צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

צווישן טעראר און מלחמה
צווישן נקמה און דיפענס
צווישן אנטי סעמיטיזם און אנטי ציוניזם
צווישן קאלעקטיווע פאנישמענט און אויסראטן דאס פארפוילטע
צווישן פרא פאלעסטינע און פרא כאמאס
צווישן רחמנות און יוסטיץ
צווישן טעראריסטן און מיליטאנטן
צווישן פארדאמען און זיך קעגן שטעלן
צווישן שטיצע און בארעכטיגונג
אין אנדערע ווערטער הייסט עס "צווישן האמער און נאגל"!
דא איז וואו יעדער פאליטיקאנט, אנאליסט, דזשורנאליסט, היסטאריקער, פסיכאלאג, סאציאלאגיסט, איד און אראבער, טרעפט זיך אינעם יעצטיגן מערכה.
וויי איז צו דער וואס עפנט די מויל, ערגער איז צו דער וואס לאזט עס פארמאכט, און אומפארשעמט איז דער וואס זאגט עפעס דמשתמע לתרי אנפין.
וואס זעט אויס ווי א גרויליגע אקט פון ריין שלעכטס, קען פארוואנדלט ווערן אין היסטארישע 'קאנטעקסט'.
וואס קען אויסזען ווי א פשוטע מלחמה, איז פארוואנדלט געווארן אין א פאליטישע סאמעטוכע.
וואס שיינט צו זיין א דעפענסיווע מיטל, איז געווארן א מידיע סענזאציע.
וואס פלעגט צו זיין פונדאמענטאלע מענטשליכע אינסטינקטן, זענען געווארן פארטיזאנע געפילן.
און איבער אלעם זענען ציווילע לעבנס געווארן די שפיל קארטן פון זעלבסט געקרוינטע מיינונג זאגערס...
די מצב איז נישט פשוט, די עמאציעס זענען ווילד, די דראנג פאר מיטגעפיל איז אויפן העכסטן, און די גרינע ליכט פאר וואס-אימער אקט בעט זיך פאר פארשטענדעניש.
האלטן דאס קאפ אויפן פלאץ איז נאנט צו אוממעגליך, אבער רעדן אנע קאפ איז אומדערהערט.
_____________________________________
וועל איך דא פראבירן א טראפ צו אנאליזירן די זאווערוכע ארום די מערכה, פון א סאציאלאגישן אויסקוק אויף די רעטאריק פון אלע זייטן, אן אריינגיין און די פראקטישע השלכות פון יעדער שטעלונג, אבער יא צונעמענדיג די בייעסעס ארום און ארום (אריינגערעכנט מיינע..).
ויהי רצון שלא אכשל ואל יצא תקלה מתחת ידי, מיינע ווערטער זאלן ווערן אפגעלערנט ריכטיג(?), קיינער זאל נישט פארווייטאגט ווערן בשום פנים, און עס זאל נאר פארמערן די גענעראלע גוטס.
איך וועל אנהייבן מיט די סתירה וואס בען שפירא ברענגט ארויף דא ווי אזוי אין די מידיע ווען איינער זאגט עפעס אנטקעגן דזשארדזש סאראס רייסט מען אראפ אלס נאצי, אבער ווען איינער זאגט קלאר אז ער איז א נאצי גייט מען אים פארענטפערן און פראבירן צו בארעכטיגן, וועלכע איז אמת און א געוויסע זין.
די סתירה איז אזוי שטארק אז א תירוץ פארלאנגט זיך, א תירוץ וואס קלארט אביסל אויס די הנחות אונזערע, (כמאמר הידוע אז ווען רע"א בלייבט מיט א צריך עיון קען מען דאס נישט פארענטפערן, אבער ווען ער בלייבט מיט א צריך עיון גדול ווייסט מען אז מ'מוז דא לערנען א צווייטע פשט וואס וועט עס פארענטפערן..).
דאס איז אבער נאר א חלק פון די בילד, די גרעסערע קשיא איז ווי אזוי מענטשן אויף דער פלאנעט יארע 2023 זענען בכלל מעגליך דורכצופירן אזאנע ברוטאלע שחיטות און פיינוגונגען, וואס איז אויך נאר א חלק, בעת וואס די מעגליכקייט צו טריאומפן דערמיט און עס סעליברירן און פייערן איז דאך ממש מרפסן איגרי, אזש עס מוז בהחלט ליגן א צווייטע סארט זעל אין די צוויי פיסיגע וואס זענען קעיפעבל אויף אזאנס.
לאמיר לאזן די קשיות אין א זייט, און צוהערן פאר א מינוט די ווייטאג פונעם שונא, פארן אריינרעדן אדער איבערשרייען.
דא
דא
דא
און דא
זיי באציען זיך צו צוויי עיקר נקודות, 1. די שטילשטאנד וואס הערשט איבער די טויט פון ציווילע אין עזה דורכאויס די יעצטיגן קריג לעומת די פארדאמונגען איבער די לעבנס פון די קרבנות אין ארץ ישראל, 2. די איגנאראנץ וואס הערשט איבער די ברייטערע בילד וואס האט געפירט כאמאס אדורכצופירן די אקציע, די ווייטאג, די אפרעשאנס, און די יארן לאנגע האס וואס מדנ"י האט זיך פארדינט אין זייער מיינונג.
פון מדנ"י (און אידן/שטיצער איבער די גארע וועלט) הערט מען מער ווייניגער איין קול, דאס איז די וויכטיגקייט אראפ-צו-ווישן כאמאס פונעם מאפע איינמאל פאר אלעמאל אן קוקן רעכטס און לינקס, און דאן זיך זעצן איבער טראכטן די סיטואציע.
צווישן די שטיצער צו דעם געדאנק הערט מען אבער יא ביינזאם די ווערטער proportionate, restraint, און די צורך נישט איבער צו טרעטן קיין רויטע ליניעס אין אויספירן די מיסיע. ואליבא דאמת איז דאס דערווייל א לחש בדיבור, ווייל במעשה פארשטייט יעדער די פאזיציע פון מדנ"י און זייערע מעשים זענען דערפאר ע"פ רוב בארעכטיגט ביים עולם.
דאס זאגט נאך אבער נישט קיין סאך פאר אויף די קומענדיגע טעג ווען לויט געוויסע אנאליסטן גייט זיך די אנטי-מלחמה רעטאריק מער פארשפרייטן מיט יעדן טאג אריין אין די מלחמה און מיט יעדע פאר צענדליגע ציווילע קרבנות דערפון, אבער לעת עתה איז דאס די אנגענומענע שניט.
דאן איז דא די אלע מיטל מענטשן, סיי די מידיע פערסאנאל, סיי פרא פאלעסטינע שטיצער, און סיי אידישע אקטיוויסטן, וואו יעדער שלאגט פאר זיין קוק ווינקל, זיינע דרשות, מאמרים, פאוסטס, ווידעאס, און טוויטס, וואו נואנסן זענען די הויפט שפילער אינעם געים.
אנגעפאנגען ביי די NY TIMES און די BBC וועלכע האלטן זיך אפ פון אנרופן כאמאס א 'טעראר ארגעניזאציע', ביז א Football club וועלכע וויל נישט אנצינדן די בלויע און ווייסע לעמפלעך. זייער קעגנערס אין די מידיע וועלכע רייסן זיי אראפ דערפאר, און שרייען אז יעצט איז די צייט צו פארדאמען די טעראריסטן און שטיין פאראייניגט מיט מדנ"י.
די הונדערטע פרא פאלעסטינע וועלכע שטיצן פאלעסטינע מיטגלידער, פירן אן פראטעסטן אנקעגן מדנ"י, און האלטן פענער און שרייען Free Palestine. און פון די אנדערע זייט די וועלכע ווייזן אן אויף די ‘Gas the Jews’ סלאגאנען, אויף די טיפערע באדייט פון 'פריי מאכן פאלעסטינע', אדער אויף די וואוקס אין אנטיסעמיטישע אטאקעס צו וואס דאס האט געפירט, צוזאמען מיט אונטערשטרייכן די אומדערהערטקייט פון שטיצן א שמעק טעראר, אדער די שולדיגקייט פון כאמאס אין די אומסטאביליטעטן און פאטאליטעטן אין עזה יעצט און פון אייביג.
הצד השוה, יעדער נוצט זיך די ווערטער וואס רעזאנעיטן מיט זיין אידעאלאגיע און וועלט-אויסקוק, און דאס ווערט אטאמאטיש פארטייטשט אלס קעגן-זייטיג און קאנטראדיקטארי צו מיטשטימען מיט די פארקערטע צד.
לאמיר אריינזומען אין דעם 'צד השוה' פאר א מאמענט און זען צו מ'קען עפעס דערווישן דערפון:
ווען איינער קומט ארויף אויף א נייעס סטאנציע און מ'פרעגט אים וואס ער זאגט צו די טויזענטער פאלעסטינער וואס שטארבן אין די מערכה (לדוגמא נפתלי בנט), האט ער צוויי אפציעס, אדער אריינגיין אין א טענה'ריי איבער דעם, אדער פשוט טענה'ן אז עס איז אירעלעוואנט. די שוועריגקייט מיט די צוויי אפציעס זענען אז ביידע עקזיסטירן נישט אין קיין וואקיום, דהיינו, וויאזוי מ'זאל נאר דרייען די שמועס גייט מען ארויסנעמען א סטעיטמענט דערפון, שוין אפגערעדט אויב ער האקט איבער די שמועס מכל וכל. וואס די סטעיטמענט איז? ווענדט זיך שוין יעדער איינער מיט זיין פילאזאפיע. ביי איינעם מיינט א פארענטפערונג א סיגנאל פון שוואכקייט בעת ביי א צווייטן איז דאס א צייכן פון אויפריכטיגקייט, ביי איינעם איז איגנארירן די בעסטע וועג ארויס און ביי א צווייטן ווייזט עס אויף אומטאלעראנץ, ביי איינעם איז 'פאליטיש קארעקט' א געראטענע וועג צו האנדלען און ביי א צווייטן איז עס די שטערקסטע צד וואס מ'קען נאר נעמען, א.א.וו.
די געדאנק איז אז ווען אביעקטיווקייט איז באגראבן אונטער הויפענעס פון הייסע געפילן איבער א מצב איז פשוט נישט מעגליך צו נוצן שפראך אויף א צופרידנשטעלדע וועג, ווייל אפי' איינער גייט שוין ארויסווייזן בנשימה אחת זיין סימפאטיע מיט ביידע זייטן – גייט ער לויט אנדערע ספאנטאניש ווערן אנגעקוקט ווי אן היפאקריט פאר דעם איינעם אקט.
דאן וואס איז יא די וועג? די תשובה פארשטייט זיך ווענדט זיך וועמען מ'פרעגט! אבער דאן איז מען צוריק אינעם ספייערל.. (זיך אנשטעלן ווי כאילו די נאז איז פארשטאפט – כמשל ה'פוקס', איז אייביג מעגליך, אבער טוט נישט קיין סאך צוגעבן..)
די איינציגע עצה לדעתי אין אזא מצב, איז פשוט איבערצוקייען די פראבלעם אליין נאכאמאל און נאכאמאל, און ווערן אזוי קלאר דערין אז סימפאטיע מיט יעדער איינעם אין דעם ווערט די אטאמאטישע רעאקציע!
פארשטיין, און צולייגן קאפ, צו די קאמפלעקציטעט פון נואנסעס אין דעם פעלד, פארשטיין אז יעדער מיינט גוטס אין זיין אפטייטש דערפון אבער האט סיימאלטעיניעסלי מורא צו פארלירן זיין פאזיציע אינעם מערכה, די פלינקע אפסטעמפלעריי און די אוממעגליכקייט צו בלייבן באלאנסירט (– וואס עס זאל נאר מיינען) אין יעדע זאץ, די שוועריגקייט צו האבן סימפאטיע מיט יעדעם איינעם גלייך און פאר די אייגענע ברידער נאך מער, די גאל פון קענען בארעכטיגן א צווייטע זייט און נישט ווערן דעטראנקען דארט...
לאמיר יעצט פראבירן צוריק-צו-טרעטן צו די עצם מערכה,
• קיינער (מיט א גראדן קאפ) לייקנט נישט אין די שלעכטסקייט פון דערמארדן און פייניגן הונדערטע ציווילע אזוי ווי דאס וואס האט זיך אפגעטון פאריגע שבת אין א"י.
• קיינער לייקנט נישט אין די ליידן וואס די עזה איינוואוינער זענען אריבער די לעצטע פאר צענדליגע יארן.
• קיינער לייקנט נישט אז יעדער טויטע ציווילע אין א מלחמה איז א טראגעדיע פאר זיך.
• קיינער לייקנט נישט אז מדנ"י מעג זיך דיפענדן.
• אז אמעריקע מיט ענגלאנד האבן באמבאדירט טויזענטער ציווילע אין די צווייטע וועלט מלחמה.
• און אזוי זענען דא נאך זאכן און פאקטן וואס קיין איין רעכטדענקיגער מענטש לייקנט נישט.
נאר וואס יא? די וועג פון נישט לייקענען ביזן מודה זיין איז א פיינפולע! ווייל יעדער פון די סטעיטמענטס קומט מיט אן המשך אויב שטומט מען צו די קאפ דערצו.
• אויב איז די אטאקע באמת אזוי evil, דאן האט דאך יעצט מדנ"י רעכט פאר אלעם. נישט אזוי?!
• אויב עזה ליידט יארן, מיינט עס אז מדנ"י איז שולדיג, און אז זיי דארפן צאלן די אלטימעט פרייז. ניין?!
• אויב יעדע ציווילער טויטע איז א טראגעדיע, דאן טאר מדנ"י דאס נישט טון אויף קיין שום אופן. אולי?!
• אויב מעג מדנ"י זיך דיפענדן, דאן מעגן זיי פלאך מאכן עזה פאר יעדן פרייז. נישט דאס פאלגט נאך?!
• א.א.וו.
דא -אין די סארט ארגומענטן- איז ווי די לאגיק גייט א גאנג, די טענה'רייען זענען צו היציג צו האבן די מינוט פון קלארקייט צו מאכן די חשבונות אויף פאפיר.
• דאס אז הרג'נען מענטשן איז שלעכט איז טאקע א מונח, אבער די דעפינאציע פון 'טעראר' און 'טעראריסטישע ארגעניזאציע' איז שוין נבוך אין א שטיקל מעטער אוו לענגווידזש – הגם רוב אין די מערב וועלט (און במדת מה יעדע רעכט-דענקיגער פערזאן) נעמען טאקע אן די אינטענשאן צו הרג'נען ציווילע און אנזייען כאאס אלס די פשוטע דעפיניציע פאר טעראר, קען מען אבער נישט לייקענען דאס אז איינצעלנע אויסגאבעס אדער מאנכע מיט געוויסע אגענדעס דעפינירן עס אנדערש (און שפראך איז כמובן נאר א סאציאלע קאנסטרוקציע..) אזוי צו אזוי מאכט עס נישט אויס לגבי די 'טעראריסטישקייט' פון די אקציע זעלבסט, עס מאכט אבער יא אויס לגבי די רעאקציע דערצו (און לגבי די רעאקציע איבער די דעפינאציע אליין..). דהיינו, אויב זאל מען אננעמען אז כאמאס איז כל כולו דא פאר טויט פון די מענטשהייט – עכ"פ פון מדנ"י – איז דאך לכאו' פשוט אז מ'דארף זיי זען אראפ פון די מאפע, און אז עס איז א שאד די שפייעכטץ צו פארהאנדלען מיט זיי (הגם מ'קען אויך שפעקולירן די מעגליכקייטן פון אויספירן אזא זאך למעשה). אויב אבער האבן זיי יא א שטיקל לעגיטימאציע אלס אריינגעוועלטע גאווערמענט (וואס מ'זאל אננעמען אז די וויילער שטיצן נאכאלץ) און כולי האי ואולי איז יא דא א צווייטע מהלך מיט זיי, דאן קען מען פארשטיין די רעזיסטענס פון געוויסע זיי צו דעפינירן אלס אנטבלויזע טעראריסטן, - על אף זיי פארדאמען די אקט פונקט אזוי - איז עס די דעפיניציע חילוק וואס צווינגט זיי זיך צו אנהערן אנדערש.
(מ'קען אויך אריינגיין פסיכאלאגיש, טיפער אין די חילוק פון פארדאמען טעראריזם אויפן יחידישן פארנעם אבער זיך פרייען מיטן ברייטערן מפלה פונעם שונא איינמאל עס איז געטון געווארן... וואס פאר א טעסט דערויף, זאל יעדער זיך אליין איבערטראכטן וויאזוי ער וואלט געשפירט ווען אזא אטאקע קומט פאר דורך מתנחלים אויף כאמאס, לדוגמא. אבער דאס איז שוין בגדר שפאלטן האר..)
• דאס אז עזה ליידט איז א פאקט. אבער צו מדנ"י איז בכלל שולדיג דערין אדער נאר די פעיליאר פון כאמאס איז וואס איז אחראי? צו דאס בארעכטיגט ווייעלענס? צו זיי טארן זיך נישט וויקטימייזן? צו זיי האבן שוין געהאט שאנסן זיך ארויסצוזען דערפון? דאס זענען אלעס אפן פאר דעבאטע. און עס מוז נישט בהחלט נאכפאלגן קיין אטאקע אדער אפי' סעלעבראציע דערצו מיט דעם איינעם הנחה.
• דאס אז ציווילע טויטע איז טראגיש איז א ודאי! די שאלה איז נאר נאכן אפשאצן די מצב, וואס איז טאקע די בוחר הרע במעוטו אין דעם פאל? און אויף דעם איז קיין איינער נישט טראסטבאר צו ענטפערן אונטער עמאציאנאלע דרוק, בפרט ווען די נקמה אינסטינקט ברענט אונטער די הויט..
• דאס אז מדנ"י מעג זיך דיפענדן שטימט יעדער צו. אבער צו ביבי נתניהו איז די ריכטיגע קאנדידאט דערפאר, און צו ער איז גאר במקצת שולדיג אין די התחלה פון דעם קריזיס, און צו ער ודעימיה זאלן מחליט זיין וואס דעפענסיווע הייסט, דאס איז שוין מער פארצווייגט.
מ'קען גיין on and on, נעמען די ארגומענטן און מחלק זיין לאגיש צווישן די הנחות און די מסקנות, און דאס איז באמת וואס ס'פארלאנגט זיך. די פאראדאקס איז נאר אז טאקע ווען ס'פארלאנגט זיך דאס מערסטע האט קיינער נישט די אפעטיט דערפאר, און אנשטאט דעם ווערט יעדער אין בילד אפגעזיגלט לנו או לצרינו מיט איין פאלשע דריי.
איך וויל נעמען נאך איין רינגעלע צו דעם קייט פון מערכות, דאס איז די סאטמאר'ע (און אביסל די נטורי קרתא) שטעלונג אין דעם נושא.
איך גלייב אז טאמער ציילסטו זיך נישט פון זיי איז דיין בלוט שוין פורפל נאר פון זיי דערמאנען דא, אבער הא גופא איז וואס איך פראביר דא, איך וויל זען צו ס'איז שייך פאר א מינוט צו רעפלעקטירן אויף די אייגענע געפיל און מיינונג פאר א ספליט סעקונדע איידערן טאנצן צום 'ימח שמם' פזמון.
ווי געשמועסט, איז קיינער נישט גערעכט אדער אומגערעכט אביעקטיווערהייט אין דעם קאנפליקט, טאקע ווייל ווי מ'דרייט עס נאר באמפט מען אריין אין א צווייטן סוביעקט. אבער דאבל סטאנדארטן דארפן פאטשן אין פנים פאר יעדן גראדן דעת, סיי פאר דעם סאטמאר'ע וואס האקט יעצט אויפן מדינה פול-פורס אן זיך רעכענען מיט בעסיק מענטשליכקייטן, און סיי פאר דער וואס שרייט ימח שמו אויף זיי פארן שרייען ימח שמו אויף זייער קעגנער... ודי בזה.
היוצא מדברינו, די טענער זענען טאקע היציג און נעקסט לעוועל פערזענליך, די לאגיק פארנעפלט. אבער אויב נאר קען מען זיך זעצן ארום א גרויסן טיש, די זייגערס אפגעשטעלט, און שפראך קען ווערן געהערט אין א סטערעאפאניק וועג ענדערש ווי אין מאנאפאניק, וואלט די וועלט געווען אסאך א בעסערע פלאץ.
אבער אויף דעם אליין קען מען זיך טענה'ן, ווי בען שפירא איז פארנומען אז די לינקע מיינען אז די גאנצע וועלט שעירט זייערע בעיסיק וועליוס איבער וואס מ'קען קומען צו פארהאנדלונג, און באמת איז נישטא מיט וועמען צו גיין צום טיש to begin with. פון די אנדערע זייט טענה'ן די חברה אז קיין אנדערע אפציע איז נישטא, און ביאלאגיש איז יעדער יא מחשיב לעבן.. (עס ווערט אביסל נתהפך היוצרות ווי די רעכטע דרייען זיך ארויס פון פארשלאגן א סאלושאן בעת די לינקע שטעלן יא פאר איינס, אנדערש ווי ביי די קאנפליקט זעלבסט, וואו די לינקע קענען נישט געבן קיין סאלושאן ווי אזוי צו דיפענדן מדנ"י אן צו הרג'ענען ציווילע אויפן וועג און די רעכטע זענען זיכער מיט זייער פאזיציע דערין. מ'קען דאס באמת אנקוקן ווי א שטיקל נספח צו די ברייטערע worldviews פון רעכטע און די לינקע, ווי די רעכטע זענען דא פאר דירעקטע תכלית – נישט קויפענדיג קיין ווייטע האפענונגען, און די לינקע פראבירן צו קוקן טיפער און ברייטער – צומאל אויפן פראגמאטישן חשבון.. און די קאנפליקט אליין איז פון די שווערסטע צו זעצן ביידע זייטן ביים טיש מיט אן ענליכע מאס געדולד... וד"ל)
וחוזר חלילה.
