רבינו הקדוש טוט תשובה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ניין, איר דארפט יעצט נישט גיין אויפזוכן אייערע בריללן ווייל אייערע אויגן ארבעטן פיין! יא, איר זעהט גוט, דער אויסגעשפראכענער כופר ואפיקורס המכונה רבינו הקדוש טוט שוין פיינעלי תשובה! ס'איז רויטע בושות אבער צום אלעם ערשט וויל איך מיך מודה ומתוודה זיין, ווי יעדער ווייסט איז שוין א שיינע פאר יאר וואס איך זיץ דא אין שטיבל (לעצטנס גראדע אונטער אן אנדערן ניק פשוט זיך אביסל אפצושאקלען פונעם טראציגן פארסאונע וואס איך האב מיך געשאפן, ווי זאגט מי אני, פון דא איז א ראיה אז כח הפועל בנפעל 🙂, ענדיוועיס [מיט א דל"ת, צו שמעקט דיר צו נישט]), איך קלעב מיך אן צו יעדן דבר שבקדושה און צומאל עס הדק היטב עד אשר דק לעפר, לדאבון לב כל הקוראים ומגיבים. אנגעפאנגען האט זיך עס מיט א מלחמה קעגן אנטי-ציונות, דערנאך איז עס געגאנגען צו קאלט מאכן די haunting fear וואס דער עולם האט פונעם גמרא און שולחן ערוך, טעראר קעגן מעסאגעני און בנינים אין ביקורת המקרא, והיום אומר לך עשה כך ומחר עשה כך ביז ס'האט זיך דערקייקלט צו כפירה בי"ג עיקרים און טרעפן היתרים אין די ג' חמורות. ס'האט זיך געטוהן באלד רויטע ווארענונגען פונעם מנהל, מעקונגען, אויסגעשפארט, איינגעשפארט, זיך געזעגנט, צוריקגעקומען, משלחה וחוזרת ואינה חוזרת ריקם, נאר יעדעס מאל מיט א פרישע דערהער אין שעכטן הייליגע קוען און דריללן די פאקטן אין די מוחות אריין. דאס הארץ עסעניש פונעם עולם האט געפלאקערט עד לב השמים, ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער, די וואס האבן פארשטאנען מיין פוינט האבן זיך נאכמער געגעסן דאס געזונט, אבער איך האב נישט פארשטאנען פארוואס, דו פארשטייסט דאך יא, פארוואס דאן האלטסטו דיך צו דיינע באגאזשן?! אבער היינט פארשטיי איך שוין, און איך וויל בעטן מחילה סליחה וכפרה פון יעדן איינציגסטן ניק וואס כ'האב וויי געטוהן.

דער עולם איז נייגעריג וואס איך פארשטיי היינט וואס איך האב נישט פארשטאנען נעכטן? איז אזוי. כ'האב שוין ערווענט מיט מיין אנדערע ניק אז איך האב לעצטנס געליינט א בוך וואס האט געטוישט מיין גאנצן בליק אויפ'ן לעבן. אין זיין בוך Journey of Souls גיבט דאקטער ניוטאן צו פארשטיין אז אונזער וועלטל איז נישט מער ווי א שיינע פלעי, און באמת וואלט איך אייך נישט געדארפט דאס מסביר זיין ווייל ווער ס'וויל וואוסן איז מכובד אליין צו ליינען דעם בוך, איך טוה דאס נאר אלץ gesture of kindness צו ווייזן אז איך מיין די תשובה זייער ערנסט, איז אזוי.

דאקטער ניוטאן פלעגט יארן לאנג היילן מענטשן דורך היפנא-טעראפי דורך אויסהיילן דעם הינטערנבאוואוסטזיין בשעת דער פאציענט איז אין א פולקאם היפנאזירט, נאך צעהן יאר דאס פראקטיצירן האט זיך געמאכט איין שיינעם טאג בשעת א פאציענט איז געזעצן קעגנאיבער דעם דאקטער ניוטאן האט ער זיך גענומען רעדן איבער זיין לעבן אינעם עולם הנשמות, דאקטער ניוטאן זייענדיג א פולקאמען מאטעריאליסט (וואס חסידים רופן בטעות אטעאיסט) האט נישט געוואוסט וואס צו טוהן מיט זיך, ער האט אנגעפאנגען פרעגן דעם פאציענט שאלות איבער זיין לעבן אין יענע וועלט און איבער זיינע פריערדיגע גילגולים. זעהט אויס אז דער דאקטער ניוטאן האט דעוועלאפט א טיפערע פראקטיצירונג אין היפנא-טעראפי ווייל פון דעמאלסט און ווייטער זענען מער און מער פאציענטן אנגעקומען ביז זייער super conscious בשעת דעם היפאנזיע און זייער נשמה האט אנגעפאנגען רעדן, און אזוי האט ער אנגעפאנגען צאמשטעלן א בילד איבער די צוגאנג און מעכאניזם פון גילגול נשמות.

פון די אינפארמאציע וואס דאקטער ניוטאן האט צאמגעשטעלט דוראויס דיזע אינטערוויוס מיט די נשמות שטעלט זיך ארויס אזוי, די עולם הנשמות וואו ס'געפינען זיך די פרישע נשמות וואס קומען נאך אראפ צו אונזער וועלטל איז אויסגעשטעלט ווי א ריזיגע שולע (אויף די העכערע עולמות וואו ס'געפינען זיך די נשמות וואס האבן שוין אלעס מתקן געוועהן אויף אונזער וועלטל האט דאקטער ניוטאן כמעט נישט קיין אינפארמאציע ווייל כמעט קיינער איז נאכנישט צוריקגעקומען פון דארט), די נשמות זענען גרופירט אין גרופעס פון 15 נשמות אין דורכשניט און זיי פארברענגען זייער צייט מיט לערנען און שפילן אונטער לערערס וואס זענען נישט מער ווי נשמות וואס האבן שוין "גראדואירט" שולע און האלטן שוין ביים נעקסטן לעוועל. לערנען טעארעטישע חכמה איז איין זאך, ס'קומט אבער צו א פוינט וואס דער טיעטשער באשליסט אז ס'געקומען די צייט פאר זיין קלאס צו גיין אויף א טריפ צו אפלייען וואס זיי האבן געלערנט. ס'דא אן ענדלאזע צאל פון יוניווערסעס און וועלטן וואו נשמות קענען גיין אויף א טריפ זיך צו לערנען פראקטישע סקיללס, איינע פון דיזע וועלטן איז אונזער עולם השפל. דער טיעטשער נעמט צאם זיין קלאס, צומאל די גאנצע קלאס און צומאל נאר א חלק קלאס, און זיי גייען צו א גרויסע ציממער וואו מ'גיבט יעדעס קינד א ראלע צו שפילן וואס איז ספעציעל tailored פאר די ספעציפישע סקילל וואס ער דארף זיך אויסלערנען צו עוואלוון און זיך ווייטער אנטוויקלען ווי ער ברויך. נשמות פון איין גרופע קומען געווענליך אראפ אלץ פאמיליע מיטגלידער אדער גאר נאנטע שכנים אזוי קענען זיי זיך העלפן איינער דעם אנדערן אין זייער רייזע. צוויי נשמות וואס זענען גאר נאנט וועלן אין רוב פעלער מגולגל ווערן צוזאמען, איינער אלץ א מאן און די צווייטע אלץ א פרוי (נשמות האבן נישט קיין גענדער), און הייראטן איינער דעם אנדערן. אינגע נשמות קענען אבער אסאך מאל זיין אויבערחכמים, און ווען זיי דרייען זיך ווען ארום אויף דעם וועלט וואוסענדיג אז ס'נאר א שפיל און end of the game גייען זיי סייווי צוריק אהיים וואלטן זיי עס נישט ערנסט גענומען און זיך סתם ארומגעדרייט ליידיג. כ'מיין וואס גייט מיך אן צו די פאר יאר בין איך ארים צו רייך, געזונט אדער קראנק, ס'איז סייווי נאר א דורכגאנג, און אנשטאט נעמען די געלעגענהייט זיך עפעס אויסצולערנען פונעם דורכגאנג וואלטן זיי געזעצן ליידיג און גארנישט געטוהן מיט זייער לעבן. דערפאר קומט דער מלאך און גיבט א שנעלקע… און אזוי קומט די נשמה אראפ מיינענדיג אז די וועלט איז די תכלית און אזוי נעמט זי זיך אין די הענט אריין און פעיסט די טשעלענדשעס פון לעבן, און פון דעם וואקסט זי. און טאקע ווי מער א מענטש האלט דערביי אלץ מער לאזט מען איהם געדענקען און איינזעהן די עכטע מציאות.

איך וועל פאראפראזירן איין שטיקל פונעם בוך וואס ווארפט א שטארקע ליכט אויף די גאנצע הלוך ילך, איז געקומען א פאציענט צו דאקטער ניוטאן מיט מילדע ווייטאגן אין די פיס, די ווייטאג באגלייט איר שוין פון ווען זי געדענקט זיך, זי איז שוין געוועהן ביי א צאל דאקטורים אבער קיינער האט נישט געקענט דערגיין די שורש דערפון. דאקטער ניוטאן האט איר אריינגעלייגט אין א טיעפן היפנאזיע און איר נשמה האט אנגעפאנגען רעדן. שטעלט זיך ארויס אזוי, אין איר פריערדיגן גילגול איז זי געוועהן 7 יאר אלט ווען זי איז געפארן אין א וואגן געשלעפט דורך פערד, זייענדיג א לעבעדיג קינד איז זי ארומגעשפרינגען אינעם וואגן, איר מאמע האט זיך געבעטן ביי איר זיך צו האלטן רואיג אבער זי האט נישט געקענט איינזיצן. מיטאמאל עפנט זי די טיהר פונעם וואגן און גיבט א פאל ארויס, די רעדער פונעם וואגן זענען איבערגעפארן אירע פיס און זי איז געבליבן אן אינוואליד די רעשט פון איר לעבן וואו זי האט עוסק געוועהן אין פילאזאפיע און פסיכאלאגיע און העלפן מענטשן וכו'. מה הפשט? זאגט די נשמה אזוי, אין די גילגול פארדעם בין איך געוועהן א ווייקינג, איך האב ארומגערייזט פון דארף צו דארף געפלינדערט און גערעיפט ווי נאר א ווייקינג קען. שטארקע מוסקלען האב איך געהאט, לאנגע שיינע לאקן, און קיינער האט מיר נישט געקענט איינטיילן וואס צו טוהן, איך האב מיך געדרייט אין די וועלדער מיט מיין חבריא און געהאקט א לעבן. אזוי האב איך אפגעלעבט א לעבן מיט אלע תאוות הגשמיות, אן קיין טראפעלע העכערקייט און מחשבה, איך האב געעקט מיין ווייקינג קערעקטער דאס בעסטע וואס איך האב נאר געקענט, זיך געלערנט די סקיללס וואס איך האב מיך געדארפט צו לערנען דערפון, און דערנאך געשטארבן. נאך א לאנגע צייט זיך לערנען און שפילן אינעם עולם הנשמות און introspection אויף מיין ווייקינג קערעקטער האט מיין טיעטשער באשלאסן אז ס'געקומען די צייט פאר מיר צו אנטוויקלען מיין אינטעלעקט, ער האט מיך גענומען צום ציממער וואו מ'ווערט צוגעטיילט א ראלע צו שפילן אינעם עולם העשייה און מיך געוויזן א צאל לעבנס פון וואס זיך צו וועלן, אבער אלע האבן געהאט אין זיך א געלעגענהייט צו דעוועלאפן דעם אינטעלעקט. איך האב דורכגעקוקט אלע לעבנס וואס מיין טיעטשער האט מיך געוויזן, און אזוי נישטערנדיג האב איך געטראפן דעם הייפער מיידל ארומשפרינגענדיג אינעם וואגן. ד.ה. אזוי, ווען א צווייטע נשמה וואלט מגולגל געווארן אין איר וואלט זי קיינמאל נישט ארויסגעפאלן פונעם וואגן, נאר איך וועלנדיג זיין אין א מצב וואו איך האב נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו דעוועלאפן מיין אינטעלעקט האב איך דא געטראפן א גוטע געלעגענהייט, איך וועל אריין אינעם גוף פון דעם מיידל, און ווען זי וועט אנקומען צו יענעם פונקט אין לעבן וואו זי וועט ארומשפרינגען אינעם וואגן און עפענען דעם טיהר וועל איך איר געבן א שטופ ארויס, און אזוי, זייענדיג אן אינוואליד וועל איך בהכרח מוזן דעוואלאפן מיין אינטעלעקט! געזאגט און געטוהן, דאס מיידל האט - זייענדיג קוים אן עובר פון אפאר וואכן אלט - נאכנישט געהאט קיין נשמה, איך בין אריין אין איר, געווארט זיבן יאר, און ווען די געלעגענהייט איז אנגעקומען האב איך איר געגעבן א שטופ ארויס פונעם וואגן, איך בין געווארן אן אינוואליד, און די רעשט פון מיין לעבן בין איך געשווימען אינעם ים החכמה.

איר כאפט וואס גייט דא פאר? די וועלט איז נישט מער ווי א שיינע פלעי וואו יעדער שפילט זיך די ראלע וואס זיין רוחניות'דיגע טיעטשער האט איהם צוגעטיילט. דו זיצסט זיך אזוי ביים אונטערן פלעי און דו זעהסט דעם ארעסטאנט זיצן אין זיין צעל וויינענדיג אויף זיין נעבעכדיגן מצב, דו האסט אזוי רחמנות אויף איהם נעבעך, מיט איין אימפעט לויפסטו צו צו איהם און דו ווייזסט איהם אז ער קען אין איין סעקונדע זיך ארויסזעהן פון זיין "תפיסה", די טורמע גראטעס זענען נאר פון פארנט פאר די שאו… קענסט אונטערקריכן און איבערקריכן פון אלע צעהן זייטן חכם איינער… דער ארעסטאנט הייבט אויף אויף דיר א טוץ מיט טויטע קללות, שוין טראג אפ פון דאנעט, דו מאכסט מיר חרוב מיין גאנצע קערעקטער! לאז מיך שפילן מיין ראלע און בלייבן אן ארעסטאנט פאר א גוט יאר! וואטס יור פראבלעם?

ממש אזוי קוקט עס אויס, איך קען נישט אלע הימלישע חשבונות, אבער פור סאם ריעזען זענען דא מענטשן וואס זיי זענען געקומען אויף דעם וועלט צו שפילן א פרומע קערעקטער, עפעס א סעט אוו סקיללס דארפן זיי זיך לערנען דערפון obviously. איך געדענק נאך ווען איך בין געוועהן חסידיש פרום ביז איבער'ן נאז, איך האב indulged דערין, געגעסן שעפלעפלעך דערפון מיט'ן גאנצן אפעטיט, נאר זייענדיג א שנעלע לערנער בין איך עווענטועל אנגעקומען צו א פוינט אין לעבן וואו איך האב מיך שוין געהאט געלערנט דערפון וואס איך האב געדארפט צו לערנען און ס'געקומען די צייט צו טוישן קערעקטערס און גיין אויף א פרישע adventure. דיין חבר האט obviously זיך נאך יא וואס צו לערנען פונעם פרומען קערעקטער, וואס קומסטו אויפקלערן און פארדרייען א קאפ? ער קען טאקע נישט ראציאנאליזירן פארוואס ער וויל בלייבן אין זיין באקסעלע טראץ אלע מעגליכקייטן ארויסצוקריכן אבער זיין נשמה ווייסט זייער גוט פארוואס זי וויל דווקא לעבן אין דעם מצב, דו מאכסט איהם סתם אן הארצוויי מיט דיין אויפגעקלערטקייט, לאז איהם שפילן זיין פרומען קערעקטער דאס בעסטע וואס ער קען נאר, ווען ער וועט האבן געלערנט די סקיללס וואס ער דארף זיך לערנען פונעם פרומען קערעקטער וועסטו זעהן וואסערע אויפגעקלערטער ער וועט ווערן. קענסט נישט וואוסן צו אינעם נעקסטן גילגול וועט ער נישט זיין דער אפיקורוס און דו וועסט גאר זיין דער פרומאק וואס וועט זיך עסן דאס געזונט פון זיין אפיקורסת. דו זאג וואס דו האסט צו זאגן, איין מאל, צוויי מאל, just to be yourself, און אז דו זעהסט אז דיינע ווערטער פאלן אויף טויבע אויערן לאז אפ! פיל אן א מויל מיט וואסער און לאז לעבן! אז דו האסט עפעס קריעטיוו וואס דו דארפסט שעירן מיט איינעם גיי זאג עס פאר איינער וואס וועט עס ענדשויען, גיי נישט דריללן מוחות מיט א פאנאטישע עקשנות.

וככה קיבלתי על עצמי מהיום והלאה, איך זאג איינמאל וואס איך האב צו זאגן און ווער ס'וויל להכעיס בלייבן וואו ער איז איז עס זיין רעכט דארט צו בלייבן, איך רעספעקטיר יעדעם איינעמ'ס boundaries און באבלס, און איך גיי מער נישט אריינשטעקן מיין צונג דארט וואו ס'איז אן אומגעוואונטשענער גאסט. גייטס לעבט אייך אייערע פרומע קערעקטערס to the fullest, עקט אויס אייערע פרומע ראלעס דאס בעסטע וואס איר קענט נאר, לערנט אייך אלעס וואס איר האט צו לערנען פון סיי וועלכע באקס אייער נשמה האט אויסגעוועלט צו לעבן, און ווען די פלעי וועט זיין פאראיבער וועלן מיר צוזאמען וואטשן די ווידיאו, לאכן פון און מיטוויינען מיט אונזערע אייגענע געוועזענע קערעקטערס.

איז זאגט'זשע טייערע חברים, זענט איר מיר מוחל? איך האף אז יא ❤️‍🔥
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך שעפטאל »

דו מעגסט עס נישט שרייבן, ווייל דו ראנ'סט די סצענע.
כ'שריי הויעך "קאָט", מ'הייבט אהן פון פריש..

