ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך בעל אחריות »

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 2:03 pm
יהורם האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:38 am ישראל דוד ווייס איז נישט אויפגעוואקסן פרום. זיין טאטע איז געווען א גרויסער מיליאנער און האט אים איבערגעלאזט א גרויסע ירושה מיט א ביזנעס וואס ווערט געפירט דורך זיינע ברידער. ער רייזט ארום צו אראבישע לענדער און שטיצט טעראר אין די עפנטליכקייט, האט זיך שוין געטראפן מיט די גרעסטע טעראריסטן פון כאמאס, איסלאמיק דזשיהאד און נאך.

א געפארפולער מאן.
כאילו די רוצחים הרג'ענען יעצט מער וועגן זיי האבן א איד וואס שטיצט זיי?
די ערשטע מאל זייט וואס איך האלט מיט די איזראעלי נייעס איז חאמאס ארויסגעקומען זאגן אז זיי האבן נישט געהייסן הרגנן ציווילע, ביז היינט פלעגן זיי אייביג נעמן קרעדיט אויף טעראר אראקעס קעגן ציווילע, און די סיבה דערפאר איז לכאורה פשוט וויבאלד קיינמאל פריער איז די ליבעראלע וועלט נישט ארויסגעקומען קעגן זיי,

עס איז קלאר אז דעי בעקיפין'דיגע סופארט וואס זיי באקומען פון די וועלט איז גורם אז אידיש בלוט זאל זיך גיסן, און די נטורי קרתא און נטרונא סופארט איז אויך א חלק פון דעם,

פארשטייט זיך אז מען קען טענה'ן לאידך גיסא, אז מען ווייזט מיט דעם אז נישט אלע אידן האבן זיי פיינט און אז געוויסע אידן פארשטייען זייער ווייטאג אז זיי וואינען אין פליטים לאגערן, אבער פארוואס איז עס א סתירה פאר נטרונא'ס מעסעדזש צו פארדאמען די רציחות בכל התוקף? פארוואס קען מען נישט זאגן עפעס אזוי ווי "אונז זעמיר קעגן דעי occupation און אונז זעמיר נישט מסכים מיט די קריימס וואס די איזרעלי גאווערמענט טוט קעגן ענק, אבער הרגנן ציווילע איז אויסדריקלך נישט די וועג" וכו' וכו' דעי שתיקה כהודאה האט נישט קיין שום תירוץ בעולם...

אויסער דעם וואס די סיבה צו די אראבער'ס כעס איז נישט דאס אז זיי מיינען אז די "אידישע פאלק" האט זיי פיינט, אז זיי זאלן זיך בארואיגן ווען זיי הערן אז עס איז נישט די אידישע פאלק נאר די ציונים, זיי האבן פיינט דעי וואס איז זייערע אויגן האבן צוגענומען זייער לאנד, עס גייט זיי נישט אן צו דעיס איז דעי גאנצע אידישע פאלק צו נאר א פראקציע, דאס איז וואס נטרונא שרייט אז מיט דעם ראטעווען אידן איבער די וועלט פון טעראר, איז אויך שטותים, די גאנצע סכנה פון אראבישע טעראר איז סייווי כמעט נאר אין א"י, ווי דארט איז סייוויי יעדער א טארגעט...
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 10:00 pm נא-נאך: זיי שעמען זיך יא. איינער פון זיינע ברודערס. א בעל בתיש'ער איד וועלכער האט חתונה געהאט (בזוו"ש) און ער פיהרט א ביזנעס. ציטערט ווען מ'דערמאנט נאר זיין (פאררוקטן) ברודער'ס נאמען.
וואסערע סארט מענטש איז זיין ברודער? איז ער אינגאנצן סעקולאר? מאדערן? ערגעץ אינצווישן?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שפינוזה: ער איז א חסיד'ישער איד וואס גייט שבת מיט א שטריימל און בעקישע. זייער בעל בת'יש.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

שמן למאור האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 15, 2023 11:17 am קוק אביסל אין די קאמענטס פון די ערשטע אינטערוויו, די אראבערס גייען גאגא פאר אים. די חלק פון גיין צוזאמען מיט בלוטדארשטיגע אראבערס איז זיכער נישט קיין גערעכטע זאך, אבער דאס איז קלאר אז ער בארואיגט אסאך אראבערס מיט זיין הסברה. דער סאטמאר רב האט אויך שטארק געהאלטן פון הסברה, דאכצעך אז נטרונא איז יא געגרינדערט געווארן דורך אים, אדער מיט זיין שטיצע (אפשר האב איך א טעות).
אבער מיר דאכצעך אז דאס פעלט אויך אויס אויפן וועלט, א קליינע גרופע פון משגעים וואס זאלן ווייזן פאר די אראבערס אז "נישט אלע" אידן זענען פרא די מדינה.