עס בלייבט נאר איבער פאר יעדער וואס קען באשטיין צו האלטן זיין קאפ איבערן שטורעם צו הערן ביידע זייטן בנאמנות, זיך פארהערן איבער די אייגענע בייעס, און אפי' נאכן האבן א שטארקע מיינונג נאכאלץ האבן די אויערן אפען פאר די ווייטאג פון די קעגנער.. אן קיין אבער'ס האט מיין מלמד געזאגט, נישטא קיין 1300 טויטע אין א"י אבער עזה.. און ס'נישטא קיין ציווילע טויטע אין עזה אבער... יעדער איז גלייכבארעכטיגט מיט סימפאטיע צו זיין ווייטאג, און צו זיינע מסקנות און די פארצווייגטע סוגיא!
לסיום, וויל איך יא ארויסשטעלן מיינע קארטלעך צום עולם, כדי צו זיין א נאה מקיים..
איך בין פערזענליך אויפגעוואקסן אלס הייסע סאטמארע, אפי' גענויגט צו נטורי קרתא א טראפ, שפעטער בין איך געווארן אויפגעקלערט, האב איך כמובן יא געקענט איינזען אין די תועלת און אין די געדאנק פון א מדינה, למעשה אבער בין איך פארט א שטיקל לינקע אין פאליטישע איינגעלעגענהייטן (מסתבר אלס מיין באקאנטשאפט אין די פסיכאלאגישע פעלד..). וועלכע האבן מיר גראד אין אנפאנג פון די מצב געלייגט אין א שווערע פאזיציע, זיצענדיג צוקוועטשט צווישן 'האמער און נאגל'.. און נאכן אויסהערן און זיך אנליינען א געוואלד די וואך אביסל אויסצוקלארן די בילד, האב איך מיר נאכאלץ געטראפן ביי אלף, די 1300 קרבנות פון מיינע אידישע ברידער זענען שוידערליך, די החלטות פון די מדנ"י גאווערנמענט זענען צו מיר אומטראסטבאר בפרט אין אזאנע הייקעלע עניינים, די געפיל אז מ'דארף עפעס טון שרייט איבער אלעם, און די פאלעסטינע ווייטאגן פון מיינע 'מענטשליכע ברידער' זענען אויך נישט צום איגנארירן...
שוין בין איך דא מיט אן אנאליז פון מיינע מחשבות ארויס, למעשה אבער זע איך אז איך בין יא א טראפ גענויגט צו סימפאטיזירן די פאלעסטינער, לכאו' מכח וואס די צד איז נישט אזוי פאפולער ביי אונז (אפשר אין סאטמאר גאר יא?!) און מיין בייעס שטופט מיר צו זיין יוניק.. אבער איך גיי עס נישט איבערשרייבן לכבוד דעם.. איך קען אבער יא זאגן, אז די אראבישע רעדנער אין די מידיע האבן מיר אסאך מער אויפגערעגט ווי די ישראלישע, ווי נישט ווי האבן זיי נישט קיין שכל... און פאר וועמען עס איז צו קאלט אין אזא הייסע צייט, בעט איך איבער פערזענליך..
נ.ב. איך בעט אנטשולדיגונג אז איך האב נישט גע'רעפרענצט יעדע קאנצעפט און אויב איז עס נישט ארויסגעקומען אזוי קלאר ווי איך וואלט געוואלט, עס איז מיר געווען צו שווער צו טרעפן און געדענקען יעדע מקור און צו מסדר זיין מיין מח נאכן זיך אנליינען און אנהערן אזוי פיל אין דעם איינעם וואך.
אויב איינער ווייסט איבער א רעפערענס וואס איך האב אויסגעלאזט, זאל ער ביטע שיקן אין אישי, איך וועל עס בל"נ לינקען.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלפא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
איך האב נישט אנגיאגט צו פארענטפערן די ערשטע קשיות. (-פארוואס א נאצי אליין איז נישט אזוי שלעכט ווי איינער וואס איז 'אזוי ווי א נאצי'?..), די לינקע תשובה דערויף איז, דאס אז איינער איז מוכן זיך בפירוש אנצורופן אלס נאצי, על אף די געווענליכע רעטאריק וואס ס'קומט מיט דעם, איז דאך שוין מוכח מתוכו די משונה'דיגע דראנג און אמת'ע ווייטאג וועלכע האט געדארפט צופירן צו אזא שפראך, וואס דאס וועט מען סימפאטיזירן (און שוין לאזן די רעכטע דיעלן מיט די נואנסעס...) אנדערש ווי ווען די ראסיזם איז באהאלטן און יענער וואלט זיך באמת אפגעהאלטן דערפון ווען ער פארשטייט די אומריכטיגקייט דערפון.
מ'דארף אבער נאכאלץ זיך קענען אפטיילן פון די אקטן און לשונות אפי' ווען מ'סימפאטיזירט די געפילן. אבער על זה אנו דנים, איינמאל מ'ווערט פארכאפט אין די נואנס שפיל דארף מען שוין זוכן גג על גג'ס ארויסצוקריכן פון די ערשטע פלאנטער וואס פירט שוין אלץ ווייטער און ווייטער...
מ'דארף אבער נאכאלץ זיך קענען אפטיילן פון די אקטן און לשונות אפי' ווען מ'סימפאטיזירט די געפילן. אבער על זה אנו דנים, איינמאל מ'ווערט פארכאפט אין די נואנס שפיל דארף מען שוין זוכן גג על גג'ס ארויסצוקריכן פון די ערשטע פלאנטער וואס פירט שוין אלץ ווייטער און ווייטער...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
זייער שיין.
איך וויל נאר צולייגן נאך א נקודה (וואס מאכט עס נאר נאך מער קאמפליצירט),
אין יאר 1900 איז אין פאלעסטיין געווען אביסל מער פון א האלבע מיליון מענטשן אלעס צוזאמען,
יעצט אין 1945 איז געווען כמעט 1.8 מיליאן, רוב פון די וואוקס איז פון אימיגריעשין.
יעצט אין די צייט וואס די אידן זענען געקומען מיט א טענה אז אונז זענען די אינדידשזענעס נעיטעווס צו די לאנד, און אונז האבן נישט ווי דען צו גיין (הענס אונז קומען צוריק אפנעמען וואס מען האט אונז צוגענומען) און כאטש וואס אונז נעמען אפ אונזערס האט קק״ל באצאלט כסף מלא צו אפקויפן די שטחים,
משא"כ די אראבער דארט וואס האבן נאר געהאט די מעגליכקייט צו קומען צוליב אונזער אינוועסטמענט דארט, זענען געקומען סתם פאר שלעכטיגקייט פון ארומיגע לענדער אונז צו שטערן, יעצט אז דיין רשעות איז נישט געלונגען קענסטו נישט האבן טענות.
יעצט ביי די 1948 מלחמה אין מזרח ירושלים האבן זיי זייער קלאר געוויזן אז זיי וואלטן אונז נישט געלאזט בלייבן וואוינען רואיג אינטער זיי ווען זיי געווינען ווען, ממילא שטיין אונז פאר א דילעמא פון אדער אונז דער זיי.