דערמאנסט מיך פון א שמועס וואס כ'האב געהאט מיט איינעם, ער האט מיך געוואלט אויפווייזן נגד האמונה, קיין תירוץ האבעך נישט געהאט, האבעך זיך געבעהטן ביי איהם "פליז נעם נישט צו מיין גוטע געפיהל אז כ'האב א ליבער טאטע'ן אין הימל וואס האט א פלאן פאר מיך!!!"

איי געס מיין פּארט אינעם פּלעי איז צו גלייבן
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך סקעפטיקער »

איך בין לעצטנס אסאך עוסק אין די אלע מכלומר'שטע "ראיות" אויף גלגול נשמות, איך האב אסאך צוזאגן און צו שרייבן, אפשר אין א געלעגנהייט אין אן אשכול פאר זיך

אגב, אויב עפעס איז Dr. Ian Stevenson's ארבעט שטערקער ווי מייקל ניוטאן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סקעפטיקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גליקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 267 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך גליקלעך »

@רביה”ק, וויאזוי לערנט מען אפ אזא נשמה ווי היטלר ימ”ש?

ער איז אראפגעקומען זיך לערנען וויאזוי צו זיין אזא גרויליגע קערעקטער און הארגענען 16 מיליאן מענטשן?
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך שעפטאל »

די פוינט איז בכלל נישט זיך צו חוצפא'נען קעגן ר' סעדיה גאון, ושאר הראשונים וואס שרייבן להדיא אז ס'איז נישטא קיין גלגול.

די פוינט איז כ'גלייב ווייל כ'וויל גלייבן,
דער וואס גלייבט נישט איז ווייל ער וויל נישט גלייבן.

די קשיות, ראיות, והסברים קומען שוין נאך..

גלגול איז איינע פון די "לאגישע" הסברים וואס מ'געט צו פארענטפערן פארוואס מ'וויל עפעס. (ס'דא אנדערע הסברים אויף רצון ע"פ פסיכולויגע, וואס מ'האט זיך אנגעהערט די ערשטע 7 יאהר, וכדו'.)
---

אבער סקעפטי: אונז זענען נישט מוותר אויף אן אשכול מיט "ראיות" אויף גלגול! ווי קענט וועיט!! :D
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך שאלתיאל »

זייער אינטערסאנט. ווער שטייט אונטער די גאנצע אפעראציע פון די גלגול נשמות? און וואס איז דער ציל דערפון?
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך סקעפטיקער »

שעפטאל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:50 pm די פוינט איז בכלל נישט זיך צו חוצפא'נען קעגן ר' סעדיה גאון, ושאר הראשונים וואס שרייבן להדיא אז ס'איז נישטא קיין גלגול.

די פוינט איז כ'גלייב ווייל כ'וויל גלייבן,
דער וואס גלייבט נישט איז ווייל ער וויל נישט גלייבן.

די קשיות, ראיות, והסברים קומען שוין נאך..

גלגול איז איינע פון די "לאגישע" הסברים וואס מ'געט צו פארענטפערן פארוואס מ'וויל עפעס. (ס'דא אנדערע הסברים אויף רצון ע"פ פסיכולויגע, וואס מ'האט זיך אנגעהערט די ערשטע 7 יאהר, וכדו'.)
---

אבער סקעפטי: אונז זענען נישט מוותר אויף אן אשכול מיט "ראיות" אויף גלגול! ווי קענט וועיט!! :D
ראיות "אויף" גלגול, יו גאט עי ווראנג אדרעס. די אלע ראיות זענען גוט אויב מ'וויל עס דוקא גלייבן ואכמ"ל
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך שעפטאל »

ווי וואלט ר' בערל ע"ה געזאגט: כ'וועיס..
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך סקעפטיקער »

שעפטאל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:55 pm ווי וואלט ר' בערל ע"ה געזאגט: כ'וועיס..
מיינסט ר' בערל עמו"ש
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:38 pm איך בין לעצטנס אסאך עוסק אין די אלע מכלומר'שטע "ראיות" אויף גלגול נשמות, איך האב אסאך צוזאגן און צו שרייבן, אפשר אין א געלעגנהייט אין אן אשכול פאר זיך

אגב, אויב עפעס איז Dr. Ian Stevenson's ארבעט שטערקער ווי מייקל ניוטאן
פאלג מיר און לאז זיך אפ פון די אלע ראיות, ס'ניטאמאל ווערד לצור על פי צלוחיתו. אלנספאלס, וועלכע בוך פון דאקטער סטיווענסאן וואלסטו רעקאמענדירט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שאלתיאל האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 12, 2023 10:50 pm זייער אינטערסאנט. ווער שטייט אונטער די גאנצע אפעראציע פון די גלגול נשמות? און וואס איז דער ציל דערפון?
די אלע שאלות ווערן פארענטפערט דורכאויס דעם בוך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

דיין אלטע נשמה דארף א תיקון פאר נישט מוחה זיין און פריערדיגע גלגול. גיי אן מיט דיין אינדענטיטעט. מיזט נישט זיין אקטיוו צופיל אלץ א רבי מער. אבער הרגע נישט רביה"ק.

קענסט עפענען א אנדערע ניק אויב האלטסטו נישט אויס דיין אלטע נשמה. א נייע ניק קומט מיט א נייע נשמה.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך שמן למאור »

כ'ווייס נישט וועגן די אלע זאכענעס, כ'ווייס נאר וואס שטייט אין קהלת, ג י"ט:
כִּי מִקְרֶה בְנֵי הָאָדָם וּמִקְרֶה הַבְּהֵמָה וּמִקְרֶה אֶחָד לָהֶם, כְּמוֹת זֶה כֵּן מוֹת זֶה וְרוּחַ אֶחָד לַכֹּל וּמוֹתַר הָאָדָם מִן הַבְּהֵמָה אָיִן כִּי הַכֹּל הָבֶל.

די גמרא זאגט אין בב"מ קז. "ברוך אתה בבואך וברוך אתה בצאתך, שתהא יציאתך מן העולם כביאתך לעולם, מה ביאתך לעולם בלא חטא אף יציאתך מן העולם בלא חטא"

און די רש"ש זאגט דאך שוין אויף דעם, "מכאן סתירה קצת לבעלי דעת הגלגול".

ענדיוועיס, זעט אויס אז נישט בלויז דו נעמסט שרומס, נאר אפילו גרויסע בוך שרייבער נעמען די סחורה.

אבער בכלל פארשטיי איך נישט, אפשר איז טאקע דיין קערעקטער אין די פלעי צו זיין דער כופר וואס גייט דוקא יא אויפקלערן און דרילן יעדעם אין קאפ וועגן זייער קליינקעפיגקייטן? אוודאי איז דא די וואס דארפן בלייבן פרום אינעם שפיל, פאר זיי איז אויסגעשטעלט אז זיי ליינען בכלל נישט קאווע שטיבל, און זיי ווערן נישט אויפגעקלערט פון דיר. וואס וועט אבער זיין מיט די חלק פון די גרופע וואס זייער ציל איז צו ווערן אויפגעקלערט דורך רביה"ק?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'מיר פונקט איינגעפאלן דעם יו"ט אז די סיבה פארוואס מ'ליינט קהלת אום סוכות איז ווייל אגאנץ חודש תשרי איז מען פארנומען מיט אזויגערופענע רוחניות'דיגע ענינים און ס'פעלט איין האר פון אריינפליען אין עולם הדמיון, דערפאר ליינט מען קהלת צו דערמאנען דעם מענטש אז ס'דא אן עכטע וועלט אויך... און מיט דעם אלעם ענדיגט מען צו מיט סוף דבר הכל נשמע, ווייל א מענטש דארף קענען פארנעמען ביידע און נישט צומישט ווערן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך סקעפטיקער »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 11:37 pm ס'מיר פונקט איינגעפאלן דעם יו"ט אז די סיבה פארוואס מ'ליינט קהלת אום סוכות איז ווייל אגאנץ חודש תשרי איז מען פארנומען מיט אזויגערופענע רוחניות'דיגע ענינים און ס'פעלט איין האר פון אריינפליען אין עולם הדמיון, דערפאר ליינט מען קהלת צו דערמאנען דעם מענטש אז ס'דא אן עכטע וועלט אויך... און מיט דעם אלעם ענדיגט מען צו מיט סוף דבר הכל נשמע, ווייל א מענטש דארף קענען פארנעמען ביידע און נישט צומישט ווערן.
סוף דבר הכל נשמע איז א צוגעלייגט שטיקל דורך די וואס האבן גע'כשר'ט די אפיקרוס'ישע קהלת
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך שמן למאור »

סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:14 pm
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 11:37 pm ס'מיר פונקט איינגעפאלן דעם יו"ט אז די סיבה פארוואס מ'ליינט קהלת אום סוכות איז ווייל אגאנץ חודש תשרי איז מען פארנומען מיט אזויגערופענע רוחניות'דיגע ענינים און ס'פעלט איין האר פון אריינפליען אין עולם הדמיון, דערפאר ליינט מען קהלת צו דערמאנען דעם מענטש אז ס'דא אן עכטע וועלט אויך... און מיט דעם אלעם ענדיגט מען צו מיט סוף דבר הכל נשמע, ווייל א מענטש דארף קענען פארנעמען ביידע און נישט צומישט ווערן.
סוף דבר הכל נשמע איז א צוגעלייגט שטיקל דורך די וואס האבן גע'כשר'ט די אפיקרוס'ישע קהלת
די גמרא זאגט דאך שוין אין מסכת שבת, ל:
אמר רב יהודה בריה דרב שמואל בר שילת משמיה דרב: בקשו חכמים לגנוז ספר קהלת, מפני שדבריו סותרין זה את זה, ומפני מה לא גנזוהו מפני שתחילתו דברי תורה וסופו דברי תורה. תחילתו דברי תורה דכתיב (קהלת א, ג) מה יתרון לאדם בכל עמלו שיעמול תחת השמש, ואמרי דבי ר' ינאי תחת השמש הוא דאין לו, קודם שמש יש לו. סופו דברי תורה דכתיב (קהלת יב, יג) סוף דבר הכל נשמע את האלהים ירא ואת מצותיו שמור כי זה כל האדם.

סאו כפי הנראה האט מען עס קודם גע'כשר'ט מיטן צולייגן דעם היימישן אויספיר:
סוף דָּבָר, הַכֹּל נִשְׁמָע:  אֶת-הָאֱלֹקים יְרָא וְאֶת-מִצְו‍ֹתָיו שְׁמוֹר, כִּי-זֶה כָּל-הָאָדָם. כִּי, אֶת-כָּל-מַעֲשֶׂה, הָאֱלֹקים יָבִא בְמִשְׁפָּט, עַל כָּל-נֶעְלָם:  אִם-טוֹב, וְאִם-רָע.
הגם אין די גאנצע ספר איז דאך במבואר פארקערט... אבער מען האט עס געוואלט פארהייליגן....

שפעטער האט מען זיך געכאפט אז ס'איז דבריו סותרים זה את זה... איז דאך א פראבלעם. אבער ס'איז למעשה געבליבן אז סתירות איז בכלל נישט קיין פראבלעם ווילאנג מען קען עס דרייען אז עס זאל פיטן די נאראטיוו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

סקעפטיקער האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:14 pm
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 14, 2023 11:37 pm ס'מיר פונקט איינגעפאלן דעם יו"ט אז די סיבה פארוואס מ'ליינט קהלת אום סוכות איז ווייל אגאנץ חודש תשרי איז מען פארנומען מיט אזויגערופענע רוחניות'דיגע ענינים און ס'פעלט איין האר פון אריינפליען אין עולם הדמיון, דערפאר ליינט מען קהלת צו דערמאנען דעם מענטש אז ס'דא אן עכטע וועלט אויך... און מיט דעם אלעם ענדיגט מען צו מיט סוף דבר הכל נשמע, ווייל א מענטש דארף קענען פארנעמען ביידע און נישט צומישט ווערן.
סוף דבר הכל נשמע איז א צוגעלייגט שטיקל דורך די וואס האבן גע'כשר'ט די אפיקרוס'ישע קהלת
ש׳כח פאר די אינפארמאציע, וואס וואלט איך געטוהן ווען דו זאגסט מיר ווען נישט?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך סקעפטיקער »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 3:11 pm

וואלסט געדארפט מגולגל ווערן דאס געוואר צו ווערן
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גראדע מיין איך אז ס'איז מער מסתבר פארקערט, מ'האט געשריבן גאנץ מגילת קהלת נאר צו כשר'ן איין חאניאקישע פסוק צום סוף. אזויווי אסאך היינטיגע משפיעים/מחזירי בתשובה/קיעלע רבנים טוען, מ'האלט זיך כלומפרשט אויפגעקלערט צו באיינדרוקן דעם עולם, אבער ווען ס'קומט צו הלכה למעשה זענען זיי די זעלבע איינגעבאקסט ווי אלע אנדערע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך [NAMELESS] »

נויטאן האט גענומען פון קאבאללא.

בעצם טייטשט ער איבער אפאר אר"י'ס אויף ענגליש ער מאכט נאר אפאר קליינע שיניים.
טייל פון די שינויים מאכן א חילוק און טייל נישט אבער איך וויל נישט אריינקריכן ווייל איך בין נישט אריינגעקומען דא וועגן נויטאן.

איך בין געקומען וועגן דיין קעפל אז דו האסט תשובה טון. (טענקס פאר מעיקינג מי סמייל.)

איז עס אקעי צו זאגן וויאזוי איך זעה עס?
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך סקעפטיקער »

דעת האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 9:21 am נויטאן האט גענומען פון קאבאללא.

בעצם טייטשט ער איבער אפאר אר"י'ס אויף ענגליש ער מאכט נאר אפאר קליינע שיניים.
טייל פון די שינויים מאכן א חילוק און טייל נישט אבער איך וויל נישט אריינקריכן ווייל איך בין נישט אריינגעקומען דא וועגן נויטאן.
viewtopic.php?p=537773#p537773
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דעת האט געשריבן: נויטאן האט גענומען פון קאבאללא.

בעצם טייטשט ער איבער אפאר אר"י'ס אויף ענגליש ער מאכט נאר אפאר קליינע שיניים.
טייל פון די שינויים מאכן א חילוק און טייל נישט אבער איך וויל נישט אריינקריכן ווייל איך בין נישט אריינגעקומען דא וועגן נויטאן.
מיכאל ניוטאן האט גארנישט גענומען פון קבלה, ווי ווייט איך בין באקאנט האט ער בכלל נישט געטוהן אין spooky זאכן, ער איז בסך הכל געוועהן א היפנאוטעראפיסט וואס האט אראפגעשריבן וואס פאציענטן האבן איהם פארציילט. פארקערט, זיינע ביכער זענען געשריבן זייער טרוקן, ער פרעגט און דער פאציענט ענטפערט, פרשנות לאזט ער פאר'ן ליינער צו באשליסן.
דעת האט געשריבן:איך בין געקומען וועגן דיין קעפל אז דו האסט תשובה טון. (טענקס פאר מעיקינג מי סמייל.)
וואס עגבערט מיך איז פארוואס אלץ ווען איך שרייב שוין יא עפעס ערנסט נעמט מען עס אן אלץ א דשאוק, כ'האב עס גראדע געמיינט זייער ערנסט, האסט נישט באמערקט אז מיין שרייבעריי איז אנדערש לעצטנס?
דעת האט געשריבן:איז עס אקעי צו זאגן וויאזוי איך זעה עס?
אדרבה ואדרבה, פליעז בבקשה, פתח פיך ויאירו דבריך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

Re: רבינו הקדוש טוט תשובה

שליחה דורך [NAMELESS] »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 9:23 pm
דעת האט געשריבן: נויטאן האט גענומען פון קאבאללא.

בעצם טייטשט ער איבער אפאר אר"י'ס אויף ענגליש ער מאכט נאר אפאר קליינע שיניים.
טייל פון די שינויים מאכן א חילוק און טייל נישט אבער איך וויל נישט אריינקריכן ווייל איך בין נישט אריינגעקומען דא וועגן נויטאן.
מיכאל ניוטאן האט גארנישט גענומען פון קבלה, ווי ווייט איך בין באקאנט האט ער בכלל נישט געטוהן אין spooky זאכן, ער איז בסך הכל געוועהן א היפנאוטעראפיסט וואס האט אראפגעשריבן וואס פאציענטן האבן איהם פארציילט. פארקערט, זיינע ביכער זענען געשריבן זייער טרוקן, ער פרעגט און דער פאציענט ענטפערט, פרשנות לאזט ער פאר'ן ליינער צו באשליסן.
דעת האט געשריבן:איך בין געקומען וועגן דיין קעפל אז דו האסט תשובה טון. (טענקס פאר מעיקינג מי סמייל.)
וואס עגבערט מיך איז פארוואס אלץ ווען איך שרייב שוין יא עפעס ערנסט נעמט מען עס אן אלץ א דשאוק, כ'האב עס גראדע געמיינט זייער ערנסט, האסט נישט באמערקט אז מיין שרייבעריי איז אנדערש לעצטנס?
דעת האט געשריבן:איז עס אקעי צו זאגן וויאזוי איך זעה עס?
אדרבה ואדרבה, פליעז בבקשה, פתח פיך ויאירו דבריך.

קודם כל- איך האב נישט געזאגט אז איך האב עס גענומען פאר א זשאוק. דער קעפל האט מיר געמאכט א שמייכל טאן.

ניין, איך האב נישט נאכגעקוקט דיין שרייבעריי אבער די פאוסט האב איך גענומען גענוג סיריעס צו דיסיידן אז אה, אויב בוזטו אפן פאר עס וואלט איך געזאגט וואס איך זעה.

יעצט לאמיר גיין איבערליינען דעם פאוסט און זען וואס איך האב געוואלט שרייבן.
פארשפארט