ובחנוני נא בזאת

מחשבה, השקפה ועיון
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: ובחנוני נא בזאת

שליחה דורך שעפטאל »

דאס אז יענער ניצט דוקא א רעליגיעזער ספר איז נישט קיין ראיה אז ס'ארבעט דוקא מיט רעליגיעזער ספרים.

אבער מ'זעהט אין ספרים אז מ'קען אמאל זעהן דוקא דורך די תורה, [צוהר תעשה לתיבה של תורה ותפילה, לראות ולהסתכל עמה מראש העולם ועד סופו. אור המאיר. בשלח) ועיין דגל מחנה אפרים (יתרו ד"ה ויש בזה): ובפירוש אמר (הבעש"ט) לבקש מהאותיות, היינו מסוד אור האלוהות אשר בתוכם, ולבקש משם, והבן. עכ"ל

די תורה איז א ענטעטי פאר זיך, זי דאווענט פאר אונז, זי וויינט ווען מ'לערנט זי נישט, באקלאגט זיך ווען מ'פאלגט זי נישט. (אסאך רעליגיע'ס האבן אזעליכע בּעליעף'ס להבדיל, אפי' אייוואסקא איז אויך א כמו גוטע מאמע וואס ווייזט דיך וואס דו ווילסט זעהן.)

דאס אלעס איז בכלל נישט קיין ראיה אז תורה איז מסיני, און אז גאט איז מסכים מיט יעדע מצוה וואס שטייט דארטן.

ווינדער'סט זיך ווי אזוי ס'קען זיין? פונקט ווי דו האסט בחירה צו ניצן אלע דיינע כוחות, רוחניות'דיגע כוחות האבן אויך בחירה צו ניצן זייערע כוחות, (אהן אריינגיין אין די סתירה אויב מלאכים האבן בחירה).

---
ס'זעהט מיך אויס ווי כ'בין זיך נישט גענוג מסביר, ווייל זאכן וואס כ'מיין אז כ'האב עס שוין מסביר געוועהן ווערט דערנאך איבערגעפרעגט.
סאו כ'וועל עס לאזן פאר אנדערע הגדולים ממנו בחכמה. אדער גוגל דעם נושא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שעפטאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
טראלל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:19 am
האט שוין געלייקט: 137 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

Re: ובחנוני נא בזאת

שליחה דורך טראלל »

שעפטאל האט געשריבן: ס'זעהט מיך אויס ווי כ'בין זיך נישט גענוג מסביר, ווייל זאכן וואס כ'מיין אז כ'האב עס שוין מסביר געוועהן ווערט דערנאך איבערגעפרעגט.
סאו כ'וועל עס לאזן פאר אנדערע הגדולים ממנו בחכמה. אדער גוגל דעם נושא.
ביזט זיך זייער גוט מסביר, די פראבלעם איז נאר אז ס'נישט דא וואס מסביר צו זיין. מ'איז דא דאן איבער פילאזאפישע קשיות וואס זענען נישט געמאכט צו באקומען קיין ענטפער, די ציל פון פילאזאפישע קשיות איז נאר צו קענען פרעגן נאך און נאך קשיות. פון א סייענטיפישע בליק הייבט זיך די גאנצע חקירה נישט אן, אויב ארבעט עס נישט איז דאך גוט, אויב ארבעט עס יא איז נאך בעסער, אז דו ווילסט וויסן פארוואס און וויאזוי גיי שטודיר די נושא פון איינער וואס קען עס.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

Re: ובחנוני נא בזאת

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:24 am @קהל'ס נער גיב אכטונג! אזעלכע עקספערימענטן האבן אראפגעפירט אלישע בן אבויה פון וועג! א שאד ער האט נישט געוואוסט וואס @שמן למאור זאגט אז אלעס קען מען פארענטפערן

[
שטעלט אייך פאר איר זאגט פאר א מעדיצין סייענטיסט די לעצטע וואס האט פראבירט די מעדעצין האט געכאפט ס'ארבייט נישט און ער האט אויפגעהערט עס נעמען. די מיינסט אז זיין רעאקציע גייט זיין "פון היינט אין ווייטער גייט מען נישט עקספערימענטן מיט מעדיצין צעגייט צוריק צו טשיקען זופ מעדעצין"! ער גייט זאגן אז ס'ארבייט יא איך וועל עס אויפווייזן. וואסארא מינע פחד איז עס צו נאכגיין די שכל?

פארוואס ביסטו אזוי fearful אז איימיצער איז אראפ פון וועג וועגען עקספערימענטן. מיינסט אז מ'פארלירט די ראציאנאלע קאפ? אדער האסט מורא פון די אמת און די ביסט נישט ראציאנאל יעצט מיט דיין מורא. האסט מורא דיין ראציאנאלע קאפ וועט טון עפעס וואס ער האלט ס'איז ריכטיג? ווילסט נישט זיין ראציאנאל?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ובחנוני נא בזאת

שליחה דורך סקעפטיקער »

יאסל ראקאווער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 7:04 am
סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:24 am @קהל'ס נער גיב אכטונג! אזעלכע עקספערימענטן האבן אראפגעפירט אלישע בן אבויה פון וועג! א שאד ער האט נישט געוואוסט וואס @שמן למאור זאגט אז אלעס קען מען פארענטפערן

[
שטעלט אייך פאר איר זאגט פאר א מעדיצין סייענטיסט די לעצטע וואס האט פראבירט די מעדעצין האט געכאפט ס'ארבייט נישט און ער האט אויפגעהערט עס נעמען. די מיינסט אז זיין רעאקציע גייט זיין "פון היינט אין ווייטער גייט מען נישט עקספערימענטן מיט מעדיצין צעגייט צוריק צו טשיקען זופ מעדעצין"! ער גייט זאגן אז ס'ארבייט יא איך וועל עס אויפווייזן. וואסארא מינע פחד איז עס צו נאכגיין די שכל?

פארוואס ביסטו אזוי fearful אז איימיצער איז אראפ פון וועג וועגען עקספערימענטן. מיינסט אז מ'פארלירט די ראציאנאלע קאפ? אדער האסט מורא פון די אמת און די ביסט נישט ראציאנאל יעצט מיט דיין מורא. האסט מורא דיין ראציאנאלע קאפ וועט טון עפעס וואס ער האלט ס'איז ריכטיג? ווילסט נישט זיין ראציאנאל?
You got me wrong!
פארשפארט