און אז דו וועסט זאגן זיי זענען אייניקלעך וואס זענען שוין דא געבוירען, די זעלבע איז אמת לגבי די ישראלים.
און בשעת ווען 80 פראצענט ישראלים ווילן לעבן (עכ"פ ביז יעצט) סייד ביי סייד, ווילן די פאלעסטינע "פראם די ריווער טא די סיע, פאלעסטיין וויל בי פרי" און זיי מיינען עס ליטערעל (ווי מען האט יעצט געזען) און זיי זענען מחנך זייערע קליינע קינדער צו דעם.
ממילא איז עס מעגליך ענליך ווי ווען מען זאל קענען אויס'הרג'נען די נאצי פארטיי 1939 (אפאר מיליאן מענטשן אריינגערעכנט קינדער) וואלט עס געווען עטיש?
דרך אגב, די נאציס האבן אויך געהאט געוויסע טענות וואס האט זיך געקענט הערה עטיש 1933 ווי מען נעמט צו זייערע פרנסות וכו'.

- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
די וויכטיגסטע נקודה ארויסצוברענגען ביי די סארט דעבאטעס איז די גרויסע חילוק פון חאמאס מיט מד"י.
חאמאס האט "געטארגעט" צעווילע, זיי האבן לעבעדיגעהייט פארברענט אומשולדיגע משפחות, מענער פרויען און קינדער, אינגע און אלטע. אפגעהאקט קעפ פון קליינע בעיביס, און פארכאפט און געריעפט אומשולדיגע פרויען. און דאס איז נישט נאר פון די לעצטיגע אטאקע, נאר רוב טעראר אטאקעס פון די פארגאנגענע יארן זענען כמעט אלעס געווען אויף צעווילע, די ראקעטן שיסן זיי דאך סתם אויף באוואוינטע ערטער.
ווידערום מד"י "טארגעט" אויף חאמאס טעראריסטן. ליידער איז די פאקט אז די טעראריסטן זענען ארומגענומען מיט צעווילע, אין אסאך פעלער נעמען זיי זיך דווקא ארום מיט צעווילע, זיי שיסן ארויס און באהאלטן זיך אין שפיטעלער אדער באוואוינטע געביידעס, אזוי ארום אז אומשולדיגע מענטשן פאלן קרבנות ווען מד"י ענטפערט צוריק, דאס איז ליידער די קאסט פון מלחמה, אבער דאס איז נאר עפעס וואס קומט מיט.
מען וועט קיינמאל נישט זען אז מד"י זאל זיך פרייען מיט טויטע פאלעסטינע צעווילע, ווידערום חאמאס פייערט אפעציעל די טויט פון אומשולדיגע צעווילע אידן.
אוודאי וועט מען זען "געוויסע" עסטרעמיסטישע אידן וואס פירן זיך אויף ווי חאמאס און וועלן אטאקירן אומשולדיגע פאלעסטינער און זיך פרייען דערמיט, אבער די "אפעציעלע שטעלע" פון די רעגורונג איז דערקעגן, איינער וואס גייט סתם שיסן אראבערס וועט מען אין מד"י ארעסטירן. ווידערום אין עזה וועט "די אפעציעלע אנגענומענע אטאריטעט" באערן און שטיצן מיט געלט א טעראריסט וואס הרג'עט צעווילע אידן רח"ל.
און קורצן.
א. מד"י צילט טעראריסטן, נישט צעווילע. חאמאס צילט להדיא יא צעווילע.
ב. מד"י פריידט זיך נישט מיט צעווילע פאלעסטינער וואס ווערן גע'הרג'עט אין די קראוספייער, חאמאס פריידט זיך יא.
ג. די "אפעציעלע פירערשאפט" (וואס געווענליך טוט דאס ריפלעקטירן רוב פון די דעת הקהל, ווייל זיי וועלן דאך אריין די פירערשאפט) ביי מד"י איז קעגן הרג'ענען דורעקט אומשילדיגע פאלעסטינער, הגם עס זענען יא דא "גרופעס" פון עקסטרעמיסטן. ביי די פאלעסטינער איז די "אפעציעלע פירערשאפט" א טעראר גרופע וואס רוב עולם שטיצט און האט זיי אריינגעוועלט, וואס זיי שטיצן יא די מערדעריי פון אומשילדיגע אידן.
יחי ההבדל הגדול והנורא!

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
וואס זאגט די עולם צו דעי ווידאוי?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ביי די סארט דעבאטע, וועלכע סארט?שמן למאור האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 1:37 am די וויכטיגסטע נקודה ארויסצוברענגען ביי די סארט דעבאטעס איז די גרויסע חילוק פון חאמאס מיט מד"י.
און קורצן.
א. מד"י צילט טעראריסטן, נישט צעווילע. חאמאס צילט להדיא יא צעווילע.
ב. מד"י פריידט זיך נישט מיט צעווילע פאלעסטינער וואס ווערן גע'הרג'עט אין די קראוספייער, חאמאס פריידט זיך יא.
ג. די "אפעציעלע פירערשאפט" (וואס געווענליך טוט דאס ריפלעקטירן רוב פון די דעת הקהל, ווייל זיי וועלן דאך אריין די פירערשאפט) ביי מד"י איז קעגן הרג'ענען דורעקט אומשילדיגע פאלעסטינער, הגם עס זענען יא דא "גרופעס" פון עקסטרעמיסטן. ביי די פאלעסטינער איז די "אפעציעלע פירערשאפט" א טעראר גרופע וואס רוב עולם שטיצט און האט זיי אריינגעוועלט, וואס זיי שטיצן יא די מערדעריי פון אומשילדיגע אידן.
יחי ההבדל הגדול והנורא!
עס איז נישט קיין דעבאטע ריין צווישן מדנ"י און כאמאס.
עס איז א דעבאטע וואס נעמט אריין א ספעקטרום פון צייט, פלאץ, און געדאנקען (נעם נאר די ליסטע מיט וואס איך האב אנגעפאנגען די אשכול).
עס איז א קאנפליקט וואס מדנ"י האט אנגעהויבן לכל הדעות מיטן עסטעבלישן א לאנד אין א פרעמדע טעריטאריע!
צו זיי האבן געמעגט? צו עס איז פרעמד? צו עס איז ממילא געווען א מדבר? צו עס איז געווען פארדעם אזא מושג ווי 'פאלעסטינער פאלק'? צו די UN'ס דעקלעראציע קלארט אויס יעדע צד שכנגד? צו די פאלעסטינער פליטים זענען אנטלאפן מדעתם אדער מ'האט זיי פארשיקט? צו עס איז שוין אריבער גענוג און נאך צייט זינט דאן? זענען אלעס לעגעטימע שאלות, נושאים, און דעבאטעס, וואס מיט נארמאלע מענטשן וואלט שוין פון לאנג געדארפט צופירן צו עפעס א סארט שלום אפמאך..
נאר וואס? מ'האנדלט מיט חיות... נו, וועמענ'ס אחריות איז עס יעצט? איז עס די אחריות פון די בהמות אליין פארן זיין פראי אדם? מעגליך! אבער וואס איז זיכער מעגליך איז אז מדנ"י האט מיאוס אריינגעביסן פאר 75 יאר צוריק, אן קיין וועג אויף צוריק.. (זאגט מיר א ליובאוויטשע היינט אז אין דעם פרט איז די רֶבִּּי געווען מיט סאטמאר אויף איין פעידזש, ווען ער האט זיך אויסגעדרוקט אז ה' אייר איז א שרעקעדיגע טאג פאר כלל ישראל...)
צו היסטאריע מאכט אויס? קען זיין פון אונזער/איין פערספעקטיוו נישט. אבער דאס איז פון וואו אלע פאלעסטינער (+ נטורי קרתא..) קומען! און סתם שרייען העכער גייט קיינעם נישט בארואיגן...
וואס די פאלעסטינער (-שוין דער מיט שכל..) וויל? גייט מיר ווייניג אן. די נקודה איז אז עס ממילא נישטא קיין סאך וואס צו טון פאר ביידע זייטן זענען גלייך אויף גלייך גרייט אויסצוהערן די צווייטע און איינגעבן פון זייער זייט דערצו..
אינעם יעצטיגן קאנפליקט קומען צו זייער אסאך דיימענסיעס (אויסער צו מדנ"י וויל באמת הרג'ענען ציווילע..). פון איין זייט איז דא די רעטאריק צום טעראר אטאקע אליין,
1. צו די דעהומינייזעישאן און האסע וואס כאמאס האט זיך פארדינט כלפי מדנ"י אין די לעצטיגע פאר צענדליגע יארן טוט עכ"פ מינימיזירן די 'ריין שלעכטס' פון די אטאקע חלק? קיינער האלט נישט אז עס איז 'בארעכטיגט' אדער אומשלעכט בשום פנים, עס איז אבער יא דא די צד זיי נישט אנצורופן 'טעראריסטן' פאר דעם איינעם אקט.. (עס איז מער קאמפליצירט ווי דעם - עס גייט אריין אין די נושא צו ראסיזם מיט א גוטע סיבה איז ווייניגער שלעכט ווי ראסיזם אן קיין סיבה (אויב איז דא אזא זאך?!) בכלל, און אין די דעפינאציעס און נואנסן פון די אלע ווערטער בכלליות..) .
2. די אלע וואס קומען ארויס פרא פאלעסטינע, מיינט דאס זיי שטוצן די אטאקע אדער אטאקירער זעלבסט, אדער אז זיי ווילן נאך אזעלכע? אדער נאר אז זיי שטוצן און סימפאטיזירן מיט די אנגייענדע ליידן פון פאלעסטינער? מיינט free palestine טאקע אז אלע אידן דארט זאלן אויסגעראטן ווערן? אפשר שטוצן זיי די קלאפ פאר די מדנ"י שטאלץ אבער נישט די חלק פון די ציווילע אריינגעמישטע (-אזא לומדישע חילוק..) נאר עס איז נישטא די ריכטיגע ווערטער דערפאר?
3. ווען די מידיע באנעבעכט מדנ"י, מיינט דאס אטאמאטיש אז די עזה ליידנדע גייט זיי נישט אן? וואו זענען זיי געווען ביז היינט? מיינט דאס אז זיי איגנארירן די פאטענציאלע סכנה פאר די עזה איינוואוינער דורך די מלחמה? מיינט דאס אז מדנ"י האט יעצט די גרינע ליכט פאר וואס זיי געפעלט צו טון?
4. וואס איז די ראלע פון די מדנ"י גאווערנמענט און אינטעלידזענס דערין? וויפיל האבן זיי פארנאכלעסיגט אז ס'איז אנגעקומען דערצו?
דאן איבער די מלחמה אליין.
איז דאס בארעכטיגט דורך די אטאקע זעלבסט? אויב איז כאמאס פון אייביג אן אזא סכנה (ווי ביבי האט זיך אויסגעדרוקט) פארוואס איז נעכטן נישט געווען גענוג סיבות אריינצוגיין זיי אויסראטן (די שאלה איז אויך געוואנדן צו די מערב וועלט וואס שטוצט די יעצטיגע אינוואזיע מער ווי אן אנדערע צייט..)? איז ביבי / זיין קאאליציע די ריכטיגע קאנדידאט צו מאכן די באשלוסן אין אזא צייט? איז נקמה בארעכטיגט סתם אזוי? וואס גייען זיי טון אפצוהאלטן ציווילע קרבנות? מאכט דאס בעסער די סיטואציע כלפי די משכונות? קען מען בכלל 'אויסראטן כאמאס'? וויאזוי גייט די מלחמה פארזיכערן אז די וויקטימ'ס פון דעם מלחמה זאלן נישט מארגן פארוואנדלט ווערן אין אויפגערעגטע טעראריסטן? וואס איז די אויפטוה אפצושטעלן וואסער סופליי א.ד.ג.? קען מען טעכניש עוועקואירן שפיטעלער און אנדערע זאנעס פון ציווילע, גענוג שנעל? א.א.וו.
דאן מער כליות'דיגע שאלות.
וואס קען מען בכלל טון מיט חיות, און איז בכלל דא א וועג זיי צו ציוויליזירן אין די לאנג ראן? איז שלום/א צוויי שטאטן לעזונג אן אפציע? איז אנטי ציוניזם אנטי סעמיטיזם (וואס טוט זיך מיט סאטמאר, אדער דיירעקטע געליטענע אראבער)? מוז יעדער איד שטוצן ISRAEL, און/אדער האלטן אז עס טוט עפעס אויף? פארוואס זענען טעראריסטן כמעט אייביג אראבער, האט עס מיט זייער גלויבונג? וכו' וכו'..
כמעט אין יעדע שמועס, דעבאטע, אדער אינטערוויו איבער די יעצטיגן מצב גייט ארויפקומען מערערע פון די נושאים ביודעים ובלא יודעים, און די הונטערליגענדע עטיטוד איז נארמאל געוואנדן אין די ברייטערע בליק איבער די כלל פון די שאלות..
די יוניקנעסס פון די מצב כעת איז, סיי מצד דאס אז די וועלט פארשטייט אז יעצט איז די צייט פאר מדנ"י איינמאל פאר אלעמאל צו פארטיגן די דזשאב.. אבער בו בזמן איז עס זייער קאמפליצירט סיי די עצם מיסיע און דאס מאקסימום באשיצונג פון ציווילע, און סיי מצד די בעקגראונד צו דעם מערכה אין וואס מדנ"י האט א גרויסע חלק נישט קיין חילוק ווי ווייט מ'זאל זיי למעשה באשילדיגן אדער האלטן אחראי..
אין אנדערע ווערטער, זיי דארפן טון וואס זיי האבן צו טון, אבער די שמועסן ארום דארפן אפגעהאלטן ווערן, און עס איז וויכטיג סיי פאר די אויסקוק אינעם ראיאן אויפן לאנגן טערמין און סיי צו שטעלן די מאראל-גראונד פאר צוקונפטיגע הוה אמינא'ס צו באזעצן אזעלכע שטחים ווי מדנ"י וכדו'... עס איז א פערפעקטע דזשאנקשאן פאר די מערב וועלט פאליטיקאנטן, סאציאלאגיסטן, און אנאליסטן, צו זען/הערן/באטראכטן די סיטואציע פון אלע זייטן און קומען צו קלוגערע הנחות בעתיד...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נאכן האבן געלערנט אין א״י און האבן באזוכט חברון אפאר מאל, איז מיין תגובה אזוי:
עס איז דא עפעס אמת אין דעם אז עס ווערט געטוהן אומרעכטן פאר די אראבער, אבער די ווידיאו איז אזוי איינזייטיג און דאמאגאגיש ארויסגעברענגט אז מען קען שוין גארנישט אננעמען, אפאר דוגמאות חברון איז געווארן איינגענומען תשכ״ז 57 יאר צוריק, די אידישע יושב האט זיך תיכף מחדש געווען, זי לייגט אראפ ווי מען האט זיי תיכף אינטערדריקט, למעשה ווען זי פרעגט די פרוי ווי לאנג קענסטו נישט ארויס גיין נארמאל? ענטפערט זי 25 יאר, אויב וואלט מען זיי אונטערדריקט תיכף וואלט עס געדארפט זיין איבער 50. אלא מאי אנהייב האט מען זיי געלאזט לעבן. די אלע רעסטריקשנס האט זיך אנגעהויבן נאך די אינטיפאדע 25 יאר צוריק, איז נאך וואס דו גייסט ארום שטעכן יעדעם, קענסטו נישט קומען ווי קאזאק הנגזל וויינען מען אינטער דריקט מיר.
ברוך גאלדשטיין איז אפגעפרעגט ביי 99.9 ישראלים (כאטש וואס אליבא דאמת אז מען גייט אריין אין די פרטים פון די מעשה קען מען אים פארענטפערן, עכ״פ לשיטתו אבל אכמ״ל) און זי ברענגט עס אלס א ראיה, משא״כ אין קאנטעקסט יאסור אראפאט מיט נאך א לאנגע ליסט פון טעראריסטן זענען ביי זיי העלדן ביי איבער 90%.
זי דערמאנט דארט אז מען האט זיי צוגענומען הייזער מיט א תירוץ פון תרפ״ט, און געט עס אזא שלינג איין כאילו דאס איז נאך א עולה קעגן זיי. למעשה יעדע הויז וואס מען נעמט צו דארף מען אויפווייזן אז עס איז געווען א אידישע הויז וואס איז געגנבט געווארן ביי די מאורעות, אנדערש לאזט נישט בג״ץ עס נעמען, און גראד איז דא א גאנצע גאס פון הייזער וואס האט באלאנגט פאר איינער פון די כוללים וואס בג״ץ לאזט נאכנישט צוריק נעמען (איך בין נישט גענוג אויסגעקאכט אין די פרטים, צו עס פעלן ראיות/דאקעמענטן צו עפעס אנדערש) עכ״פ די הייזער וואס מען האט יא צוגענומען איז נאכן אויפווייזן כשמלה, אז דאס זענען הייזער וואס ענק רוצחים האבן געהרגט די בעל הבתים אין נאכדעם מקיים געווען הרצחת וגם ירשת בהידור. און יעצט ס״ה קומט מען עס אפנעמען ווי ווייט מען קען. און אויב עפעס איז עס נאר א זאך קעגען ענק.
דאס איז נאר אפאר דוגמאות, אבער אזוי לויפט די גאנצע ווידיאו, און טאקע אזעלכע ווידיאוס ווי זיי וויינען קאזאק הנגזל האט מיר געמאכט פארלירן די לעצטע ביסל קאמפעשען צו זיי פאר די עוולות וואס מען טוט זיי לכאורה יא.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
שמואל בנימין הערריס קומט אריין קלאר:
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
@nanach: איך ווייס נישט וועגן די נעבעכדיגע מוסולמענער אין חברון, אבער מיין משפחה האט נאכנישט צוריקבאקומען זייערע הייזער אין מזרח ירושלים וואס זיי האבן פארלוירן אין תש"ח. מיין משפחה וואוינט שוין אין "פאלעסטינע" נאך פאר די אלע "פאלעסטינער" האבן זיך אהין אנגערוקט, וואו זענען זייערע רעכטן? פארוואס טארן זיי נישט וואוינען אין חברון אדער עזה אן זיך מסכן זיין זייער לעבן? ס'גארנישט, די מוסולמענע פאלעסטינער (זיך נישט צומישן מיט די אידישע פאלעסטינער, א שטייגער ווי מיין משפחה) האבן א געלונגענעם PR מאשין, נירנבערג האט אונז שוין באוויזן אז אלעס ווענדט זיך אין PR. קענסט אויסקוילן און פארגאזן 19 מילליאן מענטשן און אנדרייען א מלחמה וואס זאל מאנען די לעבנס פון 50 מילליאן אנדערע, אבער אז דו האסט א געלונענעם PR מאשין וועט מען דיך באווארפן מיט רויזן. דאס איז אונזער עולם השקר, אין מה לעשות.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
- האט שוין געלייקט: 1104 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
דאס איז פון וואס איך האב גערעדט אז צו צוריק באקומען א דירה דארף מען אויפווייזן 1000 פראצענט אז עס איז געווען דיינס רון עס איז געגנב׳ט געווארן מיט רציחה, אויב איז נאר דא א צל ספק אז נישט, קען מען עס נישט צוריק באקומען.ברוך שפינוזה האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 7:27 pm @nanach: איך ווייס נישט וועגן די נעבעכדיגע מוסולמענער אין חברון, אבער מיין משפחה האט נאכנישט צוריקבאקומען זייערע הייזער אין מזרח ירושלים וואס זיי האבן פארלוירן אין תש"ח. מיין משפחה וואוינט שוין אין "פאלעסטינע" נאך פאר די אלע "פאלעסטינער" האבן זיך אהין אנגערוקט, וואו זענען זייערע רעכטן? פארוואס טארן זיי נישט וואוינען אין חברון אדער עזה אן זיך מסכן זיין זייער לעבן? ס'גארנישט, די מוסולמענע פאלעסטינער (זיך נישט צומישן מיט די אידישע פאלעסטינער, א שטייגער ווי מיין משפחה) האבן א געלונגענעם PR מאשין, נירנבערג האט אונז שוין באוויזן אז אלעס ווענדט זיך אין PR. קענסט אויסקוילן און פארגאזן 19 מילליאן מענטשן און אנדרייען א מלחמה וואס זאל מאנען די לעבנס פון 50 מילליאן אנדערע, אבער אז דו האסט א געלונענעם PR מאשין וועט מען דיך באווארפן מיט רויזן. דאס איז אונזער עולם השקר, אין מה לעשות.
דרך אגב ענקער משפחה האט בכלל פרובירט עס צו צוריק באקומען?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Nanach, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
נישט וואס איך ווייס. און די אידישע הייזער אין פוילן און אוקראינע האט מען דען יא צוריקבאקומען? און די אידישע נכסים וואס די אראבישע מדינות האבן קאנפיסקירט דורכאויס די ערשטע 20 יאר נאך די הקמת המדינה האט מען דען צוריקבאקומען? ס'דאך איין גרויסע PR דשאוק. און אז אין אזא לאנד ווי סאודי-אראביען קען זיין אזא געזעץ אז נאר א מוסולמענער קען ווערן א בירגער האט מען נאכנישט געקענט צאמקראצן א מנין פראטעסטירער דערקעגן? מ'דארף זיין א געשוואלענעם לץ זיך איינצורעדן אז איינער מיינט עס ערנסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוך שפינוזה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
דעי זכר איז שארף...
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אלפא, בנוגע די פראגע וועגן היסטאריע. קלאר אז די ישראלים האבן געטון אן אומרעכט מיטן פארכאפן א לאנד און ארויסטרייבן פאלעסטינער פון זייערע הייזער, אבער דאס איז געשען איבער 75 יאר צוריק, לדעתי איז עס גענצליך נישט רעלעוואנט.
ווי האט ביל מאהער גוט געזאגט, די קאנעטיקעט טשעפטער האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט, no peace on stolen land... געשריבן פון... "די אקופירטע קאנעטיקעט"...
אלעס איז אקופירט די גאנצע וועלט איז אקופירט... אפשר דארפן די מוסלאמענער צוריקגעבן א"י פאר די אידן, ווייל די רוימער האבן עס גע'גנב'עט פון זיי?
מדינת ישראל גייט נישט ווערן אויס, נישט קיין נפק"מ וויפיל אומרעכן די עלטע זיידעס פון די היינטיגע ישראלים האבן געטון. יעצט רוק זיך ווייטער און זע ווער איז "היינט" מאראליש העכער, אויף דעם דארף מען פאוקוסן.
ווי האט ביל מאהער גוט געזאגט, די קאנעטיקעט טשעפטער האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט, no peace on stolen land... געשריבן פון... "די אקופירטע קאנעטיקעט"...
אלעס איז אקופירט די גאנצע וועלט איז אקופירט... אפשר דארפן די מוסלאמענער צוריקגעבן א"י פאר די אידן, ווייל די רוימער האבן עס גע'גנב'עט פון זיי?
מדינת ישראל גייט נישט ווערן אויס, נישט קיין נפק"מ וויפיל אומרעכן די עלטע זיידעס פון די היינטיגע ישראלים האבן געטון. יעצט רוק זיך ווייטער און זע ווער איז "היינט" מאראליש העכער, אויף דעם דארף מען פאוקוסן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ער איז שארף, אבער קומט אריין גאנץ שיף. ער איז א באקאנטע דעמאגאג, אויך ווען ער "דעבאטירט" רעליגיע.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
דאס טאקע האב איך אויסגעשלאסן אין די שורותשמן למאור האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 17, 2023 12:40 am אלפא, בנוגע די פראגע וועגן היסטאריע. קלאר אז די ישראלים האבן געטון אן אומרעכט מיטן פארכאפן א לאנד און ארויסטרייבן פאלעסטינער פון זייערע הייזער, אבער דאס איז געשען איבער 75 יאר צוריק, לדעתי איז עס גענצליך נישט רעלעוואנט.
ווי האט ביל מאהער גוט געזאגט, די קאנעטיקעט טשעפטער האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט, no peace on stolen land... געשריבן פון... "די אקופירטע קאנעטיקעט"...
אלעס איז אקופירט די גאנצע וועלט איז אקופירט... אפשר דארפן די מוסלאמענער צוריקגעבן א"י פאר די אידן, ווייל די רוימער האבן עס גע'גנב'עט פון זיי?
מדינת ישראל גייט נישט ווערן אויס, נישט קיין נפק"מ וויפיל אומרעכן די עלטע זיידעס פון די היינטיגע ישראלים האבן געטון. יעצט רוק זיך ווייטער און זע ווער איז "היינט" מאראליש העכער, אויף דעם דארף מען פאוקוסן.
און לגבי דאס:אלפא האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 16, 2023 11:35 am
צו היסטאריע מאכט אויס? קען זיין פון אונזער/איין פערספעקטיוו נישט. אבער דאס איז פון וואו אלע פאלעסטינער (+ נטורי קרתא..) קומען! און סתם שרייען העכער גייט קיינעם נישט בארואיגן...
וואס די פאלעסטינער (-שוין דער מיט שכל..) וויל? גייט מיר ווייניג אן. די נקודה איז אז עס ממילא נישטא קיין סאך וואס צו טון פאר ביידע זייטן זענען גלייך אויף גלייך גרייט אויסצוהערן די צווייטע און איינגעבן פון זייער זייט דערצו..
דא קומט אריין @שמן למאור'ס פריערדיגע חילוק צווישן חאמאס און מדנ"י, די זעלבע שמועסט אויס Sam Harris אין די ווידעא וואס @ברוך שפינוזה האט צוגע'לינק'ט - און ווי אזוי יעדע רעכט דענקער פארשטייט די כלליות'דיגע חילוק פון די evil פון חאמאס ווס די אפאראציעס פון מדנ"י וואו גראדע קאסט עס ליידער אויך ציווילע.. (עס קען פארט זיין אז פאר בען שפירא קומט זיך פעטש פארן זיין אזוי אנגעהיצט נאר צו איין זייט אויף א פאליטישן לעוועל..)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
ס'קומט זיך נישט קיין פעטש פאר בען, ער איז א איד און נאטורליך נעמט ער זיך אן פאר "זיינע מענטשן"
כ'האב גראדע מורא געהאט אז בען וועט אריינקומען שוואך, ווי ער קומט אסאך מאל אריין, אבער ביי די יעצטיגע קריג קומט ער אריין זייער שטארק, עכ"פ וויפיל כ'האב געהערט פון אים.
כ'האב גראדע מורא געהאט אז בען וועט אריינקומען שוואך, ווי ער קומט אסאך מאל אריין, אבער ביי די יעצטיגע קריג קומט ער אריין זייער שטארק, עכ"פ וויפיל כ'האב געהערט פון אים.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
אויב גייט מען צוריק ביז'ן אנפאנג דארף מען צוריקגעבן ארץ ישראל פאר די כנענים און טראנספארטירן די אידן קיין ארם נהריים אין עיראק, די שאלה איז נאר צו אויף דעם וועלן די מוסולמענער יא מסכים זיין, אדער איז עס א קין והבל סארט טענה פון פרח באויר. ווי אויך דארף מען צוריקגעבן אמעריקע פאר די רויטע אינדיאנער און צוריקשיקן די אמעריקאנער קיין אייראפע, די שווארצע קיין אפריקע. הגם באמת לויט די היסטאריקער שטאמען מיר אלא האמא-סעפיענס פון אפריקע, בלייבט נאר איבער צו טרעפן דעם פונקטליכן דערפל וואו דער ערשטער האמא-סעפיען איז געבוירן און אהינשיקן אלע 8 בילליאן מענטשן און לאזן די איבעריגע וועלט ליידיג.שמן למאור האט געשריבן: אלעס איז אקופירט די גאנצע וועלט איז אקופירט... אפשר דארפן די מוסלאמענער צוריקגעבן א"י פאר די אידן, ווייל די רוימער האבן עס גע'גנב'עט פון זיי?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
איזראעלי פרעספעקטיוו איבער די קאנפליקט. כ'מיין אז ער קומט אריין קלאר (חוץ די אומאנגענעמע איזראלי אקצענט...)
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
קומט אריין זייער שטומפיג, איך ווארט צו הערן פין א אראבישע פערספעקטיוו איינער זאל רעדן צום זאך אבער אן קיין סוקסעס.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
סאיז יעצט געפאלן א באמבע אויף א שפיטאל אין עזה 500 טויטע
ליבי אומר לי
The war is over
ליבי אומר לי
The war is over
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 79
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
טייל באריכטען זאגן עס איז געוועהן א אומגעלונגענע כאמאס מיסל
- אלפא
- שריפטשטעלער
- הודעות: 836
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
- האט שוין געלייקט: 3900 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל
Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.
פריער אין טאג האבן זיי עפעס פארוואסערט די גאנצע ערד אינוואזיע מיטן זאגו אז עס איז נישט באשטעטיגט אז מ'גייט אריין גיין בכלל..
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/93126