רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
עובדיה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 24, 2021 12:52 am
האט שוין געלייקט: 183 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד

שליחה דורך עובדיה »

דאס זענען די ווערטער פונעם רמב"ן פרשת בחוקותי פרק כ"ו פסוק ל"ב:

וַהֲשִׁמֹּתִי אֲנִי אֶת הָאָרֶץ וְשָׁמְמוּ עָלֶיהָ אֹיְבֵיכֶם הַיֹּשְׁבִים בָּהּ:
וכן מה שאמר בכאן "ושממו עליה אויביכם" היא בשורה טובה מבשרת בכל הגליות שאין ארצנו מקבלת את אויבינו, וגם זו ראיה גדולה והבטחה לנו כי לא תמצא בכל הישוב ארץ אשר היא טובה ורחבה ואשר היתה נושבת מעולם והיא חרבה כמוה, כי מאז יצאנו ממנה לא קבלה אומה ולשון, וכולם משתדלים להושיבה ואין לאל ידם.

די ווערטער האט דער רמב"ן שוין געשריבן בימיו 750 יאר צוריק, און די אלע יארן פון דעמאלטס איז ארץ ישראל ווייטער קיינמאל נישט אויפגעבויט געווארן, נאר כסדר געווען אינטערגעווארפן אינטער פארשידענע אימפעריעס, ביז די אידן זענען ארויף און אויפגעבויט דאס לאנד טראץ די קעגנערשאפט פון די ארטיגע אראבערס.

נאך די צווייטע וועלט מלחמה האט די UN געשטימט איינצוטיילן ארץ ישראל אין צוויי לענדער, איינס פאר די אידן און איינס פאר די אראבער, די אידן האבן מסכים געווען צו די פלאן אבער די אראבער'ס נישט. וואלטן זיי ווען דעמאלטס מסכים געווען, וואלט שוין פון לאנג געווען א פאלעסטינער לאנד אין די גבולות פון ארץ ישראל, אבער מיט זייער עקשנות צו פארלאנגען דוקא די גאנצע, זענען זיי ארויס אין א מלחמה קעגען די פריש געגרינדעטע מדינת ישראל, א מלחמה וואס מדינת ישראל האט געווינען כאטש וואס די אראבערס זענען געווען אסאך אסאך מער און שטערקער פון זיי, און מדינת ישראל איז למעשה ארויס מיט נאך א גרעסערע חלק ווי דאס וואס די UN האט מתחילה באשטימט פאר זיי.

נאך די מלחמת השחרור איז נאך אלס געבליבן א גרויס חלק פון ארץ ישראל אינטער די אראבער, אבער אנשטאט אויפבויען א פאלעסטינע לאנד אויף יענע שטח האבן זיי עס געלאזט אינטער די קאנטראל פון די ארומיגע אראבישע לענדער, וואס האבן זיך אנטזאגט צו אנערקענען מדינת ישראל, און געווארט אויף א געלעגענהייט צו קענען צוריק אייננעמען די גאנצע לאנד.

אין די קומענדיגע יארן האט מדינת ישראל ווייטער געפירט פארשידענע מלחמות מיט אירע שכנים, און אין 1967 האט מדינת ישראל איינגענומען די גאנצע איבריגע חלק פון ארץ ישראל, אבער זיי האבן עס נישט אנעקסירט אלץ א חלק פון מדינת ישראל, נאר עס געלאזט אקופירט, און זייער פאלעסי איז אפיציעל געווען איז זיי וועלן צוריק געבן די שטחים אין אויסטויש פאר שלום. און אזוי האבן זיי טאקע געטוהן מיט די שטחים אין סיני וואס זיי האבן איינגענומען פון מצרים, וואס זיי האבן עווענטועל צוריק געגעבן אין אויסטויש פאר א שלום אפמאך.

