רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

Re:

שליחה דורך Nanach »

מי אני האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 10:00 pm פון וואס איך פארשטיי פון די לינקס איך האב ציטירט, איז דאס נישט דוקא אינעם קוראן - עס איז אין זייער דת ו״הלכה״ ודזשוריספּרודענס, און ווי אזוי מ׳האט ״גע׳פסק׳נט״ באזירט אויף זייערע ״הייליגע שריפטן״.

אזוי צי אזוי זעהט מען אז זיי זענען ליידער ״מקיל״ אין דעם למען אכזריותם (ומטרתם). אין אנדערע ווערטער, זיי דרייען זייער רעליגיע אזוי אז עס זאל שטימען מיט ווי אזוי זיי ווילן ס׳זאל זיין. (אזוי ווי יעדער איינער.)
די פוסקים וואס דו ברענגסט איז פשטות פון מעסיגע, כאמאס פירט זיך אויף אזוי ווי להבדיל חסידישע לגבי סוף זמן תפילה
פרעג א סאטמערע אינגערמאן 11 אזייגער מיט נאסע פאות וועגן סוף זמן תפילה
מיט די משל פון@ברוך שפינאזע די כי עזי פראפעסער וואס וועט וועלן פארשטיין די חסידישע קולטור וועט ברענגען פון א ״חרדישע״ אנגענומענע פוסק די חזון איש א פסק אז ביי שידוכים א בחור וואס פארפאסט סוזקרי״ש זאל מען זאגן אז ער איז נישט א יראת שמים און היות חסידים זענען מקפיד אויף מקוה וכו׳ מוז זיין אז די חסידישע קולטור איז יעדער איז אויף שפעטסטענס 7 אינדערפרי :)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד

שליחה דורך מי אני »

יא יא. ווי כ'האב געזאגט דרייען זיי רעליגיע צו זיין ראדיקאל.

אזויפיל זאג איך, אז מ'זעהט אז אין זייער דזשוריספּרודענשאל ליטעראטור איז דא א חילוק צווישן א ציווילער און א סאלדאט במלחמה. וממילא איז שווער צו זאגן אז אין זייער קולטור האבן זיי בכלל נישט דעם קאנצעפט. זיי קענען "מקיל" זיין אין דעם קאנצעפט, אבער עס איז דא. פונקט אזוי ווי ביי די דמיון פון להבדיל חסיד'ישע אידן וואס דו מאכסט וואס זענען מקיל בסוזק"ש; אפילו זיי האבן דעם קאנצעפט פונעם פראבלעם פון סוזק"ש און עס איז סעיליענט אין יעדע חסידי'שע איד'ס סייקי דעם געדאנק דערפון.

אגב, ס'איז מיר אינטרעסאנט אז די 25-מינוטיגע קליפּ ווי א חסידי'שער איד אין ענגלאנד טענה'ט זיך מיט ישוב הדעת מיט א באנדע פּראָ-פּאלעסטינער גוים וועלכע רינגלען אים ארום, איז נאך נישט געגאנגען וויירעל. אייזן!
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד

שליחה דורך דערהויבענע איד »

חדשים האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 16, 2023 12:10 am זיי זענען פונקט ווי א ווילעדזש אדער טאון וואס איז אונטערגעווארפן אונטער די געזעצן פון די סטעיט. און עס קען נישט אנגערופן ווערן א לאנד אפילו זיי האבן אייגענע געזעצן.
וואס איז אנדערש ווי ליטא אדער בעלגיע וואס זענען אנגעשלאסן אין די אי. יו.? אדער קיובע וואס ציטערט זיך צו הייבן די קעפ, ווייל זיי ווייסן אמעריקא קען זיי געווינען ביז א טאג?

אלע לענדער אחוץ די 8 גרויסמאכטן, אדער פאר דיר 18 מאכטפולע לענדער, וואס גייען גארנישט טון אן די וועלט זאל מסכים זיין צו דעם, זענען נישט קיין לענדער?
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re:

שליחה דורך אלפא »

מי אני האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 10:00 pm פון וואס איך פארשטיי פון די לינקס איך האב ציטירט, איז דאס נישט דוקא אינעם קוראן - עס איז אין זייער דת ו״הלכה״ ודזשוריספּרודענס, און ווי אזוי מ׳האט ״גע׳פסק׳נט״ באזירט אויף זייערע ״הייליגע שריפטן״.

אזוי צי אזוי זעהט מען אז זיי זענען ליידער ״מקיל״ אין דעם למען אכזריותם (ומטרתם). אין אנדערע ווערטער, זיי דרייען זייער רעליגיע אזוי אז עס זאל שטימען מיט ווי אזוי זיי ווילן ס׳זאל זיין. (אזוי ווי יעדער איינער.)
איך בין נישט קיין קוראן אדער איסלאם עקספערט, כ'האב אבער יא געהערט פון איינער וואס קען גוט די קוראן מיט זייער רעליגיע, ער טענה'ט אז דאס וואס חז"ל האבן געטון מיט אידישקייט האבן זיי נישט, דהיינו פארוואסערן געוויסע פרימיטיווע געדאנקען און עס אביסל 'אויסמענטשלען' (קיינער גייט נישט קלעימען אז ער ווייסט ווער עמלק איז און אים הרג'ענען, עס איז אומרעלעוואנט געווארן אינעם פראקטישן ראלם, וכן לגבי בי''ד קוטלנית וכדו') .
זייער קוראן איז היבש vague און יעדער האט נאך די מקום אריינצולערנען פשטים און זיך פסק'נען ווי אזוי זיין ראדיקאליזם אדער איידעאלאגיע דיקטירט...

דאס איז א פראבלעם וואס איך האב אויפגעמערקט לעצטנס מיט די גאנצע איסלאמישע פאפולאציע, פון טאפ טו באטטאם, ווי זיי ווערן דיקטירט ביי זייער פרימיטיווע רעליגיע מיט א מאכט וואס אנדערע רעליגיעס האבן נישט, און ניטאמאל קענען די ליבעראלע צווישן זיי האבן אן השפעה איבער די ראדיקאלע גרופעס, אפגערעדט אז די מערב-וועלט מיט זייער אויסגעווארפענע וועליוס (לדעתם) גייען נישט האבן קיין וועג דאס צו איבערדרייען אדער טוישן, אפי' מיט מאכט...
עס מאכט עס בס"ה מער קאמפליצירט פאר די לאנג-טערם.
אבער אויך שטרייכט עס מער אונטער די טעות פון מדנ"י זיך אריינצולייגן פאר 75 יאר צוריק און אן אוממעגליכע סיטואציע..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: רמב"ן פרשת בחוקותי: די הבטחה פון די תורה אז ס'וועט קיינמאל נישט זיין קיין פאלעסטינע לאנד

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז דא אן אינטרעסאנטער בעל הטורים אין סוף פ' חיי שרה אויף דעם פסוק איבער ישמעאל..."על פני כל אחיו נפל"...!

זאגט דער בעה"ט 2 דיוקים. פארוואס שטייט אין פסוק "נפל". נישט וימת. די צווייטע. וואס איז די סמיכות הפרשיות מיט ואלה תולדות יצחק בן אברהם (די נעקסטע פרשה).

נאר, זאגט דער בעל הטורים, אז ..."כשיפול ישמעאל, באחרית הימים , אז יצמח בן דוד שהוא מתולדות יצחק בן אברהם "...!
פארשפארט