לא חרבה ירושלים אלא בשביל שחינפו לרוצחיהם.

די אידיאטישע איינרעדעניש אז דאס זיך פונאנדערשיידן פון די מדינה/ציונות העלפט בארואיגן די וועלט קעגן אידן איז נאריש און מסוכן.

איז די ידיעה אז א הייפעלע אידן אין וויליאמסבורג שטייען נישט מיט די מדינה גענוג סיבה פאר א שונא נישט צו אטאקירן די וואס זענען יא אין די מדינה? אדער איז מער מסתבר אז דאס טוט בארואיגן זיין געוויסן צו אנהאלטן מיט זיינע מעשים וויבאלט עס זענען אפילו דא געוויסע אידן (עכטע...) וואס זענען אויף זיין זייט?
איז די ידיעה אז א הייפעלע אידן אין וויליאמסבורג שטייען נישט מיט די מדינה גענוג סיבה פאר א שונא נישט צו אטאקירן כאטש די הייפעלע אידן? ווייל פארשטייט זיך פון היינט אהן וועט ער זיך נאכפרעגן און זיכער מאכן אז ער אטאקירט בלויז בעלזע און נישט סאטמארע?... און לאמיר זאגן אז יא, דאן איז דאס בארעכטיגט צו ווארפן די איבעריגע חלק כלל ישראל אונטערן באס?

און דער עיקר: די נידון איז נישט איבער פרא אדער אנטי מדינה. עס איז איבער פרא אדער אנטי פאלעסטינער. דיין 'הסברה' אז מען מעג אדער נישט בויען א מדינה אינטערעסירט נישט קיינעם. פאר זיי אינטערעסירט אז עס זענען דא אידן וואס זענען פרא פאלעסטינער, און מיט דעם פרא די מעשים וואס זיי טוען. און קום מיר נישט דא מיט קיין פאלעסטינער זענען יא אדער נישט חמאס פילוסופיעס, ווייל פאר די רוצחים איז דאס נישט קיין חילוק.

די חברה שטייען מיט טאוולען און פארדאמען די 'גרויזאמע' פעולות פון די אידן קעגן פאלעסטינער. וואספארא מעסידזש גיבט דאס פאר די רוצחים?
ווער ווייסט וויפיל אידיש בלוט איז שוין פארגאסן געווארן דורך זיי.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

berlbalaguleh האט געשריבן: ברוך שפינוזה: ער איז א חסיד'ישער איד וואס גייט שבת מיט א שטריימל און בעקישע. זייער בעל בת'יש.
האט זיין ברודער אויך אזא גוטן ענגליש? אויב יא ווי קומט עס צו זיי?
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך berlbalaguleh »

זיי זענען אויפגעוואקסן נישט רעליגיעז, ערגעץ אין די מידוועסט.

וויאזוי דער קרימינאלער משוגע'נער (י.ד.) האט זיך דערקייקלט צו די נטורי חרתא (מלשון חר"א) ווייס איך נישט. אבער די גאנצע נטורי חרתא באשטייט . דאך מערסטנס פון בעלי תשובה. ס'איז נישט דא קיין איין גדול בישראל וועלכער שטייט מיט זיי און זייער פארקרומטע אידעאלאגיע.

מיין אנטשולדיגונג פאר די פילע טויזנטער ערליכע און וואוילע אידן בעלי תשובה. ס'זענען נאר דא א פאר צודרייטע נפשות וועלכע באשמירן דעם גאנצן ציבור.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

berlbalaguleh האט געשריבן: זיי זענען אויפגעוואקסן נישט רעליגיעז, ערגעץ אין די מידוועסט.
הייסט עס אז זיי זענען פארפרומט געווארן צוזאמען?

דאס אז די נטורי קרתא מיט די אנדערע כולערעס באשטייען פון בעלי תשובה איז דאך נישט קיין נייעס, משה הירש איז געוועהן אן אמעריקאנער בויטשיק, דהן דער הומו א בעל תשובה וואס האט פריער געהאט געהייראט א קאטוילישע פרוי, רות בלוי א פראנצויזישע גיורת, אויפ'ן מאנטערווידעא'ן ווייסט מען דאך וואס דער ברך האט געזאגט. אויף דעם שטייט דאך שוין קשים גרים לישראל כספחת.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שפינוזה: לאמיר רעדן א ביסל בשבחו פון הרה"ק ר' יעקב ישראל דיהן זצוקללה"ה (הא-הא).

אויסער וואס ער האט בזיווג ראשון חתונה געהאט צו א קאטוילישע פרוי האט ער אויך געשריבן פארשידענע ארטיקלען פאר א האלענדישע צייטונג. איין אזא ארטיקל איז געווען פאעטרי. נאר ס'איז געווען פון דעם עראטישן מין. די (גוי'אישע) צייטונג האט עס טאקע צוריקגעוויזן. אין ארץ ישראל האט ער געהאט אן אראבישן יוגנטליכן אלס זיין "בן זוג". נאכדעים איז ער מיר געווארן א "קדוש" און יענער איז געווען א שייגעץ און א ציוני.

די רעבעצין בלוי זכותה יגון עלינו איז דאך אויך באוואוסט אלס הייליגע פרוי (כמעט אזוי הייליג ווי מאדהער טערעסא עליה השאלאכץ).

זי איז בראשית דרכה (נאך פאר זי האט געקידנעפט יאסעלע שוכמכר) געווען א קאבארעט טאנצערין. צווישן איין טאנץ און דעם צווייטן האט זי געזאגט תהלים און פרקי שירה. שפעטער ווען זי האט חתונה געהאט צו ר' עמרם בלוי האט זיך גאנץ מאה שערים געשטעלט אויף די פיס. א יעדער האט געהאלטן אז זי איז א "פלענט" (שפיאן) פאר די שב"כ. דער סאטמאר'ע רב זי"ע האט גע'עצה'ט אז למען השלום זאללן די "יונגע קאפל" אוועקמופן פון מאה שערים, צייטווייליג. עד יעבור זעם.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

ס'איז לאן דווקא ער האט א גוטע ענגליש ווען ער זאל רעדן פון אנדערע טאפיקס. ער איז ארויסגעקאכט אין די טאפיקס אין ער ניצט די זעלבע ווערטער כאיסטרא בליגינא.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
Schmoozer
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 5:10 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך Schmoozer »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 8:09 pm
לא חרבה ירושלים אלא בשביל שחינפו לרוצחיהם.
דאס איז אן אייגענע מאמר חז״ל?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך berlbalaguleh »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן: די אידיאטישע איינרעדעניש אז דאס זיך פונאנדערשיידן פון די מדינה/ציונות העלפט בארואיגן די וועלט קעגן אידן איז נאריש און מסוכן.

איז די ידיעה אז א הייפעלע אידן אין וויליאמסבורג שטייען נישט מיט די מדינה גענוג סיבה פאר א שונא נישט צו אטאקירן די וואס זענען יא אין די מדינה? אדער איז מער מסתבר אז דאס טוט בארואיגן זיין געוויסן צו אנהאלטן מיט זיינע מעשים וויבאלט עס זענען אפילו דא געוויסע אידן (עכטע...) וואס זענען אויף זיין זייט?
איז די ידיעה אז א הייפעלע אידן אין וויליאמסבורג שטייען נישט מיט די מדינה גענוג סיבה פאר א שונא נישט צו אטאקירן כאטש די הייפעלע אידן? ווייל פארשטייט זיך פון היינט אהן וועט ער זיך נאכפרעגן און זיכער מאכן אז ער אטאקירט בלויז בעלזע און נישט סאטמארע?... און לאמיר זאגן אז יא, דאן איז דאס בארעכטיגט צו ווארפן די איבעריגע חלק כלל ישראל אונטערן באס?

און דער עיקר: די נידון איז נישט איבער פרא אדער אנטי מדינה. עס איז איבער פרא אדער אנטי פאלעסטינער. דיין 'הסברה' אז מען מעג אדער נישט בויען א מדינה אינטערעסירט נישט קיינעם. פאר זיי אינטערעסירט אז עס זענען דא אידן וואס זענען פרא פאלעסטינער, און מיט דעם פרא די מעשים וואס זיי טוען. און קום מיר נישט דא מיט קיין פאלעסטינער זענען יא אדער נישט חמאס פילוסופיעס, ווייל פאר די רוצחים איז דאס נישט קיין חילוק.

די חברה שטייען מיט טאוולען און פארדאמען די 'גרויזאמע' פעולות פון די אידן קעגן פאלעסטינער. וואספארא מעסידזש גיבט דאס פאר די רוצחים?
ווער ווייסט וויפיל אידיש בלוט איז שוין פארגאסן געווארן דורך זיי.

פונדאמענטאל: איך האב געטשאלענדזשט (און איך טשאלענדזש נאכאלץ) נישט נאר די בהמות די נטורי חרתא נאר די מער בעל בת'ישע אידן פון לאנדאן און ניו יארק ביי וועמען די רעקעטיערס וועלכע זענען אויפגעקומען מיט דעם געדאנק פון מאכן א "נטרונא" ארגאניזאציע, אויב זייער גאנצע פראפאגאנדע און טומל האט שוין געראטעוועט דאס לעבן פון איין איד. צי איז שוין געווען אפילו איין פאל וואו די אראבישע אדער אנדערע רוצחים האבן געזאגט אז זיי טשעפען נישט א איד ווייל ער איז נישט קיין ציוני...!

פארקערט איז שוין יא געווען, ביי די מעשה פון ענטעבבע (אוגאנדא) ווען די אראבישע און דייטשע רוצחים האבן געהיידזשעקט א פלעין פול מיט (מערסטנס) אידן, און אויך א פאר גויים.

זיי האבן אויסגערופן אז א יעדער זאל געבן זייער פאספארט. די גויים האבן זיי באלד באפרייט, און די אידן האבן זיי געהייסן שטיין אין א באזונדערע ליין. זיי האבן געשריגן אז אלע ציוניס'טן זאלן זיך שטעלן אין די ליין, איז דארט געווען א געוויסער מר. פריעד וועלכער איז אן עסטרייכישער בירגער ער וואוינט אין וויען אויך איז ער א סאטמאר'ער חסיד. ער האט זיך גענומען טענה'ן מיט די טעראריסטן און געזאגט אז ער איז אן עסטרייכישער בירגער, נישט קיין איזראעלי. אויך איז ער א סאטמאר'ער חסיד און זיכער נישט קיין ציוני. דער דייטשער מערדער האט איהם אנגעשריגן און געזאגט... "זשיד, שטעל דיך אין די ליין מיט די אנדערע זשידעס"...!
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

Schmoozer האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 1:00 pm
פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 8:09 pm
לא חרבה ירושלים אלא בשביל שחינפו לרוצחיהם.
דאס איז אן אייגענע מאמר חז״ל?
יא.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

berlbalaguleh האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 2:26 pm
פונדאמענטאל: איך האב געטשאלענדזשט (און איך טשאלענדזש נאכאלץ) נישט נאר די בהמות די נטורי חרתא נאר די מער בעל בת'ישע אידן פון לאנדאן און ניו יארק ביי וועמען די רעקעטיערס וועלכע זענען אויפגעקומען מיט דעם געדאנק פון מאכן א "נטרונא" ארגאניזאציע, אויב זייער גאנצע פראפאגאנדע און טומל האט שוין געראטעוועט דאס לעבן פון איין איד. צי איז שוין געווען אפילו איין פאל וואו די אראבישע אדער אנדערע רוצחים האבן געזאגט אז זיי טשעפען נישט א איד ווייל ער איז נישט קיין ציוני...!

פארקערט איז שוין יא געווען, ביי די מעשה פון ענטעבבע (אוגאנדא) ווען די אראבישע און דייטשע רוצחים האבן געהיידזשעקט א פלעין פול מיט (מערסטנס) אידן, און אויך א פאר גויים.

זיי האבן אויסגערופן אז א יעדער זאל געבן זייער פאספארט. די גויים האבן זיי באלד באפרייט, און די אידן האבן זיי געהייסן שטיין אין א באזונדערע ליין. זיי האבן געשריגן אז אלע ציוניס'טן זאלן זיך שטעלן אין די ליין, איז דארט געווען א געוויסער מר. פריעד וועלכער איז אן עסטרייכישער בירגער ער וואוינט אין וויען אויך איז ער א סאטמאר'ער חסיד. ער האט זיך גענומען טענה'ן מיט די טעראריסטן און געזאגט אז ער איז אן עסטרייכישער בירגער, נישט קיין איזראעלי. אויך איז ער א סאטמאר'ער חסיד און זיכער נישט קיין ציוני. דער דייטשער מערדער האט איהם אנגעשריגן און געזאגט... "זשיד, שטעל דיך אין די ליין מיט די אנדערע זשידעס"...!

100%
מיינע ווערטער זענען זיך מתייחס צו נטרונא פונקט אזוי. די וואס שטיצען נטרונא זאלן זיך אויף קיין מינוט נישט איינרעדן אז זיי זענען אנדערש ווי נטורי קרתא. עס איז אלס די זעלבע אידיאלאגיע, נאר די נטרונא חברה זענען אין דינייעל אז זיי זענען טאקע איינס מיט די משוגעים פון נטורי קרתא. עס איז אזוי ווי די חאמאס טעראריסטן ווס זייערע טיי טראגענדע שטיצער אין איראן. איינער מאכט זיך אליינס שמוציג און דער אנדערער שפילט ווי א דזשענטלמאן.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך berlbalaguleh »

פונדאמענטאל: ס'איז דא נאך א (מעגליכע) סיבה פארוואס די אנשי נטרונא און סאטמאר בכלל האבן געשריגן מכל עץ רענן, פון א יעדע פלאטפארמע, אז זיי האבן נישט קיין שום שייכות מיט נטורי קרתא. ווען די בהמות זענען געפארן צו די "האלאקאוסט לייקענונג" קאנפערענץ וואס אכמאדינעזשאד פון איראן האט ארגאניזירט, וואו זיי האבן אפן גערופן צו פארברענען מדינת ישראל, ווייל די סאטמארער מוסדות און אויך סאטמאר'ע יחידים האבן זייער א סאך פראפערטי אין ארץ ישראל, און אויב זייער גרופע רופט חרוב צו מאכן מדינת ישראל קען די רעגירונג (לויט דעם אינטערנאציאנאלן געזעץ) אוועקנעמען אדער פריזן אלע זייערע פראפערטיס און בענק אקאונטס.
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

וואס איז געווען די הויפט טענה פון דעם סאטמאר רבי'ן זצ"ל קעגן נטו"ק?
כ'מיין וואס האבן זיי נישט גוט געטוהן?
אידאס געווען פשוט ווייל זיי פארפיינטעווען די "שיטה הקדושה" אין די אויגן פון די גאס? אבער בעצם איז ער אליינס אויך געוען איינשטימיק מיט זיי, אדער איז באמת געוואן אן אידעאלאגישע מחלוקת?
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך שפילער »

פונדאַמענטאַל האט געשריבן: מיינע ווערטער זענען זיך מתייחס צו נטרונא פונקט אזוי. די וואס שטיצען נטרונא זאלן זיך אויף קיין מינוט נישט איינרעדן אז זיי זענען אנדערש ווי נטורי קרתא. עס איז אלס די זעלבע אידיאלאגיע, נאר די נטרונא חברה זענען אין דינייעל אז זיי זענען טאקע איינס מיט די משוגעים פון נטורי קרתא. עס איז אזוי ווי די חאמאס טעראריסטן ווס זייערע טיי טראגענדע שטיצער אין איראן. איינער מאכט זיך אליינס שמוציג און דער אנדערער שפילט ווי א דזשענטלמאן.

וואס איז אזוי שלעכט מיט נטרונא? וואס איז שלעכט אז זיי זענען מודיע פאר די וועלט אז אונז זעמיר נישט איזראעל?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

לייען אויבן ☝️☝️
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך אסטראלאג »

