מיין חבר - א 20 יעריגע בחור האט געהאט אן אינטערעסאנטע עקספיריענס עטליכע חדשים צוריק
ער האט זיך זיינע פראבלעמען - די זעלבע ווי יעדע מענטש
וואונענדיג אין א קליינע שטעטל ווי יעדער קען יעדעם'ס פראבלעמען איז אים אביסל שווער צו טרעפן א שידוך
איז דא א וואוילע איד וואס איז עכט א ערליכער און גוטער אבער ער איז א שטיקל שלימזל
יעדן טאג - בעיקר פרייטאג - שטייט ער אין ביהמ"ד און נעמט צאם געלט צו באצאלן זיין שבת איך פראביר אים צו געבן ווען איך קען, אזוי אויך גיבט מיין חבר ווען ער קען
איין טאג איז איינגעפאלן א גוטן שידוך פאר איינעם - יאפ האסט צוגעטראפן די בחור פאר די איד וועם ער גיבט געלט כמעט יעדע וואך
נאך א שטיק צייט ארבעטן דערויף האט זיך עס נישט אויסגעארבעט און די אומעקספיריענס שדכן האט געזאגט פאר דעם בחור (זיין חבר)
אז די סיבה פארוואס עס האט זיך נישט אויסגעארבערט איז ווייל יענער (מחותן) האלט אז ער (בחור) איז נישט גענוג גוט פאר זיין טאכטער
די עוולה פון די שדכן איז נישט דא אויפן טיש יעצט (חוץ אויב אויף דעם ווילן ענק זיך טענה'ן אין די קאמענטס )
די דילעמע איז דאס: די בחור שפאצירט אריין אין בית המדרש און זעהט יענעם גיין נאך געלט וואס זאל ער טוהן?
אנהייב פלעגט ער (בחור) ממש אנטלויפן ווען ער האט אים געזעהן פונדערווייטנסט אין ביהמ"ד
2-3 וואכן שפעטער יענער גייט צי צו אים בעטן געלט ער איז געווארן פארלוירן געזאגט איך האב נישט יעצט און אוועקגעוואקט
יענער הערט אים נישט אויף בעטן און ער זאגט יעדעס מאל "איך האב נישט יעצט"
לכאורה ווייסט נישט יענער אז די שדכן האט אים דאס איבער געזאגט
וואס זאל ער טוהן? ער פילט זיך זייער געטשעפעט ווייל (אין אזא קליינע שטעטל) קען ער די מיידל נאך פון אלץ קליין קינד ווען זיי פלעגן שפילן צוזאמען
און ער ווייסט וואס אירע פראבלעמען זענען - פונקט ווי זי ווייסט זיינע פראבלעמען
און ער פילט זיך זייער געטשעפעט
וואס זאל ער טוהן???????
געבן אדער נישט??? - חתן - מחותן
- new news
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 31, 2023 5:52 pm
- געפינט זיך: אינדערהיים
- האט שוין געלייקט: 159 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל
געבן אדער נישט??? - חתן - מחותן
חב''ד הויזן האט געשריבן: ↑
דאס אבער הצד השוה שבהן איינער וואס קען נישט מחלק זיין בין דם לדם ובין טראגעדיע לטראגעדיע און ציט גלייך מסקנות און טענות אויף פריער-אראפגעשטעלטע מסקנות און אגענדעס געפינט זיך אויף די זעלבע הענט-טראק נאר אין אנדערע באקסעס.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: געבן אדער נישט??? - חתן - מחותן
כ'כאפ בכלל נישט די שאלה. פארוואס זאל ער עם נישט גיבן צדקה? ווייל ער האט עם נישט געוואלט נעמען פאר חתן? וואס האט איינס מיטן צווייטן?
און אויב פילט ער זיך זייער געטראפן און ער קען נישט גיבן, איז וואס וויל ער וויסן דא? וויאזוי מ'ארבעט אויס די מידות?
אלנפאלס, איך וואלט צוגעענדיגט מיט א וואונטש פאר ביידע, נאר איך האלט נישט אז ס'וועט עפעס העלפן ממילא העל איך פארשפארן די טינט

געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 350
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל
Re: געבן אדער נישט??? - חתן - מחותן
וואס איז מיט איינער וואס האט דיר נישט געוואלט אנעמען צו ארבעטן פאר אים און שפעטער באקומסטו א שטעלע וואו דו ברויכסט יענעם סערווירן אין דיין פאזיציע?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 71
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 26, 2023 5:58 am
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל
Re: געבן אדער נישט??? - חתן - מחותן
היתכן ער גייס צי דעם בחור בעטן געלט?new news האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 20, 2023 2:30 pm מיין חבר - א 20 יעריגע בחור האט געהאט אן אינטערעסאנטע עקספיריענס עטליכע חדשים צוריק