אבער מיט די שטחים אין ארץ ישראל האט זיך דער פלאן נישט אויסגעארבעט, פון איין זייט האבן אסאך מתנחלים זיך אריינגעזעצט אין די שטחים, וועלענדיג שטערן סיי וועלעכע פלאן פון צוריק געבען די שטחים, און פון די אנדערע זייט איז נישט געווען ביי די פאלעסטינער געהעריג מיט וועם צו פארהאנדלען, נאר אסאך טעראר גרופעס מיט וועם מדינת ישראל האט נישט געקענט גיין צום טיש.

נאך יארן פון אקופאציע און טעראר אטאקעס איז ענדליך אין די 1990'ס אויסגעארבעט געווארן די "הסכמו אסלו", וואס האט אוועקגעשטעלט א פלאן צוביסלעך צוריק צו געבען די אקופירטע שטחים, מיטן ציהל אז מ'זאל דארט קענען עווענטועל אויפשטעלען א פאלעסטינער לאנד זייט ביי זייט מיט מדינת ישראל. און כאטש ס'איז געווען אסאך שטרויכלונגען אויפן וועג און א ריזיגע קעגנערשאפט צו די פלאן ביי די עקסטרעמיסטן אויף ביידע זייטן, דאך האט מדינת ישראל אנגעהויבן אויספירן די פלאן שטאפעל ביי שטאפעל.

ביז אין יאר 2005 האט זיך מדינת ישראל גענצליך ארויסגעצויגן פון עזה (א געגענט אין דרום ארץ ישראל וואס אנהאלט אין זיך בערך האלב פון אלע פאלעסטינער אראבער), און מיט געוואלד עוועקואירט טויזענטע מתנחלים וואס האבן זיך דארט געהאט באזעצט במשך השנים, און עס איבערגעגעבן פאר די פאלעסטינער זיי זאלן דארט ענדליך קענען אנהייבן אויפשטעלן א אייגענע לאנד.

אבער אפאר חדשים שפעטער איז אפגעהאלטן געווארן וואלן צווישען די פאלעסטינער, און כאמאס א ראדיקאלע איסלאמישע טעראר גרופע האט געווינען די וואלן און גענומען קאנטראל פון עזה. און וויבאלד כאמאס אנערקענט נישט מדינת ישראל און נישט די הסכמי אסלו און רופט אפעציעל פאר די דיסטראקשען פון די גאנצע מדינה, האט מדינת ישראל געמוזט אוועקשטעלן א בלאקאדע ארום עזה.

כאמאס האט אויסגענוצט זייער קאנטראל אויפ'ן שטח זיך אויפצובויען וואס שטערקער מיליטעריש, און כסדר געשיקט ראקעטן און געפירט מלחמות און דורכגעפירט טעראר אטאקעס קעגן מדינת ישראל, ביז די קלימאקס פון די שוידערליכע רציחות די פארלאפענע שמחת תורה, וואס דאס האט געפירט מדינת ישראל זאל עמטליך דערקלערן קריג קעגן כאמאס, מיטל ציהל צוריק אריינצוגיין איבערנעמען עזה און אויסראטן כאמאס.

ווי מ'קען זיך פארשטעלן וועלן די רעזולטאטן זיין אז מדינת ישראל וועט שוין נישט אזוי שנעל צוריקגעבן קיין שום לאנד פאר די פאלעסטינער, נאכן זעהן ווי אזוי עס האט זיך אויסגעלאזט אין דעם פאל פון עזה, און די חלומות פון א פאלעסטינער לאנד אין ארץ ישראל פאר די אראבער ווערט וואס אמאל מער און מער רחוק מן המציאות, ווי די רמב"ן זאגט אז די תורה איז אונז מבטיח "ושממו עליה אויביכם שאין ארצנו מקבלת את אויבינו, כי מאז יצאנו ממנה לא קבלה אומה ולשון, וכולם משתדלים להושיבה ואין לאל ידם".

דער אשכול פארמאגט 73 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר