וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

חוץ פון שיקן געלט פאר ציגעראטלעך, וואס קענען מיר טון צי העלפן אונזערע ברודער און שוועסטער בארץ? און דער אמת, יעדער איד אויפן כדור העולם איז אין א סכנה מיט אזא פארצויגענע מערכה, איינער מער און איינער ווייניגער.
אבער דער אמת איז אז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי גרינג פאר יעדן יחיד צי אויפטון אין דעם געביט ווי אין די לעצטע דור. ביז 10-20 יאר צוריק זענען אלע מיינונגען געליפטערט געווארן דורך די גרויסע צייטונגען וברצותו מרחיב ומקצר. אודאי, ס'איז נאכנישט קיין תיקון השלם, און דער פראבלעם פון בייעס אין די מידיע גייט נאך אהן אין גרויסן, אבער וואס איז געשען איז אז יחידים וואס פארמאגן נישט מער ווי זייער הויזן מיט א טוויטער אדער יוטוב אקאונט האבן באקומען א פרעצעדענטלאזע כח זיך צי שלאגן מיט די ריזיגע מידיע פירמעס! אזאך וואס האט נישט עקזיסטירט מיט 20 יאר צוריק אין ווילדסטן חלום.
נעם א דוגמא פון די טשענעל (א דאנק פאר דער וואס האט עס געלינקט אין אן אנדערע אשכול, כ'געדענק נישט ווער) ער איז א פשוטע טור גייד אין ישראל, ניטאמאל א גוטע ענגליש אדער עטרעקטיוו. אבער זיינע לעצטע פאר ווידיאס האבן עטרעקטעט 4 מיליאן וויוס! און גיב א קוק אין די קאמענטס טויזענטער מענטשן שרייבן אז זיי האבן געטוישט זייער בליק אויף די פאלעסטינער קאנפליקט נאר פון וואטשן דאס! וואס איז זיין סוד? פשוט ער רעדט רואיג, צי דער זאך, פאקטן, קלאר אראפגעלייגט און מיט חידושים - נישט סתם איבערגעקייט ליידיגע פראזן.
די וויכטיקייט פון האבן די דעת הקהל איז זייער גרויס, און לדעתי נאך וויכטיגער ווי בפועל אונטערברענגען כאמאס און ציווארפן די טונעלס. פאר צוויי סיבות, איינס פאר יודן איבער די וועלט און צווייטענס צי העלפן די מדינה גופא.
די ערשטע צורך, דארף מען נישט מסביר זיין. יעדער פארשטייט אז טאמער א גוי'ס בליק אויף יודן איז אז זיי זענען רוצחים און אינטערדריקן אומשילדיגע פאלעסטינער, נישט נאר איז עס א סכנה פון פאקטישע אטאקעס, נאר עס מאכט ענג בכלליות פאר יודן. אפילו נארמאלע גוים וואס גייען נישט אטאקירן קיינעם, אבער א שלעכט אויג איז נישט קיין גונסטיגע זאך אין קיין שום וועג.
די צווייטע צורך איז אז די וועלט לענדער זאלן שטיין אויף אונזער זייט. דאס איז מורא'דיג וויכטיג ווייל לאמיר זיך נישט נער'ן, ווי שטארק ישראל איז נישט קענען זיי זיך נישט אליין פארמעסטן מיט די גאנצע אראבישע וועלט. צווישן איראן און ישראל איז א חילוקי דעות ווער ס'איז שטערקער, אבער צוזאמען מיט אלע אראבישע לענדער איז נישטא קיין שאנס. מוזן זיי דאך צוקומען צי די מערב וועלט לענדער, סיי צי באקומען שטיצע בפועל, און סיי צי שטערן די שטיצע פאר די טעראריסטן פון איראן ודעמיה. די פאליסיס פון יעדע דעמאקראטישע לאנד רעפרעזענטירט וואס די פאלק וויל. (הערה: צ"ע, פארוואס די מערב וועלט איז דערווייל גענויגט מיט דער מדינה ווען די מידיע און רוב עולם איז כנראה מער פרא פאלעסטין?). און דער דעת המון עם איז גענויגט צי אונזער זייט, אויטעמאטיש וועט עס ברענגען מער הילף פאר ישראל.
איז למעשה וואס קענען מיר טון? איז מענטשן וואס קענען מאכן גוטע קאנטענט (מען קען פרודעצירן אנימעישענס זייער גרינג, מען דארף נישט אליין זיך באווייזן און רעדן) און ספעציעל די וואס האבן אסאך פאלויערס, קענען טון וואס דער trvelingisrael הנ"ל האט געטון מיט גרויס סוקסעס. אבער יעדער איינער קען טון engagement מיט אזאלכע קאנטענט ווי לייקן, קאמענטן אדער סתם פארשפרייטן.
ומכאן הקריאה יוצאת, ווער עס האט א ידיעה אין וויאזוי די פלאטפארמעס ווי יוטוב און טוויטער וכדומה ארבעטן אין טוירמס פון רענקען זאכן און ספעציעל די פילטערס, זאל ביטע אריינקומען מיט עצות אויף דעם געביט. ווייל איך, למשל, האב פרובירט צי לייגן די פאלגענדע קאמענט אויף 2 פארשפרייטע פרא כאמאס ווידיאס אויף י"ט און זיי זענען גלייך אראפגעפלויגן (כ'האב געוויסט אז מ'טאר נישט לייגן קיין לינקס, האב איך טאקע אויסגעלאזט).
I'm Jewish and thinking of converting to Islam after seeing this heroism and braveness!
Edit: i found a highly recommended channel for whoever wants to have a good understanding on the Palastine conflict. Its name is travelingisrael. He's an ordinary person whom I don't know and he's frankly not the most attractive speaker, but his explanation changed my view drastically.
Look at the 3 last videos in that channel
עס באדערט מיך פארוואס די מדינה טוט נישט מער אויף דעם געביט פון פראפאגאנדע (אויפקלערן די אמת). אמת, זיי קומען ארויס מיט ווידיאס ווייזן די גרויזאמקייט פון כאמאס וכדו', אבער ווען קוקט וואס דער אלגעמיינע המון עם האלט איז נישט דאס די פוינט. די אויבנדענמאנטע ווידיאס איז די פערפעקט מהלך צי מסביר זיין אז זייער גאנצע טענה פון כלומפרשטע אקופאציע הייבט זיך נישט אהן, און אז די אראבער אליין אין אנדערע מדינות הרג'ענען אסאך מער מענטשן פון זייער אייגענע פאלק (while ישראל פרובירט ווי ווייט מעגליך מינוזימירן ציווילי טויטע) און קיינער מאכט נישט קיין עסק נאר פון די פאלעסטינע קאנפליקט וואס איז א טיפה מן הים פון די הריגות אין אנדערע אראבישע לענדער. דאס הייסט גערעדט.
ווען די מדינה וואלט פארשפרייט די זעלבע ווידיא נאר דורך א בעסער-ענגליש-רענדיגע עטרעקטיוו פימעיל, וואלט עס מסתם געקענט האבן א ווייטגרייכענדע השפעה. חבל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טמיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
נאך אן איידיע וואס איך האב. נעמען אזא ווידיא מיט די 10 פאקטן וואס מענטשן האבן א טעות בנוגע די פרשה, און א פילאנטראפ זאל דאס בעקן מיט 100 טויזענט דאלאר. דאס הייסט אז טאמער איינער קען אויפווייזן אז איינס פון די פאקטן איז נישט אמת קריגט ער 100ק. אזא ווידיא וועט ווערן צושפרייט ווי צודרייט, און עס קען אויפטון א וועלט.
פארשטייט זיך אז ס'זאל טאקע נאר האבן 100 פראצענטיגע קראנטע זאכן. למשל, אחינע פון די זאכן וואס דער חברה"מאן זאגט (איך מיין אז ער בלאבעט עס נאר נאך פון דזערעד קושנער) איז אז די פאלעסטינע האבן באקומען די מערסטע געלט אין הילף פון אנדערע לענדערע מער פון סיי וועלכע אנדערע גרופע. אויף וואס א סאך האבן געטענה'ט אז ישראל איז גאר דער וואס האט באקומען די מערסטע.
און אפילו ער וועט ווערן געכאפט מיט איין זאך און דארפן באצאלן די 100ק, און עס גוט ווערט
פארשטייט זיך אז ס'זאל טאקע נאר האבן 100 פראצענטיגע קראנטע זאכן. למשל, אחינע פון די זאכן וואס דער חברה"מאן זאגט (איך מיין אז ער בלאבעט עס נאר נאך פון דזערעד קושנער) איז אז די פאלעסטינע האבן באקומען די מערסטע געלט אין הילף פון אנדערע לענדערע מער פון סיי וועלכע אנדערע גרופע. אויף וואס א סאך האבן געטענה'ט אז ישראל איז גאר דער וואס האט באקומען די מערסטע.
און אפילו ער וועט ווערן געכאפט מיט איין זאך און דארפן באצאלן די 100ק, און עס גוט ווערט
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
די קעפל פון אזא ווידיא וועט זיין בערך "$100000 reward if you prove one of these Palestinian facts wrong". איך קען גאראנטירן כאטש 100 מיליאן וויוס אויב ס'איז געלייגט אויף די ריכטיגע פלעצער און ס'האט בעקינג פון א באקאנטע סאליד עושרטמיר האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:22 pm נאך אן איידיע וואס איך האב. נעמען אזא ווידיא מיט די 10 פאקטן וואס מענטשן האבן א טעות בנוגע די פרשה, און א פילאנטראפ זאל דאס בעקן מיט 100 טויזענט דאלאר. דאס הייסט אז טאמער איינער קען אויפווייזן אז איינס פון די פאקטן איז נישט אמת קריגט ער 100ק. אזא ווידיא וועט ווערן צושפרייט ווי צודרייט, און עס קען אויפטון א וועלט.
פארשטייט זיך אז ס'זאל טאקע נאר האבן 100 פראצענטיגע קראנטע זאכן. למשל, אחינע פון די זאכן וואס דער חברה"מאן זאגט (איך מיין אז ער בלאבעט עס נאר נאך פון דזערעד קושנער) איז אז די פאלעסטינע האבן באקומען די מערסטע געלט אין הילף פון אנדערע לענדערע מער פון סיי וועלכע אנדערע גרופע. אויף וואס א סאך האבן געטענה'ט אז ישראל איז גאר דער וואס האט באקומען די מערסטע.
און אפילו ער וועט ווערן געכאפט מיט איין זאך און דארפן באצאלן די 100ק, און עס גוט ווערט
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
טמיר האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 22, 2023 10:12 pm חוץ פון שיקן געלט פאר ציגעראטלעך, וואס קענען מיר טון צי העלפן אונזערע ברודער און שוועסטער בארץ? און דער אמת, יעדער איד אויפן כדור העולם איז אין א סכנה מיט אזא פארצויגענע מערכה, איינער מער און איינער ווייניגער.
מון עם איז גענויגט צי אונזער זייט, אויטעמאטיש וועט עס ברענגען מער הילף פאר ישראל.
א פחד און א שרעק דארף אנכאפן יעדן איד וואס איז געשען מיט אונזער פאלק די לעצטע צוויי וואכן. היינו ללעג וקלס בגויים, די גויים ארום אונז הייבן זיך די קעפ, נחשבנו כצאן לטבח להרוג ולאנוס למכה ולחרפה.
אידן פון חוץ לארץ זענען אזוי ווי אידן אין אמעריקא בשעת'ן צווייטן וועלטס קריג, נאר דא קען זיין אז אונז ווייסען מער פון דעמאלטס וואס צו טון.
מיט דעם אלעם איז די הרגשה פון זיצן דא טויזענטע מיילן אוועק, און נישט קענען טון עפעס מער ווי שיקן חיזוק, און מאראלע שטיצע, זייער שווער.
איינע פון די השתדלות'ן וואס אונז קענען טון איז טאקע וואס אונזער הרב @טמיר האט ארויפגעברענגט, צו ארבעטן אויף דעת המון עם, דאס איז טאקע א וויכטיגע זאך.
אויכעט דארף מען זען זיך צו האלטן באחדות, ווען כלל ישראל איז צוטיילט, שיקט עס נישט קיין גוטע מעסעזשעס פארן שונא. ווי אויכעט קען זיין א גוטע זאך אז מ'נעמט איין חייל אויפן פראנט, און מ'האט אים אינזין ביים דאווענען, און שיקן גשמיות'דיגע און מאראלישע שטיצע.
ואנו אין לנו על מי להישען אלא על אבינו רועינו, וי''ר שנחיה ונראה נסים גלויים בקרוב, ובניקול.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
כ'ווייס נישט פארוואס אבער מיינע קאמענטס אויף יוטוב פליען גלייך אראפ. אפשר בין איך בלעקליסטעט? אדער גייט עס דורך א ריוויו פאר ס'גייט ארויף?
אויב איינער קען זיך אויס, ביטע אריינקומען מיט אינפא.
אויב איינער קען זיך אויס, ביטע אריינקומען מיט אינפא.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
נישט געכאפט אז @שאלתיאל האט שוין געעפענט אן ענליכע אשכול viewtopic.php?p=537178#p537178
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל
Re: וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
שוין א יאר צוויי צוריק האב איך געוואטשט א ווידיאו פון דעם יעניגע, ער איז אריינגעקומען היבש קלאר, כאטש ער איז א לינקע איז ער גאר שטארק קעגן א פאלעסטינער שטאט און ער איז מסביר מיט א קלארקייט זיינע שיטות, עס איז אינטערעסאנט צו זעהן ווי דעת הקהל פון די (לינקע) איזרעיליס האט זיך געטוישט אין די לעצטע 15 יאר.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
Re: וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
קודם, בדרך צחות, האב איך זיך דערמאנט פון דעם תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 57#p537357
אבער אין א ערנסטן נאוט, ליידער ביי די שונאי ישראל איז זייער פאסיג דער קאמענטאר "פארדריי מיר נישט דעם קאפ מיט פאקטן, איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינד".
זייער שווער צו גלייבן אז א פאלעסטינער וועט טוישן שטעלונג צוליב א יוטוב קליפ אדער אפילו א שטארקע ארטיקל אין א גרויסע צייטונג.
איך פארשטיי אז דו צילסט בעיקר די "גרעי עריע" מענטשן וועלכע האבן נאך נישט קיין באשטימטע מיינונג, און דו ווילסט טון מיט זיי וואס דער פרעזידענט טוט אין א סווינג סטעיט... אבער איך גיב שוואכע האפענונגען. דער דעת הקהל איז שווער צו טוישן. עס קוקט אויס ווי א באשערטע זאך, אזא עשו שונא ליעקב סארט.
עס איז נישטא קיין ברירה, מען מוז זיך מחזק זיין מיט'ן באשעפער, עס איז נישטא קיין אנדערע עצה. אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. לאמיר זיך נישט איינרעדן אז מיט אביסעלע בעסערע PR וועט אונז ווערן גרינגער אין גלות. און לאמיר טאקע דאנקען השי"ת אז אמעריקע און אנדערע נארמאלע לענדער שטייען מיט אונז אקעגן די ברוטאלע רוצחים ימ"ש, עס איז א שטיקעלע נחמה און ווייזט אונז אז דער באשעפער קען שיקן זיין ישועה אויף פארשידענע אנדערע אופנים.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:45 am
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
איינציגסטע וועג פטור צו ווערן פון אלעם שלעכס איז מתפלל זיין פאר ביטול מדינת עמלק.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
אמת, אז אן אנטיסעמיט קען מען נישט טוישן נישט קיין חילוק וואס דו העסט עם ווייזן. אבער די גרעי עריע מענטשן זענען לדעתי אסאך מער ווי דו מיינסט. כ'וואלט געזאגט רוב מערב וועלט מענטשן פארן אריין אין די קאטעגארי. נעם לדוגמא די ווידיא וואס כ'האב געלינקט, ס'האט 51 טויזענט קאמענטס, און א גרויסע פראצענט זאגן אז דאס האט זיי אויפגעקלערט צי טראכטן אנדערשטשמעקעדיג האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 23, 2023 11:27 pm קודם, בדרך צחות, האב איך זיך דערמאנט פון דעם תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 57#p537357
אבער אין א ערנסטן נאוט, ליידער ביי די שונאי ישראל איז זייער פאסיג דער קאמענטאר "פארדריי מיר נישט דעם קאפ מיט פאקטן, איך האב שוין אפגעמאכט מיין מיינד".
זייער שווער צו גלייבן אז א פאלעסטינער וועט טוישן שטעלונג צוליב א יוטוב קליפ אדער אפילו א שטארקע ארטיקל אין א גרויסע צייטונג.
איך פארשטיי אז דו צילסט בעיקר די "גרעי עריע" מענטשן וועלכע האבן נאך נישט קיין באשטימטע מיינונג, און דו ווילסט טון מיט זיי וואס דער פרעזידענט טוט אין א סווינג סטעיט... אבער איך גיב שוואכע האפענונגען. דער דעת הקהל איז שווער צו טוישן. עס קוקט אויס ווי א באשערטע זאך, אזא עשו שונא ליעקב סארט.
עס איז נישטא קיין ברירה, מען מוז זיך מחזק זיין מיט'ן באשעפער, עס איז נישטא קיין אנדערע עצה. אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. לאמיר זיך נישט איינרעדן אז מיט אביסעלע בעסערע PR וועט אונז ווערן גרינגער אין גלות. און לאמיר טאקע דאנקען השי"ת אז אמעריקע און אנדערע נארמאלע לענדער שטייען מיט אונז אקעגן די ברוטאלע רוצחים ימ"ש, עס איז א שטיקעלע נחמה און ווייזט אונז אז דער באשעפער קען שיקן זיין ישועה אויף פארשידענע אנדערע אופנים.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
Re: וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
@מנהל ביטע נעם קער פונעם אורח דא, כ'האב מיך אויפגעוועקט היינט צופרי מיט אלע אשכולות אנגעפירקעלט.פשוטע אלף בית האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:01 am איינציגסטע וועג פטור צו ווערן פון אלעם שלעכס איז מתפלל זיין פאר ביטול מדינת עמלק.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 15
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:45 am
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?
אזא צעווילדעוועניש פון אפאר קורצע קאמענטארן??דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:51 am@מנהל ביטע נעם קער פונעם אורח דא, כ'האב מיך אויפגעוועקט היינט צופרי מיט אלע אשכולות אנגעפירקעלט.פשוטע אלף בית האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 24, 2023 10:01 am איינציגסטע וועג פטור צו ווערן פון אלעם שלעכס איז מתפלל זיין פאר ביטול מדינת עמלק.
יא יא מינות ואפיקורסוס ברענט ר"ל