די ערשטע מאל זייט וואס איך האלט מיט די איזראעלי נייעס איז חאמאס ארויסגעקומען זאגן אז זיי האבן נישט געהייסן הרגנן ציווילע, ביז היינט פלעגן זיי אייביג נעמן קרעדיט אויף טעראר אראקעס קעגן ציווילע, און די סיבה דערפאר איז לכאורה פשוט וויבאלד קיינמאל פריער איז די ליבעראלע וועלט נישט ארויסגעקומען קעגן זיי,שמן למאור האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:03 pmכאילו די רוצחים הרג'ענען יעצט מער וועגן זיי האבן א איד וואס שטיצט זיי?יהורם האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:38 am ישראל דוד ווייס איז נישט אויפגעוואקסן פרום. זיין טאטע איז געווען א גרויסער מיליאנער און האט אים איבערגעלאזט א גרויסע ירושה מיט א ביזנעס וואס ווערט געפירט דורך זיינע ברידער. ער רייזט ארום צו אראבישע לענדער און שטיצט טעראר אין די עפנטליכקייט, האט זיך שוין געטראפן מיט די גרעסטע טעראריסטן פון כאמאס, איסלאמיק דזשיהאד און נאך.
א געפארפולער מאן.
עס איז קלאר אז דעי בעקיפין'דיגע סופארט וואס זיי באקומען פון די וועלט איז גורם אז אידיש בלוט זאל זיך גיסן, און די נטורי קרתא און נטרונא סופארט איז אויך א חלק פון דעם,
פארשטייט זיך אז מען קען טענה'ן לאידך גיסא, אז מען ווייזט מיט דעם אז נישט אלע אידן האבן זיי פיינט און אז געוויסע אידן פארשטייען זייער ווייטאג אז זיי וואינען אין פליטים לאגערן, אבער פארוואס איז עס א סתירה פאר נטרונא'ס מעסעדזש צו פארדאמען די רציחות בכל התוקף? פארוואס קען מען נישט זאגן עפעס אזוי ווי "אונז זעמיר קעגן דעי occupation און אונז זעמיר נישט מסכים מיט די קריימס וואס די איזרעלי גאווערמענט טוט קעגן ענק, אבער הרגנן ציווילע איז אויסדריקלך נישט די וועג" וכו' וכו' דעי שתיקה כהודאה האט נישט קיין שום תירוץ בעולם...
אויסער דעם וואס די סיבה צו די אראבער'ס כעס איז נישט דאס אז זיי מיינען אז די "אידישע פאלק" האט זיי פיינט, אז זיי זאלן זיך בארואיגן ווען זיי הערן אז עס איז נישט די אידישע פאלק נאר די ציונים, זיי האבן פיינט דעי וואס איז זייערע אויגן האבן צוגענומען זייער לאנד, עס גייט זיי נישט אן צו דעיס איז דעי גאנצע אידישע פאלק צו נאר א פראקציע, דאס איז וואס נטרונא שרייט אז מיט דעם ראטעווען אידן איבער די וועלט פון טעראר, איז אויך שטותים, די גאנצע סכנה פון אראבישע טעראר איז סייווי כמעט נאר אין א"י, ווי דארט איז סייוויי יעדער א טארגעט...