כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
אנאנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 11:32 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

שליחה דורך אנאנים »

די יונגע קהילה אין לינדען וואס באשטייט פון א גרויס חלק חסידים פון כ"ק אדמו"ר ר' בן ציון ארי' לייבוש האלבערשטאם שליט"א מבאבוב איז אין די לעצטע חדשים אריין אין א שרעקליכע דעמאראליזאציע נאכדעם וואס זייער רבי, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וואס האט לכתחילה געשטופט יונגעלייט זיך צו באזעצן אין שטאט, האט מחליט געווען צו לאזן די גאנצע שטעטל פייפן און קוקט זיך מער נישט אום דערויף.

די לכתחילה'דיגע שטיצע איז געווען באגלייט מיט א צוזאג צו שטיין צו די האנט, העלפן מיט מוסדות, און אנדערע קהילה פאנקציעס. א צייט האט אפילו דער רב געוואלט שיקן זיינס א קינד צו ווערן רב דארטן אין שטעטל, אבער יענער האט עס קאטעגאריש אפגעווארן.

ווי באקאנט איז די באבובע קהילה איינגעטיילט איז פארשידענע ראסעס וואס זענען הויפטזעכליך באזירט אויף משפחה נעמען און די אפשטאם פון די עלטער-עלטער זיידעס. א מכובדיגער באבובער איד פון איין ראסע וועט זיך קיינמאל נישט משדך זיין מיט עמיצען פון א נידעריגערע ראסע. נישט חלילה ווייל יענער איז נישט גוט, נאר ווייל אזא שידוך פאסט בכלל נישט.

לעצטענס האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז אין לינדען האבן זיך אריינגעצויגן עטליכע באבובער משפחות וואס זענען נישט פון די העכערע ראסע, און חסידי באבוב פון די העכערע ראסעס, מיט משפחת האדמו"ר אין שפיץ, האבן אנגעהויבן שפירן אומבאקוועם מיט'ן גאנצן שטעטל. אין צוגאב קומט צו די טרויעריגע פאקט אז די נגידים קענען זיך ערלויבן צו קויפן דירות אין בארא פארק, אבער אין לינדען וואוינען נאר נעבעכדיגע נישט-מיליאנערן. לינדען איז שוין מער נישט קיין שטאלץ פאר א שטאלצער באבובער.

אין שמועסן מיט באבובער יונגעלייט אין לינדען הערן מיר זיי זיך באקלאגן ווי זייער רבי האט זיי פשוט געווארפן איבער דראנג. ער לאזט נישט עפענען קיין באבובער מוסדות אין שטאט, און האט אויפגעהערט צושטעלן טרענספארטעישאן פאר די קינדער אריינצוקומען קיין בארא פארק. אמאל ווען באבובער יונגעלייט זענען געקומען קיין בארא פארק האט זיי דער רב געגעבן כבוד און זיך געטשאטשקעט מיט די נייע באבובער ישוב וואס בויט זיך. היינט קוקט ער זיך מער בכלל נישט אום אויף זיי, און האט זיי אינגאנצען פארלאזט.

אנשטאטס זיי זאלן זיין פיאנירן אין די קהילה וואס בויען א שטעטל, זענען זיי פליצלינג געווארן די נעבעך קעיסעס וואס דארפן כסדר טרעפן "ריידס" פאר די קינדער און ווייבער דורכצומאכן די וועג פון לינדען קיין בארא פארק.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

שליחה דורך קהל'ס נער »

זאלן זיי שיקן אין די קאסאנע מוסד, ער פרייט זיך פאר א יעדער איינער, פארוואס ווילן זיי שיקן צי א מוסד וואס זיי זענען צווייטע קלאס, און וואס די רבי האט זיי געלאזט הענגען?
ס׳שמעקט פון קא-דיפענדענס, grow a pair.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

שליחה דורך טמיר »

קומסט מיך פאר ווי די וואס טענה'ן "וואס האסטו טענות אויף די מוסדות, קענסט דיך שיקן אין פובליק סקול"

באבוב איז א חלק פון זייער איידענטיטי.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

פארוואס טאקע ווילן זיי איידענטיפייען מיט א רבי וואס לאט זיי קאקען און האלט זיי צווייט קלאסיג?
מיין טענות אויף די מוסדות איז אז מען האט נישט ערגעץ אנדערש ווי צו שיקן (עכ"פ) אין מאנסי, אבער אין לינדען, ווייס איך אז קאסאנע רבי פייגערט פאר א יעדע סינגעל מענטש זאל שיקן זיינע קינדער דארט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
Lesser
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

שליחה דורך Lesser »

אויש, שטיות, דאס האט לכאורה געשריבן איינער פון די חסידי האפאזיציע, די סטארי גייט ווי פאלגנט.

איך בין די פותח פון די גרעסטע לינדען אשכול אינעם שטיבל, פאר אייער אינפא, ווי אויך פון די ערשטע תושבים, פלאס איינער וואס וואוינט הארט נעבען באבוב לינדען, אלזא ווייס איך גאר אסאך.

ערשטנס האב באבובער רבי געגעבן איבער 4 מילליאן דאללער פאר א נייע בנין פאר די בית המדרש דעם זוממער, און געהאלפן שאפן נאך 3 פון זיין נגידים. ער קויפט זיי יעצט א נייע 2 מילליאן דאללערדיגע בנין אין די דערנעבעדיגע ספרינגפיעלד.

ער האט געעפנט 12 קלאסן דאס יאר פאר די יונגערע קלאסן און ער שיקט אין די קומענדיגע חדשים זיין איידעם ר' יחזקאל ליפשיץ צו וואוינען און ווערן רב אין לינדען.

נו, איי געס ביזט נאך אלץ נישט באגלייבט אז זייער רב האט זיי נישט איבערגעלאזט..(נישטא ווער עס זאל לאכן).. די שענסטע נעמען אין באבוב וואוינען דא, געללער, פיעהרער, טווערסקי, מנדלבוים, רובין, ריינהאלד, ועוד ועוד, ממש נישטא אפילו איין שוואכע, אדרבא פרעגט ארום.

פלאס, זייער רב קומט כסדר און הערט נישט אויף רעדן פון לינדען און איז לעצטענס געקומען פירען דא א טיש, עפעס וואס ער טוט קיינמאל.

נאר וואס יא איז געשעהן, די מערכת הטראנספארטאציע האט געפלאצט, איר פרעגט פארוואס? ווייל דורכאויס די זומער האבן זיך אריינגעצויגען גאר אסאך נייע משפחות, און מען דארף דאפלט די באסעס וואס מען האט געהאט, ועוד די פרייזען פון דרייווערס האבן זיך באלד געדאפלט, קומט אויס אז א משפחה פון פינעף קינדער וועט דארפן צאלן 340 פער קינד א חודש נאר פאר די באס אליינס, מאכט נישט קיין סענס, אמת? דא האלט מען.

דאס איז קראנט, אדרבא פרעגט אייך נאך ביי סיי וועם.

די טראנספארטאציע קיין בארא פארק איז אלץ געוועהן א פריוואטע אינטערנעמונג.
Lesser
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

Re:

שליחה דורך Lesser »

קהל'ס נער האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:18 am פארוואס טאקע ווילן זיי איידענטיפייען מיט א רבי וואס לאט זיי קאקען און האלט זיי צווייט קלאסיג?
מיין טענות אויף די מוסדות איז אז מען האט נישט ערגעץ אנדערש ווי צו שיקן (עכ"פ) אין מאנסי, אבער אין לינדען, ווייס איך אז קאסאנע רבי פייגערט פאר א יעדע סינגעל מענטש זאל שיקן זיינע קינדער דארט.
קאסאנער רבי פארמאגט נישט קיין מוסד, גיי טרעף אנדערע ידיעות וואס אפשר איר ווייסט יא.
Lesser
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

שליחה דורך Lesser »

טמיר האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 13, 2023 12:14 am קומסט מיך פאר ווי די וואס טענה'ן "וואס האסטו טענות אויף די מוסדות, קענסט דיך שיקן אין פובליק סקול"

באבוב איז א חלק פון זייער איידענטיטי.

אלע שיקן ווייטער אריין, איך רעד צו זיי יעדן טאג. פאר די יונגערע קינדער איז דא מוסדות באבוב אין לינדען אליינס, די עלטערע גייען אריין מיט באסעס.

הלמאי געב מיר נאך איין אנדערע מוסד אין לינדען וואס בכלל פארמאגט באסעס קיין בארא פארק, נישט איינס, נאר באבוב. אלע מוטשענען זיך מיט ריידס, שאטעלס, און תשב"ר אלטע באס סערוויס.
Lesser
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

שליחה דורך Lesser »

די פותח השכול איז ליידער פארביטערט.
Simplesimon
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 05, 2023 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 12 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

שליחה דורך Simplesimon »

מיין לינדענע קאנטאקטן מצד באבוב זאגן מיר די רב טריצט און טרינקט זייער בליט.
Lesser
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2020 9:53 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

שליחה דורך Lesser »

שעפעלע, שטותים!! איך האב היינט צופרי דארט געדאווענט, פונקט פארקערט.
שלוימי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 30, 2016 2:16 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

שליחה דורך שלוימי »

און יעדע קהילה נאכדערצו ווען מ׳גרינדעט א נייע שכונה וועט אלץ זיין מענטשן וואס ווערן אנגעווייטאגט

ס׳דא וואס האלטן אז די רבי צו די קהילה דארף טוהן מער אדער ווי אזוי זיי ווילן. סא קען זיין דא איז די מעשה אזוי. איך ווייס נישט
מיסטעריע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2017 12:35 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 408 מאל

Re: כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לאזט לינדען פייפן

שליחה דורך מיסטעריע »

איך קעניש די באבובער קהילה אין לינדען, צופעליג האב איך א באבובער 48 קרוב אין לעיקוואוד, און ער האט מיר אראפגעלייגט די מצב אז באבובער רב איגנארירט זיי בגדול, איז דאס אמת? אדער אויך שטותים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: מ'דארף דא שרייבן בדרך כבוד מיט פאסיגע טיטלען אויף רבנים
פארשפארט