בראשית איז ראשי תיבות... שיר לפרשת בראשית!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
חכמת שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 06, 2017 10:56 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 334 מאל

בראשית איז ראשי תיבות... שיר לפרשת בראשית!

שליחה דורך חכמת שלמה »

בראשית



בראשית, איז די ראשי תיבות, בסוף יתגלה אור תורת רבינו שלמה בן יוכבד,
אז צום סוף פונעם גלות וועט זיין א צדיק אמת, צו השי"ת א געטרייע עבד,

א אמת'דיגער פאסטוך, וואס וועט הארעווען צו מתקן זיין אידישע נשמות, אזוי געטריי,
און זיך פלאגן צו מסדר זיין פאר זיי די אלע יסודות פון די הייליגע תורה, ממש ווי פון ניי,

ביי די לעצטע יארן פון דעם גלות, אין דעם צייט פון עיקבתא דמשיחא, אין דעם גאר פינסטערן דור,
ווען די שכחת התורה וועט איבערדעקן די גאנצע וועלט, דווקא דעמאלס וועט אויפשיינען דעם אור,

וואס וועט נעמען די אלע מצוות הלבבות, און מאכן פון זיי ממש א מסודר'דיגע קיצור שולחן ערוך,
אז יעדער איינער זאל זיי קענען מקיים זיין, צו דורך דעם נוסח הקצר אדער דורך דעם נוסח הארוך,

און מיט זיינע הייליגע לימודים, געבן עצות און הדרכות, אויף א וואונדערליכע קלארע אופן,
אז אפילו דער נידריגסטער מענטש, אין דעם ערגסטן מצב, זאל דאס אלעס קענען איינקויפן,

און אנקומען דורך דעם צו תשובה שלימה, צו פאררעכטן אלעס וואס איז אריבער,
און ווערן מרכבה לשכינה, צו די התבוננות פון שם הוי"ה ב"ה שטענדיג זיין מחובר,

און מיט א געטליכע הנהגה, וועלן זיך צוזאמעננעמען אידן פון די ווייטסטע פלעצער אין די וועלט,
אלע צובראכענע נשמות וואס זוכן צו השי"ת אנקומען, וועלן אנקומען צו דעם צדיק'ס געצעלט,

כדי אז זיי זאלן אלע צוזאמען, מיט אמונת חכמים, און מיט אהבת חברים, אנקומען צו דביקות הבורא,
צו זיין א כנישתא חדא, צו דינען השי"ת כאיש אחד בלב אחד אינאיינעם, פאראייניגט אין איין חבורה,

ווייל דורך דעם וואס די חבורה וועט תשובה טון, און די הייליגע לימודים ערנסט נעמען,
וועלן זיי מזכה זיין גאנץ כלל-ישראל, און אלע אידישע קינדער פון דעם גלות ארויסנעמען,

און דוקא די צוקלאפטע נשמות, אין דעם נידריגן דור, וועלן האבן מער ווי אלע דורות די זכיה,
אז עס וועט מתגלה ווערן פאר זיי דעם הייליגן נוסח ההתבוננות, און די לימדים פון אור הוי"ה,

און זיי וועלן זוכה זיין צו מקיים זיין די תורה, אויף אזא סארט אופן וואס איז שוין עטליכע דורות צוריק נישט געווען,
אפילו עס איז שוין פון לאנג פארגעסן געווארן, און זיי האבן דאס מיט זייערע אייגענע אויגן שוין נישט געקענט זען,

און אלע פארגעסענע הלכות וועלן ווערן צוריקגעברענגט און דערמאנט, בכח די הארה און די עבודה פון התבוננות,
פון עבודת התפילה, ביז צניעות המלבושים, כשרות המאכלים, התבדלות פון די רשעים, און חינוך הבנים והבנות.

און דא זיי זיך מתבונן אין דעם ווארט בראשית לויט וואס מיר האבן געלערנט אין דעם פרק,
מיט א גלוסטעניש צו באקומען דעם הארה, און דאס צו משפיע זיין ווייטער צו אלע חברים פון די הייליגע חבורה,
און פון זיי ווייטער צו אלע אידישע קינדער וואו זיי געפינען זיך נאר,
און אזוי ווייטער צו אלע באשעפענישן פון די גאנצע בריאה, צו די הכרה פון יעדע מדבר, חי, צומח און דומם,
און צו אלע הכרות פון אלע אויבערשטע און אונטערשטע עולמות.

בראשית, איז מרמז אויף עיקבתא דעיקבתא דמשיחא, דער לעצטער דור וואס וועט זיין פאר די גאולה שלימה,
וואס דעמאלס וועלן די נסיונות זיך שטארקן אויף אלע נשמות ישראל צוזאמען, און פריוואט אויף יעדע נשמה,

ביי די לעצטע זיבעציג יאר פונעם גלות, וועט די סטרא אחרא ארבעטן שווער, יעדער איד פון די קדושה אוועקרייסן,
און נאר מיט מסירות נפש אויף יהא שמיה רבא מברך לעלם ולעלמי עלמיא, וועט מען קענען די רוע הגזירה צורייסן,

און דעמאלס וועט זיך באווייזן די ליבשאפט פון אידישע קינדער צו השי"ת, אז זיי לאזן נישט אפ דעם שטריק,
און מיט מסירות נפש האלטן זיי אן די וועג פון די צדיקי אמת, אזוי ווי עס איז געווען פאר אסאך דורות צוריק,

און אפיחלו ווען די עבירות האבן ליידער צוגעברענגט, אז דער קרוין פונעם קאפ איז פון זייערע אויגן געווארן באהאלטן,
שטעלן זיי א אמת'דיגער מנהיג, צו ווייטער אויסלערנען זיינע לימודים, און זיין הייליגע בית המדרש ווייטער אנהאלטן,

צו פאררעכטן אויף צוריק צו וועגס, וואס מען האט פון צו איינקויפן די הייליגע לימודים דעמאלס נאכגעלאזט,
און גורם געווען אז דער צדיק הדור האט מער נישט געקענט ווייטער אנגיין, און מיט ביטערניש זיי אפגעלאזט,

און אלץ תשובת המשקל, פון יעצט און ווייטער, צו איינקויפן די הייליגע לימודים וועלן זיי זיך באמת אוועקגעבן,
און אוועקווארפן גאר ווייט אלע דמיונות, די הבלי הבלים פון דעם עולם הזה, און נאר מיט שם הוי"ה ב"ה לעבן,

און זיי וועלן צוזאמעננעמען די אלע יסודות וואס ער האט זיי אויסגעלערנט, מיט א מורא'דיגע בענקשאפט יעדע ווארט,
און פארגעסן פון זייער צער, צו מען איז הונגעריג אדער זאט, צו מען איז נע ונד, אדער מען זיצט אויפן אייגענעם ארט,

דעמאלס, ווען די חברים וועלן זיך צוזאמענקומען פאר דעם צוועק, און נאר דאס וועט זיי אינטערעסירן צו וואוסן,
וועט השי"ת אליין זיך צוהערן, און אראפשרייבן אויף א ספעציעלן ספר צום געדענקען, אלע זייערע שמועסן,

און ער וועט דאס אוועקלייגן, כדי צו געבן צו פארשטיין און צו ווייזן, ווען עס וועט קומען דער גרויסער טאג,
דער חילוק צווישן דער וואס איז אים אלעס אנגעקומען גרינג, און דער וואס נאר מיט גרויס מיה און פלאג,

און דעמאלס קומען זיך אויך צוזאם די פמליא של מעלה, מלאכים פון הימל, און אן א שיעור נשמות פון גן עדן,
חבורות חבורות, פון פריערדיגע צדיקים און זייערע תלמידים, קומען זיך באהעפטן און ווילן זיך נישט אפשיידן,

צו נעמען א טייל אין די געוואלדיגע עבודה פון די חבורה, וואס טוט צוענדיגן די ארבעט פון אלע פריעדיגע,
און דורך זיי העלפן דורך משפיע זיין נייע הויכע מדריגות, פון וואס זיי האבן בכלל נישט געהאט פאר דעם קיין השגה,

און דעריבער איז בראשית גימטריא דרייצן, אזוי ווי דער ווארט אהבה, ווען מען רעכנט די גימטריא מיט מספר קטן,
ווייל דוקא אין דעם נידריגן מצב, וועט זיך באווייזן די אהבה וואס אין אידישע הערצער טוט פלאקערן און בראטן,

און נאר דאס איז משלים די תכלית פון בריאת העולם, דער תכלית פון שמים וארץ, דער הימל און די ערד,
און השי"ת האט באשוואוירן אידישע קינדער, אז מען זאל נישט אפלאזן ווען דער מצב אזוי שווער ווערט,

ווייל דאס ווערט לאזט אפ אין די לעצטע מינוט, אין דעם דור פון שמד, און ביי די מלחמה ער קעמפט נישט און שיסט,
דער איז אזוי ווי ער דרייט צוריק די גאנצע בריאה צו תוהו ובוהו, און ער מאכט די גאנצע וועלט צוריק פוסט און וויסט,

אבער דער וואס שטארקט זיך ביי דעם שווערן צייט, און האלט אן ווייטער מיט מסירות נפש ביז צום לעצטן רגע,
אפילו אויב ער איז דער קלענסטער פון די חבורה, וועט ער זיין אזוי ווי שמואל הנביא, און זוכה זיין צו זיין מדריגה.


און דא זיי זיך מתבונן אין דעם ווארט בראשית לויט וואס מיר האבן געלערנט אין דעם פרק,
מיט א גלוסטעניש צו באקומען דעם הארה, און דאס צו משפיע זיין ווייטער צו אלע חברים פון די הייליגע חבורה,
און פון זיי ווייטער צו אלע אידישע קינדער וואו זיי געפינען זיך נאר,
און אזוי ווייטער צו אלע באשעפענישן פון די גאנצע בריאה, צו די הכרה פון יעדע מדבר, חי, צומח און דומם,
און צו אלע הכרות פון אלע אויבערשטע און אונטערשטע עולמות.
צדיק כתמר יפרח - כארז בלבנון ישגה

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר