האט זיי פשוט געווארפן איבער דראנג. ער לאזט נישט עפענען קיין באבובער מוסדות אין שטאט, און האט אויפגעהערט צושטעלן טרענספארטעישאן פאר די קינדער אריינצוקומען קיין בארא פארק. אמאל ווען באבובער יונגעלייט זענען געקומען קיין בארא פארק האט זיי דער רב געגעבן כבוד און זיך געטשאטשקעט מיט די נייע באבובער ישוב וואס בויט זיך. היינט קוקט ער זיך מער בכלל נישט אום אויף זיי, און האט זיי אינגאנצען פארלאזט.

אנשטאטס זיי זאלן זיין פיאנירן אין די קהילה וואס בויען א שטעטל, זענען זיי פליצלינג געווארן די נעבעך קעיסעס וואס דארפן כסדר טרעפן "ריידס" פאר די קינדער און ווייבער דורכצומאכן די וועג פון לינדען קיין בארא פארק.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר