שמייסען קינדער
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:07 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
Re: שמייסען קינדער
איך וואלט מסתמא אויך אזוי געטוהן. איך וואלט געגעבן דאס קינד 3-4 שמיץ אויף די פלאץ וואס מען זיצט און ס'וואלט נישט פאסירט נאכאמאל.אונטער חכם האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 13, 2018 12:08 am לאמיר הערן, וואס וואלט איר געטון מיט א זיבן יעריג קינד וואס לויפט אריבער די גאס ?
ווען מיין טאָכטער האט עס געטון צום צווייטן מאל האב איך איר אנגעשמיסן מיט א פאסיק אזוי ווי מיין טאטע פלעגט טוהן.
אויף ביז דערווייל האט עס געהאלפן, און קיין אנדערע עצה האב איך נישט געקענט טראכטן.
איך האב אמאל ביי געוואוינט ווי א קינד האט זיך אריינגעשטעלט אין א סכנה (בכוונה תחילה צו וויזן אז ער איז חברה'מאן) און די טאטע האט געשריגען אויף עם "כ'האב דיר שוין 20 מאל געזאגט זאלסט עס נישט טוהן", האב איך געטראכט פארוואס מיינט ער אז די 21סטע מאל וועט דאס קינד בעסער פארשטיין ?
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re:
דיסעגרי.
פעטש איז צומאל זייער וויכטיג פאר חינוך. איך האב שוין גערעדט מיט ערפארענע מחנכים און עלטערן, וואס ווייזן קלאר אויף אז עס העלפט פאר חינוך.
ווי שוין געשריבן עטליכע מאל, טאר עס נישט קומען מתוך כעס, און נישט האקן שטיקער, נאר באמת צו א כוונה צו מחנך זיין דאס קינד, וואס איז א מחוצף, עקשן, שלעגער, לץ, ווילד, וכו' וכו'.
אוולת קשורה בלב נער - שבט מוסר ירחיקנה ממנה, זאגט שלמה המלך אין משלי.
וירח ה' את ריח הניחוח
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
Re: שמייסען קינדער
פעטש איז נישט חינוך און חינוך איז נישט פעטש.
נאך אלץ מוז מען אמאל ניצען פעטש און ס׳נישט דא קיין צייט פאר חינוך כגון צים ביישפיל א קינד וואס שלאגט א צווייטע קינד אדער ער טוט א סכנה׳דיגע זאך, און איך רעד נישט פון אנהאקן די ביינער עד זוב דם, איך רעד פון איין פשוטע פראסק, צי קלאר מאכן אז דאס טאר מען נישט טוען און אויב טוט מען דאס יא כאפט מען א פראסק, טאקע נישט קיין חינוך, נאר א cause and affect.
לגבי פארשעמען, פארשעמען א קינד איז קיינמאל נישט אויסגעהאלטן, דאס לאזט א לאנג טערמיניגע אפעקט, און מאכט נאר שאדן.
משא״כ א פראסק וואס איז טאקע נישט קיין חינוך אבער קיין לאנג טערם שאדן ברענגט עס נישט, און נאכאמאל איך רעד נישט פון איבערלייגן, אנבויקערן מיט א שטעקן וכו׳ איך רעד פון א בלויזע פראסק.

If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 8
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 01, 2023 4:07 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
Re: שמייסען קינדער
איך מיין אז צוגעבן א פראסק אין פנים ספיציעל פאר א קליין קינד קען אמאל זיין נישט אזוי SAFE און איז אויך זייער שאקירנד פאר'ן קינד.קהל'ס נער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:35 am פעטש איז נישט חינוך און חינוך איז נישט פעטש.