ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

Visionary האט געשריבן:אבער דאס איז זיכער, און ווי מער איך טראכט און שטאדיר די נושא זע איך עס איין מער און מער, אז עס איז דא א ווארט אויפן גאס, אז א יעדער חבד'סקער איז תוך תוכו אויך א שטיקל משיח'יסט און ער האלט באמת אז דער רבי איז משיח, אזוי אויך א גרויסע חלק סאטמערע חסידים וואס איך קען, גלייב מיר איך קען אסאך, זענען תוך תוכו ניטורא קרתא, זיי פרייען זיך, justify, און פילען שלעכט פאר די אראבער מער ווי פאר די אידן און ארץ ישראל, כלפי חוץ וועלען זיי נישט גיין מיט אראבער, אבער זייער הארץ איז מיט בעק, ווייס, און הירש. ליין נאר אביסל אויף אייוועלט וועט איר זען וואס איך מיין.
איך קען דאס באשטעטיגן, אני הקטן בין אויפגעוואקסן מיט די סאטמארע השקפה און איך פלעג אויך שטארק ליעבן די נטורי קרתא/נטרונא מיט די אלע צולייגערס, און ווען מיין טאטע פלעגט מיך פארציילן ווי דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן פון די נטורי קרתא האט עס מיך געבאדערט. איך געדענק אין ישיבה ווען אימער די נושא פון נטורי קרתא איז ארויפגעקומען האט מען געדארפט צוקומען צו גאנצעטע פילפולים פארוואס דער רבי האט נישט געהאלטן פון זיי, מ'האט געטראפן דקות'דיגע חילוקים צווישן (די היינטיגע) סאטמאר און די נטורי קרתא און מיט דעם האט מען מסביר געוועהן דעם רבי'נס התנגדות, ס'נישט געוועהן קיין דבר המובן מאליו.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך אסטראלאג »

🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: אני הקטן בין אויפגעוואקסן מיט די סאטמארע השקפה און איך פלעג אויך שטארק ליעבן די נטורי קרתא/נטרונא מיט די אלע צולייגערס, און ווען מיין טאטע פלעגט מיך פארציילן ווי דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן פון די נטורי קרתא האט עס מיך געבאדערט. איך געדענק אין ישיבה ווען אימער די נושא פון נטורי קרתא איז ארויפגעקומען האט מען געדארפט צוקומען צו גאנצעטע פילפולים פארוואס דער רבי האט נישט געהאלטן פון זיי, מ'האט געטראפן דקות'דיגע חילוקים צווישן (די היינטיגע) סאטמאר און די נטורי קרתא און מיט דעם האט מען מסביר געוועהן דעם רבי'נס התנגדות, ס'נישט געוועהן קיין דבר המובן מאליו.

ברוך שפינוזה: איך בין מחולק מיט דיר. ווייל ווער ס'האט געקענט דעם רבי'ן און זיין שיטה, אריינגערעכנט זיין שטארקע התגדות צו ציונות, האט גלייך פארשטאנען פארוואס דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן פון די נטורי קרתא. זיין התנגדות איז נישט געקומען פון א האלבן פראצענט סימפאטיע אדער עמפאטיע מיט די אראבערס. ער האט ארויסגעזאגט זיין מיינונג און השקפה פון א ריין תורה'דיגן פערספעקטיוו. משא"כ די נטורי קרתא (אפילו אין די אלטע, גוטע צייטן) האבן אייביג אויסגעדרוקט "רחמנות" אויף די "אומשולדיגע" פאלעסטינער.

ס'איז געווען מער ווי איינמאל ווען דער רבי האט געהייסן מ'זאל מאכן א פראטעסט ביי די איזראעלי עמבאסי אין מאנהעטן. ווען ער האט געהערט אז די אראבערס גייען אויך דארט זיין האט ער אפגערופן דעם פראטעסט, נאר כדי מ'זאל נישט זאגן (בטעות) אז ער איז אויף איין דעה (להבדיל) מיט די אראבישע רוצחים.

אויך, די נטורי קרתא האבן נישט געהאט איין גדול בתורה וואס איז געשטאנען מיט זיי בדעה אחת. א פאר פאררוקטע אידעלעך (מיסגיידעד) אין לאנדאן און אין ארץ ישראל.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:09 pm נאר כדי מ'זאלל נישט זאגן (בטעות) אז ער איז אויף איין דעה (להבדיל) מיט די אראבישע רוצחים.
אי משום הא, קעמען מחלק זיין און זאגן: הא קודם ׳ניין-אילעווען׳, והא לאחר ׳ניין-אילעווען׳ וואס היינט וועט קיינעם נישט היינט בייפאלן אינעם וויסטן חלום, אפילו בטעות, אז עמיצער שטיצט די רוצחים....
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: Re:

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אסטראלאג האט געשריבן: ער איז אויפגעוואקסן ביי מאדערנע רעליגיעזע עלטערן, טאטע א תלמיד פון מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע וואס פון דארט שטאמען זיי.
ער האט אויפגעשטעלט א חשובע משפחה און גוטע קינדער.

קום אריין מיט די חסדים און הכנסת אורחים און זיין תורה.

וואס האט ער שוין געטון פאר צוויטען איד? מ'קען איינשטיין ביי אים? מיט וועמען לערנט ער בחברותא? ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?
אייניקעל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 04, 2013 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 382 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך אייניקעל »

אויב עפעס קען ווערן אנגערופן הסברה איז עס דאס:

https://youtu.be/cE3sLrcQx48?si=WXD-AtzvqjFC0myi
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך סקעפטיקער »

אייניקעל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 4:27 pm אויב עפעס קען ווערן אנגערופן הסברה איז עס דאס:

https://youtu.be/cE3sLrcQx48?si=WXD-AtzvqjFC0myi
ווער איז דאס? ער איז דאך צוקער זיס
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:20 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:09 pm נאר כדי מ'זאלל נישט זאגן (בטעות) אז ער איז אויף איין דעה (להבדיל) מיט די אראבישע רוצחים.
אי משום הא, קעמען מחלק זיין און זאגן: הא קודם ׳ניין-אילעווען׳, והא לאחר ׳ניין-אילעווען׳ וואס היינט וועט קיינעם נישט היינט בייפאלן אינעם וויסטן חלום, אפילו בטעות, אז עמיצער שטיצט די רוצחים....
פ"וו האט ער מורא געהאט? ווייל עס איז נישט ריכטיג אדער ווייל ער וועט פארלירן די השפעה אין די אידישע גאס?
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך אלפא »

סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 4:41 pm
אייניקעל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 4:27 pm אויב עפעס קען ווערן אנגערופן הסברה איז עס דאס:

https://youtu.be/cE3sLrcQx48?si=WXD-AtzvqjFC0myi
ווער איז דאס? ער איז דאך צוקער זיס
די בדחן מיילעך לאנדא פון לאנדאן.
מיילעך לאנדא.png
קומט אפט ארויך אויף קול מבשר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אלפא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: Re:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דערהויבענע איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:39 pm
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 9:21 am
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 9:03 am
אסטראלאג האט געשריבן:כ'בין מוחה בכל התוקף אויף די בזיון כבוד התורה.
הגה"צ רבי ישראל דוד ווייס שליט"א איז א איד א תלמיד חכם, לערנט א גאנצן טאג, עוסק אין הכנסת אורחים, חסד, און די אנדערע צייט מקדש שם שמים קעגן די ציוניסטישע קליפה.
איך בין מקנה זיין עולם הבא.
אז דו קענסט איהם יא אפשר קומסטו אריין מיט נאך איינצעלהייטן איבער דעם חשוב'ן איד? ווער איז זיין רבי אין קידוש השם? אין וועלכע קהילה דרייט ער זיך? אין וועלכע מוסודות שיקט ער זיינע קינדער? זענען זיינע קינדער אויך פון די מקדשי שמים אדער שעהמען זיי זיך מיט איהם? א.א.וו.
ער איז אויפגעוואקסן ביי מאדערנע רעליגיעזע עלטערן, טאטע א תלמיד פון מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע וואס פון דארט שטאמען זיי.
ער האט אויפגעשטעלט א חשובע משפחה און גוטע קינדער.
קום אריין מיט די חסדים און הכנסת אורחים און זיין תורה.


וואס האט ער שוין געטון פאר צוויטען איד? מ'קען איינשטיין ביי אים? מיט וועמען לערנט ער בחברותא? ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?
אויף הרה"צ ר' ירחמיאל דאמב און אויף הרה"ק ר' משה הירש האט מען אויך געזאגט אז זיי זענען געווען גרויסע בעלי הכנסת אורחים. נאר ווער דארף זייער הכנסת אורחים?! איך וואלט ענדערש געגעסן א קאלד קאט סענדוויטש פאר א שבת'דיגע סעודה אין א בעיסמענט פון א ביהמ"ד ווי איידער נהנה זיין פון זיי.
באניצער אוואטאר
פונדאַמענטאַל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 12:12 am
האט שוין געלייקט: 677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 944 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך פונדאַמענטאַל »

אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 8:08 am
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2023 11:44 pm וואס איז געווען די הויפט טענה פון דעם סאטמאר רבי'ן זצ"ל קעגן נטו"ק?
כ'מיין וואס האבן זיי נישט גוט געטוהן?
אידאס געווען פשוט ווייל זיי פארפיינטעווען די "שיטה הקדושה" אין די אויגן פון די גאס? אבער בעצם איז ער אליינס אויך געוען איינשטימיק מיט זיי, אדער איז באמת געוואן אן אידעאלאגישע מחלוקת?
סאטמארער רבי זי"ע איז בכלל נישט געווען קעגן נטורי קרתא. דאס איז א אלטע ליגנט.
ער האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן נטורי קרתא, קיינמאל. נאר פארקערט, ער פלעגט שטארק שטיצן.
בנוגע יענע תורה וואו ער דערמאנט נטורי קרתא, זיי מדייק אין די ווערטער, און פרעג די עלטערע סאטמארע חסידים. (בקיצור, דעמאלטס איז געווען אין ירושלים געהאנגען דורך איינעם, צעטלעך אין אראביש וואס האט גערופן פאר די אראבער זאלן אריינקומען, און הארגענען די ציונים. און אויף דעם האט זיך די רבי זי"ע באצויגן פאר די וואס קומען מיט די לבוש פון נטורי קרתא.
אג"ב די רבי זי"ע פלעגט אסאך איבערזאגן שטיקלעך פון החומה - די הויפט נטורי קרתא אויסגאבע.
ווייל טאקע דאס איז געווען זיין רויטע ליניע... אלעס ביז אהין האט ער געשטיצט, אבער ווען עס ווערט מער obvious דאן שטעלט ער זיך אפ. ווי כאילו די אנדערע פעולות זענען נישט גורמים צו רציחות פון אידן. דאס ריפט מען hypocrisy - שטיצען נאר בעקיפין, ווילאנג עס איז נישט צו אפן.

אזוי צו אזוי איז וויכטיג אנצומערקן, אז די עצם דעבאטע איבער דקות'דיגע חילוקים פון דרגות אין שטיצע פאר שונאי ישראל, ווייזט שוין אויף די טיפע אומריכטיגקייט פון די אידיאלאגיע ביסודו. וד''ל.

נאך א נקודה. בשעת וואס ביי געוויסע איז די איינציגע פאקטאר וואס איז נוגע דאס וואס א געוויסע מענטשן האט יא אדער נישט געהאלטן. זענען דא אזעלכע וואס געבן נישט קיין דאמן. און עס מאכט ביי זיי בכלל נישט אויס זיין מיינונג ווען כללות עם ישראל איז אויפן וואגשאל.
There's no relationship between being smart & being wise (Jordan Peterson)
הַמְפוֹרָשׁוֹת סְתוּמוֹת. הַגְּלוּיוֹת עֲלוּמוֹת. הַמְּבֹאָרוֹת חֲתוּמוֹת. הַמְּשֻׁנָּנוֹת עֲצוּמוֹת. הַחֲקוּקוֹת רְשׁוּמוֹת:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך berlbalaguleh »

berlbalaguleh האט געשריבן:
ברוך שפינוזה האט געשריבן: אני הקטן בין אויפגעוואקסן מיט די סאטמארע השקפה און איך פלעג אויך שטארק ליעבן די נטורי קרתא/נטרונא מיט די אלע צולייגערס, און ווען מיין טאטע פלעגט מיך פארציילן ווי דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן פון די נטורי קרתא האט עס מיך געבאדערט. איך געדענק אין ישיבה ווען אימער די נושא פון נטורי קרתא איז ארויפגעקומען האט מען געדארפט צוקומען צו גאנצעטע פילפולים פארוואס דער רבי האט נישט געהאלטן פון זיי, מ'האט געטראפן דקות'דיגע חילוקים צווישן (די היינטיגע) סאטמאר און די נטורי קרתא און מיט דעם האט מען מסביר געוועהן דעם רבי'נס התנגדות, ס'נישט געוועהן קיין דבר המובן מאליו.

ברוך שפינוזה: איך בין מחולק מיט דיר. ווייל ווער ס'האט געקענט דעם רבי'ן און זיין שיטה, אריינגערעכנט זיין שטארקע התגדות צו ציונות, האט גלייך פארשטאנען פארוואס דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן פון די נטורי קרתא. זיין התנגדות איז נישט געקומען פון א האלבן פראצענט סימפאטיע אדער עמפאטיע מיט די אראבערס. ער האט ארויסגעזאגט זיין מיינונג און השקפה פון א ריין תורה'דיגן פערספעקטיוו. משא"כ די נטורי קרתא (אפילו אין די אלטע, גוטע צייטן) האבן אייביג אויסגעדרוקט "רחמנות" אויף די "אומשולדיגע" פאלעסטינער.

ס'איז געווען מער ווי איינמאל ווען דער רבי האט געהייסן מ'זאל מאכן א פראטעסט ביי די איזראעלי עמבאסי אין מאנהעטן. ווען ער האט געהערט אז די אראבערס גייען אויך דארט זיין האט ער אפגערופן דעם פראטעסט, נאר כדי מ'זאל נישט זאגן (בטעות) אז ער איז אויף איין דעה (להבדיל) מיט די אראבישע רוצחים.

אויך, די נטורי קרתא האבן נישט געהאט איין גדול בתורה וואס איז געשטאנען מיט זיי בדעה אחת. א פאר פאררוקטע אידעלעך (מיסגיידעד) אין לאנדאן און אין ארץ ישראל.

ברוך שפינוזה: לאידך גיסא ביסטו גערעכט. שיטת רביה"ק מ'סאטמאר לחוד, און די פארדרייענישן פון די היינטיגע הוגי דיעות אין סאטמאר לחוד. זיי האבן אינגאנצן פארדרייט די שיטה פון סאטמאר'ע רב זצוק"ל, און געברעינוואשט א גאנצן דור, וואס אין פראקטישן מציאות זענען זיי יא איינס מיט די נטורי קרתא, אפילו זיי שרייען פון א יעדע פלאטפארמע אז נישט.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

יא יא, ס'איז אזא בחינה ווי היינטיגע צייטן פארשטייט מען נישט וואס איז געוועהן די התנגדות צו חסידות, צווישן די חסידישע קרעמלעך טוט זיך גאנצעטע פילפולים דערויף, די פשוט'ע תירוץ אז חסידות היינט איז נישט די חסידות פון די צייטן פון די התנגדות פאלט זיי נישט ביי. היינטיגע צייטן זענען טאקע די חסידים מיט ליטאים די זעלבע זאך, און אזוי אויך סאטמאר און נטורי קרתא זענען איינס און די זעלבע, געבליבן זענען נאר די חיצוניות'דיגע חילוקים.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
איטשע מאיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 21, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך איטשע מאיר »

דעם סאטמאר רב׳ס תורה דארף מען געווענדליך לערנען שטייט, און מיט אביסל הסבר, מיט א פירוש ארטסקרול כאילו. ווייל ערט גערעד ווי א געני זייער שנעל, און זיך נישט מסביר געווען.

די באקאנטע תורה קעגן די נטורי קרתא באנדע, האט אויך צו זיך זייער אסאך וואס מעדארף אפלערנען בתוך הדברים.

דארט אין די תורה זאגט ער: אז פונקט ווי דער שטן האט געברענגט א מזרחי צו פארדרייען אידן מיט פאלטשע שיטות, און דערנאך אן אגודה. האט דער שטן געזוכט ווי ער קען נאכמער פארדרייען דעם קאפ פון צו טראכטן גלייך, מיט קרומע צולאזטע שיטות. האט ער געברענגט די נטורי קרתא, וואס זענען גאר פארשלייערט אין א פרומען מאנטל. ער לייגט זיי קלאר צוזאמען מיט די מזרחי…. גארנישט ווייניגער!!!

ער האט זיי געהאַסט, און זיך ניטאמאל געלאזט באפאסן מיט זיי בכלל ולגמרי. ער זאגט מערעד נישט מיט מענטשן וואס מעהאט נישט וואס צו טון (די סארט מענטשן וואס מערעד צו די וואנט..) זיינע ווערטער זענען קריספי קלאר, כזעה נישט וואס איז דא צו ליגענט זאגן אין זיינע קלארע רייד?!

צום סוף פון זיינע דברות קודש קוקט אפילו אויס אז ער שליסט זיי (די נטורי קרתא) בכלל אויס מזרע ישראל!! מיטן פסוק ״נדברו יראי ה׳ איש אל רעהו״ מזאל זיך האלטן נאר צווישן אידן…
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך אסטראלאג »

אזהרה:
מ'קען נישט דא שעלטן קיין אידן.
מנהל
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך Nanach »

אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:55 am
איטשע מאיר האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 12:12 am דעם סאטמאר רב׳ס תורה דארף מען געווענדליך לערנען שטייט, און מיט אביסל הסבר, מיט א פירוש ארטסקרול כאילו. ווייל ערט גערעד ווי א געני זייער שנעל, און זיך נישט מסביר געווען.

די באקאנטע תורה קעגן די נטורי קרתא באנדע, האט אויך צו זיך זייער אסאך וואס מעדארף אפלערנען בתוך הדברים.

דארט אין די תורה זאגט ער: אז פונקט ווי דער שטן האט געברענגט א מזרחי צו פארדרייען אידן מיט פאלטשע שיטות, און דערנאך אן אגודה. האט דער שטן געזוכט ווי ער קען נאכמער פארדרייען דעם קאפ פון צו טראכטן גלייך, מיט קרומע צולאזטע שיטות. האט ער געברענגט די נטורי קרתא, וואס זענען גאר פארשלייערט אין א פרומען מאנטל. ער לייגט זיי קלאר צוזאמען מיט די מזרחי…. גארנישט ווייניגער!!!

ער האט זיי געהאַסט, און זיך ניטאמאל געלאזט באפאסן מיט זיי בכלל ולגמרי. ער זאגט מערעד נישט מיט מענטשן וואס מעהאט נישט וואס צו טון (די סארט מענטשן וואס מערעד צו די וואנט..) זיינע ווערטער זענען קריספי קלאר, כזעה נישט וואס איז דא צו ליגענט זאגן אין זיינע קלארע רייד?!

צום סוף פון זיינע דברות קודש קוקט אפילו אויס אז ער שליסט זיי (די נטורי קרתא) בכלל אויס מזרע ישראל!! מיטן פסוק ״נדברו יראי ה׳ איש אל רעהו״ מזאל זיך האלטן נאר צווישן אידן…

@איטשע מאיר לוין ימ"ש:
די ווערטער וואס דו ברענגסט הייבט זיך בכלל נישט אן.
דו האסט אויסגעשניטן אפאר ווערטער פון רביה"ק זי"ע און פראדאצירט א אייגענע תורה... דאס איז פונקט אין די פיס טריט פון דיין זיידן.
איטשע מאיר ימ….
אנבעלעוויבעל, א תלמיד חכם, עסקן פאר כלל ישראל, וואס האט געהאלטן אנדערש ווי דיין רבי זאגט מען אזוי?!
צועקים וזועקים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 174
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 07, 2023 1:30 pm
האט שוין געלייקט: 193 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: Re:

שליחה דורך צועקים וזועקים »

berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 7:25 pm
דערהויבענע איד האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 2:39 pm
אסטראלאג האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 9:21 am
ברוך שפינוזה האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 18, 2023 9:03 am אז דו קענסט איהם יא אפשר קומסטו אריין מיט נאך איינצעלהייטן איבער דעם חשוב'ן איד? ווער איז זיין רבי אין קידוש השם? אין וועלכע קהילה דרייט ער זיך? אין וועלכע מוסודות שיקט ער זיינע קינדער? זענען זיינע קינדער אויך פון די מקדשי שמים אדער שעהמען זיי זיך מיט איהם? א.א.וו.
ער איז אויפגעוואקסן ביי מאדערנע רעליגיעזע עלטערן, טאטע א תלמיד פון מנחת אלעזר ממונקאטש זי"ע וואס פון דארט שטאמען זיי.
ער האט אויפגעשטעלט א חשובע משפחה און גוטע קינדער.
קום אריין מיט די חסדים און הכנסת אורחים און זיין תורה.


וואס האט ער שוין געטון פאר צוויטען איד? מ'קען איינשטיין ביי אים? מיט וועמען לערנט ער בחברותא? ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?
אויף הרה"צ ר' ירחמיאל דאמב און אויף הרה"ק ר' משה הירש האט מען אויך געזאגט אז זיי זענען געווען גרויסע בעלי הכנסת אורחים. נאר ווער דארף זייער הכנסת אורחים?! איך וואלט ענדערש געגעסן א קאלד קאט סענדוויטש פאר א שבת'דיגע סעודה אין א בעיסמענט פון א ביהמ"ד ווי איידער נהנה זיין פון זיי.
וואס פרעגסטו דא אפ?
באניצער אוואטאר
קבצו זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:12 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך קבצו זקנים »

:lol:
איטשע מאיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 21, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך איטשע מאיר »

אסטראלאג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:55 am
איטשע מאיר האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 12:12 am דעם סאטמאר רב׳ס תורה דארף מען געווענדליך לערנען שטייט, און מיט אביסל הסבר, מיט א פירוש ארטסקרול כאילו. ווייל ערט גערעד ווי א געני זייער שנעל, און זיך נישט מסביר געווען.

די באקאנטע תורה קעגן די נטורי קרתא באנדע, האט אויך צו זיך זייער אסאך וואס מעדארף אפלערנען בתוך הדברים.

דארט אין די תורה זאגט ער: אז פונקט ווי דער שטן האט געברענגט א מזרחי צו פארדרייען אידן מיט פאלטשע שיטות, און דערנאך אן אגודה. האט דער שטן געזוכט ווי ער קען נאכמער פארדרייען דעם קאפ פון צו טראכטן גלייך, מיט קרומע צולאזטע שיטות. האט ער געברענגט די נטורי קרתא, וואס זענען גאר פארשלייערט אין א פרומען מאנטל. ער לייגט זיי קלאר צוזאמען מיט די מזרחי…. גארנישט ווייניגער!!!

ער האט זיי געהאַסט, און זיך ניטאמאל געלאזט באפאסן מיט זיי בכלל ולגמרי. ער זאגט מערעד נישט מיט מענטשן וואס מעהאט נישט וואס צו טון (די סארט מענטשן וואס מערעד צו די וואנט..) זיינע ווערטער זענען קריספי קלאר, כזעה נישט וואס איז דא צו ליגענט זאגן אין זיינע קלארע רייד?!

צום סוף פון זיינע דברות קודש קוקט אפילו אויס אז ער שליסט זיי (די נטורי קרתא) בכלל אויס מזרע ישראל!! מיטן פסוק ״נדברו יראי ה׳ איש אל רעהו״ מזאל זיך האלטן נאר צווישן אידן…

@איטשע מאיר לוין ימ"ש:
די ווערטער וואס דו ברענגסט הייבט זיך בכלל נישט אן.
דו האסט אויסגעשניטן אפאר ווערטער פון רביה"ק זי"ע און פראדאצירט א אייגענע תורה... דאס איז פונקט אין די פיס טריט פון דיין זיידן.
סיז קלאר אז דער @אסטראלאג איז פון די כת אנטי כלל ישראל השפלים!!
ער ימח שמו׳ט ארום דא מיט א עקל און א גרויל.!

גיי צום קארנער מיט דיינע טאוולען פון שנאת ישראל, און גיס אויס דיינע מענטאל דיסארדערס דארטן!
איטשע מאיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 21, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך איטשע מאיר »

5ca9dac2-4dc3-4097-baca-86ebdbaec6c6.jpeg
קלארע רייד!
איר פראבירט איבערשרייבן היסטאריע פאר א כת פון 8 האלבע מענטשן!?! אלע פון זיי גרים, אדער חצי בעלי תשובה…

עס ארבייט נישט
עטס גלייכט טאקע זייער אטענטשן און וועלן טון אלעדינג אין די וועלט דאס צו עררייכן.

אבער
סאטמאר רב איז נישט אייערס
און עטס זענט נישט דעם סאטמאר רב׳ס

אייער רוחניותדיגער פירער איז אייטאלא כומעני, און ביטע סטיקט מיט אים.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך אסטראלאג »

אה אה.. אבי דער @איטשע מאיר לוין'ס אייניקל טוט תשובה און ברענגט דעם רבינ'ס ווערטער אן קיין פארדרייענישן.😀

נאכן גרונטליך דורכלערנען די ווערטער פון רבי'ן זי"ע, ליינט די פאקטן וואס האט זיך דעמאלטס אפגעשפילט:
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
איטשע מאיר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 21, 2023 2:14 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך איטשע מאיר »

ער רעד בכלליות
ער זאגט זיין מיינונג
סנישט קיין נפק״מ וואס האט אים געברענגט צו זאגן יענע מינוט זיין מיינונג.
דער מיינונג בלייבט קאי וקיים צו יעדע צייט.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: ישראל דוד ווייס - נטורי/מחריבי קרתא

שליחה דורך אסטראלאג »

רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט קיינמאל נישט גערעדט קעגן נטורי קרתא, קיינמאל. נאר פארקערט, ער פלעגט שטארק שטיצן און ארויסהייבן. צענדליגער מעשיות.

בנוגע די תורה וואו ער דערמאנט נטורי קרתא, זיי מדייק אין די ווערטער וועסטו זעהן אז ער האקט בכלל נישט קעגן נטורי קרתא.

פרעג די עלטערע סאטמארע חסידים: דעמאלטס איז געווען אין ירושלים געהאנגען דורך איינעם, צעטלעך אין אראביש וואס האט גערופן פאר די אראבער זאלן אריינקומען, און הארגענען די ציונים. מען האט דערציילט פארן רבי'ן אז געוויסע "נטורי קרתא" רופן פאר די אראבער זאלן אריינקומען הארגענען די ציונים. און אויף דעם האט זיך די רבי זי"ע באצויגן פאר די וואס קומען מיט די "לבוש" פון נטורי קרתא.

אג"ב די רבי זי"ע פלעגט אסאך איבערזאגן שטיקלעך פון החומה - די הויפט נטורי קרתא אויסגאבע.
(בלויז א וואך דעראויף, הערט מען ווי ער זאגט נאך פון החומה)

אין פאקט זעט מען אז די רבי האט ניטאמאל א ווארט געקרומט קעגן נטורי קרתא, נאר פארדאמט די וועלכע האבן געטוהן די אויבערדערמאנט פארברעך אנגעבליך אז זיי זענען נטורי קרתא...
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
פארשפארט