כ'בין מוחה בכל התוקף אויף די בזיון כבוד התורה.
הגה"צ רבי ישראל דוד ווייס שליט"א איז א איד א תלמיד חכם, לערנט א גאנצן טאג, עוסק אין הכנסת אורחים, חסד, און די אנדערע צייט מקדש שם שמים קעגן די ציוניסטישע קליפה.
איך בין מקנא זיין עולם הבא.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך אסטראלאג »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:44 pm וואס איז געווען די הויפט טענה פון דעם סאטמאר רבי'ן זצ"ל קעגן נטו"ק?
כ'מיין וואס האבן זיי נישט גוט געטוהן?
אידאס געווען פשוט ווייל זיי פארפיינטעווען די "שיטה הקדושה" אין די אויגן פון די גאס? אבער בעצם איז ער אליינס אויך געוען איינשטימיק מיט זיי, אדער איז באמת געוואן אן אידעאלאגישע מחלוקת?
סאטמארער רבי זי"ע איז בכלל נישט געווען קעגן נטורי קרתא. דאס איז א אלטע ליגנט.
ער האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן נטורי קרתא, קיינמאל. נאר פארקערט, ער פלעגט שטארק שטיצן.
בנוגע יענע תורה וואו ער דערמאנט נטורי קרתא, זיי מדייק אין די ווערטער, און פרעג די עלטערע סאטמארע חסידים. (בקיצור, דעמאלטס איז געווען אין ירושלים געהאנגען דורך איינעם, צעטלעך אין אראביש וואס האט גערופן פאר די אראבער זאלן אריינקומען, און הארגענען די ציונים. און אויף דעם האט זיך די רבי זי"ע באצויגן פאר די וואס קומען מיט די לבוש פון נטורי קרתא.
אג"ב די רבי זי"ע פלעגט אסאך איבערזאגן שטיקלעך פון החומה - די הויפט נטורי קרתא אויסגאבע.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
Visionary
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
האט שוין געלייקט: 191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך Visionary »

לגבי סאטמערע רב און נטורי קרתא דארף מען פונאנדערשיידן פון נ"ק דעמאלסט און נ"ק היינט. עס איז הימל און ערד.

סאטמערע רב איז געווען אנקעגן גיין מיט אראבער לויט די עדות'שאף פון כו"כ פון זיינע תלמידים נאך פון די גוטע יארן.

אבער דאס איז זיכער, און ווי מער איך טראכט און שטאדיר די נושא זע איך עס איין מער און מער, אז עס איז דא א ווארט אויפן גאס, אז א יעדער חבד'סקער איז תוך תוכו אויך א שטיקל משיח'יסט און ער האלט באמת אז דער רבי איז משיח, אזוי אויך א גרויסע חלק סאטמערע חסידים וואס איך קען, גלייב מיר איך קען אסאך, זענען תוך תוכו ניטורא קרתא, זיי פרייען זיך, justify, און פילען שלעכט פאר די אראבער מער ווי פאר די אידן און ארץ ישראל, כלפי חוץ וועלען זיי נישט גיין מיט אראבער, אבער זייער הארץ איז מיט בעק, ווייס, און הירש. ליין נאר אביסל אויף אייוועלט וועט איר זען וואס איך מיין.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך אסטראלאג »

Visionary האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 8:21 am לגבי סאטמערע רב און נטורי קרתא דארף מען פונאנדערשיידן פון נ"ק דעמאלסט און נ"ק היינט. עס איז הימל און ערד.

סאטמערע רב איז געווען אנקעגן גיין מיט אראבער לויט די עדות'שאף פון כו"כ פון זיינע תלמידים נאך פון די גוטע יארן.
פרעג דיך נאך ביי די תלמידים פון רבי זי"ע, ער האט קלאר געהאלטן פון נטורי קרתא און פראטעסטירן מיט די אראבער.

די פאר סאטמארע בעלי בתים וואס זאגן פארקערט, זענען בדרך כלל נחמץ געווארן און זענען ציוניסטן אין הארץ און האבן פיינט יעדער וואס טוט נאר סיי וועלכע פעולה קעגן ציונות.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

אסטראלאג האט געשריבן:כ'בין מוחה בכל התוקף אויף די בזיון כבוד התורה.
הגה"צ רבי ישראל דוד ווייס שליט"א איז א איד א תלמיד חכם, לערנט א גאנצן טאג, עוסק אין הכנסת אורחים, חסד, און די אנדערע צייט מקדש שם שמים קעגן די ציוניסטישע קליפה.
איך בין מקנא זיין עולם הבא.

אז דו קענסט איהם יא, אפשר קומסטו אריין מיט נאך איינצעלהייטן איבער דעם חשוב'ן איד? ווער איז זיין רבי אין קידוש השם? אין וועלכע קהילה דרייט ער זיך? אין וועלכע מוסודות שיקט ער זיינע קינדער? זענען זיינע קינדער אויך פון די מקדשי שמים אדער שעהמען זיי זיך מיט איהם? א.א.וו.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re:

שליחה דורך אסטראלאג »

ער איז אויפגעוואקסן ביי מאדערנע רעליגיעזע עלטערן, טאטע א תלמיד פון מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע וואס פון דארט שטאמען זיי.
ער האט אויפגעשטעלט א חשובע משפחה און גוטע קינדער.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
פארשפארט