"מיין" ווענדונג צו הרב ר' מענדל הערש פאנעט שליט"א

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר

וואלט איר געשטיצט אזא סארט פרישע דעעש'ע קהילה?

הסקר נגמר בתאריך דינסטאג אוגוסט 29, 2023 11:26 pm

יא! כ'ווער שוין א חסיד!
19
25%
כ'ווער נישט קיין חסיד, אבער כ'גיי שטיצן אזא סארט קהילה
40
53%
ניין! כ'בין קעגן אזא סארט קהילה
17
22%
 
וויילער בסך הכל: 76

שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3229
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8938 מאל

"מיין" ווענדונג צו הרב ר' מענדל הערש פאנעט שליט"א

שליחה דורך שמן למאור »

לאור די מצב וואס ר' מענדל הערש פאנעט גייט אריבער, האב איך אים געשיקט אזא מעסעדזש:

ביטע ליינטס עס דורך און דערנאך קומטס אריין שטימען אין די מאסן.

איז אזוי:

עס פעלט היינט גאר שטארק אזא סארט רבי ווי דאס וואס דו וואלסט געקענט זיין.

ליידער שלעפן אלע מעין סטריעם רבנים און רבי'ס צו עקסטרעמיזם, מען פייניגט קינדער און פרויען וכו' וכו', יעדער ווייסט דאס זייער גוט. רוב עולם גייט מיט געצווינגענעהייט, און ווילן דאס נישט, אבער מען האט נישט קיין ברירה...

אויב דרייווט די ווייב, פליען די קינדער פון די מוסדות, אויב האט די טאטע א סמארטפאון, ער האט אינסטעגראם אדער יוטוב, איז אויך א פראבלעם. ס'איז צייט צו עפענען א געהעריגע חסידות, מוסדות וואס איז געהעריג חסידי'ש על טהרת הקודש, מיט אלע צוגעהערן פון תורה ומסורה, נאר אן אלע קרעפ וואס איז צוגעקומען די לעצטע 70 יאר נאכן מלחמה ווען מען האט זיך עקסטרעמיזירט אויף א שרעקליכע פארנעם, ואין לך יום שאין קללתה מרובה משל חברתה.

לדעתי ביסטו די פאסיגע קאנדידאט צו פירן אזא פראיעקט. דו וועסט זיין די רבי און עומד בראש פון אזא סארט מוסדות.

קענסט אפשר אנפאנגען מיט א ישיבה... (כ'הער זאגן אז ס'איז א גוטע מאני מעיקינג ביזנעס...) בחורים וואלגערן זיך אויף די גאסן און זוכן ישיבות מיט לעכט, די "הייליגע" ראשי ישיבות ווארפן זיך מיט בחורים ווי זיי וואלטן געווען אשר יצר פאפיר, גאר אסאך בחורים וואס וואלטן בעצם געבליבן אין א מסגרת פון א ישיבה האבן נישט קיין ברירה און טרעפן זיך אויפן גאס, אדער גייען זיי קיין ברסלב ביי ראטה'ן. דארפסט זיך בכלל נישט זארגן צו דו וועסט האבן בחורים... עס וועט פליסן אפליקאציעס...

קענסט מאכן באמת א פיינע ישיבה ווי מען לערנט פיין, און דו וועסט אויך אנפילן די בחורים מיט שיינע ידיעות און וויסנשאפט... אפשר אויך לערנען א פאך. מ'קען מיינען. מיין טאטע האט געלערנט אין וויען'ע ישיבה מיט געציילטע יארן צוריק, עס איז געווען געהעריג ענגליש און מען האט געטיילט דעפלאמעס סוף יאר!

דו ביסט פון איין זייט א רביש קינד, האסט עס אין די בלוט, אבער פון די אנדערע זייט האסטו יוטוב מיט אינסטעגראם, ביסט כמים קרים על נפש עייפה... דער עולם וועט דיר נאכלויפן. דאס זוכט די וועלט היינט! מען זוכט א נארמאלע רבי!!! וועגן דעם ווערט די עולם אויך אזוי משוגע פונעם סטאלינער רבי... ער שניידט די קרעפ.

טריי צו שאפן... מעלד אז דו האסט אזא פלאן און דו דארפסט נאר די פאנדינג... ווייסט וויפיל טאטעס בלוטיגן און זענען גרייט אריינצוגיסן געלט אין אזא פראיעקט?

קענסט אפשר נעמען א טיטל ראש ישיבה, דאס איז היינט מער א גאנגבארע זאך, ע"ע ר' יואל ראטה און ר' שאול אלתר...

קענסט אנפאנגען מיט פאונדרעיזן פאר אזא סארט ישיבה, שפעטער ווען די מוסדות וועלן זיך צעוואקסן, די בחורים וועלן חתונה האבן, און עס וועט שוין זיין אסאך חסידים פון די דעעש'ע ראש ישיבה, קען מען שפעטער טראכטן פון עפענען א גרויסע חדר, מיידל שולע און אויך א ריזיגע גרויסע ביהמ"ד...!

קען זיין אז דיין גאנצע פרשה ביסטו נאר אריבער כדי אנצוקומען צו דעם פונקט! די אידן האבן אויך געדארפט דורכגיין א שווערע מדבר פאר 40 יאר פאר זיי האבן זוכה געווען צום הייליג לאנד ארץ ישראל, דעם ארץ זבת חלב ודבש.

די נייע דעעש'ע קהילה וועט זיין פאקוסט אויף "עכטע אידישקייט"! מען וועט זיך בכלל נישט נאכפרעגן אויב די ווייב דרייווט, אויב עסט מען ou, אויב מען האט א כלי לצורך פרנסה אדער אנדערע סארט שטותים. מען וועט נישט איינטיילן פאר די קינדער וועלכע סארט העמד צו טראגן, וויפיל אינטשעס אינטער די קני די סקורט דארף זיין, און בחורים וועלן אפילו מעגן האבן לעדערנע תפילין בייטלעך! מען וועט קיינעם נישט פארדרייען א קאפ מיט זייטיגע נארישקייטן. אבער עכטע אידישקייט ווי עיוות הדין, מחלוקת, וכדומה, אויף דעם וועט מען שטארק מקפיד זיין!

יעצט, קיינער זאל חלילה נישט מיינען אז מען גייט זיך דא אויסטון די שטריימל בעקיטשע, אדער אפגאלן די בערד, מיר בלייבן ערליכע חסידישע אידן נאמן לשם ולתורתו, מיר ליבן אונזער מהלך החיים! נאר מען וועט נישט שטיין און משוגע מאכן אויב איינער שערט זיך פונקט יא די בארד, מען וועט אויפנעמען יעדע איד מיט א ליבשאפט, אזוי ווי כ'האב געטראפן אמאל שטיין אין א אלטע ספר געשריבן: ואהבת לרעך כמוך! מען טוט אסאך מער אויף מיט ליבשאפט און עקסעפטענס, ווי איידער מיט די היינטיגע אנגענומענע זויערקייט און טעראר.

וואס זאגסטו צו אזא פלאן? ווייסטו וואס, כ'גיי מאכן א פאול ביים עולם, און זען צו דער עולם שטיצט אזא פלאן!


די פאול גייט אנגיין פאר 5 טעג, און דערנאך וועט מען קענען זען די רעזולטאטן.

כמובן, האב איך די פולע צושטימונג פון ר' מענדל הערש דאס צו פאסוטן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

דער אשכול פארמאגט 43 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר