מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמן למאור »

א טשעלמער פון מאה שערים מיט 16 קינדער האט נעבעך איין זון וואס האט געגליטשט און איז געווארן פריי.

דער גורל'דיגן שמחת תורה האט ער זיך געפינען ביים מסיבת טבע נעבן כפר עזה, און איז ליידער פארכאפט געווארן קיין עזה.

דער טאטע באקומט נעכטן א ריף פון חאמאס...! ער הייבט אויף, "האלא?! ווער איז דאס"?

"דא רעדט מאכאמאד על באהאבדיק, אונז האבן דא דיין זון אין געפענגעניש"!

דער טאטע פרעגט, "ער האט וואס צו עסן דארטן"?

"יא, ער עסט פיין" זאגט דער טעראריסט.

"ער האט צו טרינקן"?

"יא"!

"ער האט ווי צו שלאפן"?

"יא, מיר נעמען גוט קער פון אים דא"

"אה, זייער גוט" זאגט דער טאטע, "כ'שיק דיר מארגן נאך 15 קינדער"...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמן למאור »

יעדער פרעגט וואו איז דער ש.ב.?

זעט אויס אז ס'איז ענדערש ב"ש...

(הערשל פרידמאן אויף קול מבשר!)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

לכבוד כרם זית!
ראש ישיבה אחד הקשה פעם קושיא חזקה והבטיח שאם יקבל תשובה יבוא מחר עם פראק בצבע זית, אף שקיבל תשובה הופיע למחרת עם הפראק הרגיל, לתמיהתם של תלמידיו ענה ”וכי מימיכם לא ראיתם זית שחור...”
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

ביי די מנינים פון ותיקין (און פארשטייט זיך פריער זיכער) ביז 7:30 דאווענען די אידן וואס גייען אן קיין עטרות...

און ביי די מנינים פון 7:30 ביז ארום 9:30 דאווענען די אידן וואס גייען געקעסטלטע עטרות...

און ביי די מנינים פון 9:30 ביז 11:30 דאווענען די אידן וואס גייען די המן טאשן עטרות...

און ביי די מנינים פון 11:30 ביז חצות (שקיעה בלע"ז) דאווענען די אידן מיט רוקן עטרות...
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

דריי מענטשען האבען אריין געגעבן אן אן אפליקאציע צו ארבייטען פאר די סי איי עי (CIA)

מען נעמט אפיר דעם ערשטען און מען גיבט איהם א ביקס און מען זאגט איהם...

אין דעם צומער זיצט דיין שוויגער גיי אריין און שיס איהר.

איך קען נישט, זאגט ער.

זאגט מען איהם, קענסטו נישט ארבייטען דא.

נעמט מען דעם צוייטען און מען זאגט איהם די זעלבער זאך, אין דעם צומער זיצט דיין שוויגער נעם דער ביקס און גיי אריין און הרג איהר.

ער גייט אריין און נאך 5 מינוט קומט ער ארויס מיט טרערן אין די אויגן און זאגט וויינענדיג איך קען נישט.

זאגט מען איהם, קענסטו אויך נישט ארבייטען דא

נעמט מען דער דער דריטער, און מען זאגט איהם די זעלבער זאך, אין דעם צומער זיצט דיין שוויגער נעם דער ביקס און גיי אריין און הרג איהר.

ער גייט אריין און מען הערט שיסען איינס נאכען צווייטען און דערנאך האקען און זעצען און שרייען געפערליכע קולות.

ער קומט ארויס און זאגט... איינער האט אריין געלייגט פאלשע בולעטס האב איך איהר געמוזט דערווערגען
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמן למאור »

חיים שיק האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 10:11 am ביי די מנינים פון ותיקין (און פארשטייט זיך פריער זיכער) ביז 7:30 דאווענען די אידן וואס גייען אן קיין עטרות...

און ביי די מנינים פון 7:30 ביז ארום 9:30 דאווענען די אידן וואס גייען געקעסטלטע עטרות...

און ביי די מנינים פון 9:30 ביז 11:30 דאווענען די אידן וואס גייען די המן טאשן עטרות...

און ביי די מנינים פון 11:30 ביז חצות (שקיעה בלע"ז) דאווענען די אידן מיט רוקן עטרות...
וואס איז פשט אז די רבישע חברה גייען מיט אזאנע מאדנע תחת עטרות?

ווייל ס'איז זיי נישט קלאר ווי די קאפ איז.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך קהל'ס נער »

מען דארף ווארפן סמארטפאון׳ס אויף עזה, ווייל ס׳מאכט חרוב שטובער און ס׳צוברעכט משפחות…..

(יענקל׳ה קורנבליט)
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך כספי »

שמן למאור האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2023 12:29 am
וואס איז פשט אז די רבישע חברה גייען מיט אזאנע מאדנע תחת עטרות?

ווייל ס'איז זיי נישט קלאר ווי די קאפ איז.
אנדערע זאגן אז די מנהג איז עס צו לייגן ביים מח...
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

א אינגערמאן'ס שווער האט געקויפט א נייע קאר, און די איידעם האט עס געוואלט בארגן, האט ער געבעטן זיין שווער אויב ער קען עס בארגן, האט די שווער געקווענקלט, האט די איידעם געפרעגט, אז ער וויל פארשטיין, דיין טאכטער האסטו מיר געגעבן ווי גארנישט, און די קאר האסטו מורא?? האט אים די שווער געענפערט אז מיין קאר דארף איך צוריק אבער מיין טאכטער נישט
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

װאס װערט מען װען מ׳עסט אױף א גאנצע בעג אָסטרײכערס טשאקלאד טשיפ קוקיס?
א בנין עסטרײכער!!!!!
[NAMELESS]

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואס איז די חילוק צווישן ברסלב און חב"ד?

חב"ד - איז שווערע תורות פאר גרינגע מענטשען

ברסלב - איז גרינגע תורות פאר שווערע מענטשן......
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

אן ערליכער, (אפגעהיטענער) איד איז אמאל געפארן מיט דעם שטאטישן באס אין די שטאט ווילנא. האט א (אידישע?) פרוי זיך געוואלט אוועקזעצן נעבן איהם. ער האט איהר געוואלט בעטן אז זי זאל זוכן אן אנדער סיעט. ער האט איהר נישט געוואלט באליידיגן. האט ער געזאגט פאר איהר..."איך ווייס נישט אויב דו זאלסט זיצן נעבן מיר. איך האב "כרוספדין". די פרוי האט זיך דערשראקן און באלד געזוכט אן אנדער פלאץ. זי קומט אהיים און זי פארציילט פאר איהר מאן..."דו ווייסט אז חיים האט "כרוספדין". פרעגט איהר מאן ..פון וואו ווייסט דו?.. זאגט זי. ער האט מיר אליין געזאגט. רופט זיך אן איהר מאן..."איך האב עס אויך"...אויך אונזער קליין יונגעלע שלמה'לע האט עס באקומען...די פרוי האט זיך עכט שטארק דערשראקן און זי זאגט אז מ'דארף שוין גיין צום דאקטער. דער מאן האט איהר בארואיגט און געזאגט. דו האסט שוין פארגעסן וואס דו האסט געלערנט אין סקול?! אז די תרגום אונקלוס זאגט אויף דעם פסוק ונתנו על ציצית..."כרוספדין"... אויף דעם האט זי זיך בארואיגט...(מ'קען שפינען די מעשה ווייטער. נאר איך מיין אז דער עולם לאכט שוין...!)
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמן למאור »

א פרייע פרוי וואס איז געווען אנגעטון אויסגעלאסן איז ארויף אויף א באס אין בני ברק און זיך אוועקגעזעצט נעבן א ישיבה מאן. דער ישיבה מאן נעמט ארויס אן עפל פון זיין זעקל און געבט דאס פארן פרוי.

די פרוי פרעגט מיט וואונדער, "וואס איז דאס"?

איז די ישיבה מאן מסביר, "ביז חוה האט געגעסן פונעם עץ הדעת האט זי אויך נישט געוויסט אז זי גייט נאקעט"...

דעם נעקסטן טאג קומט די פרוי ווידער ארויף אויפן באס, זי טרעפט דעם ישיבה מאן זיצן, זי גייט צו און נעמט ארויס אן עפל פון איר זעקל און געבט דאס פארן ישיבה מאן.

דער ישיבה מאן פרעגט "וואס איז דאס"?

איז די פרוי מסביר, "ביז אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת האט ער אויך נישט געוואוסט אז ער דארף ארבעטן"...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמן למאור »

ס'האט זיך געטון א גאנצע טענה'ריי אין א כולל אין ירושלים צו די בני הכולל וואס לערנען תורה האבן ממש א גדר ווי די סאלדאטן וואס שלאגן זיך אויפן פארנט, צו אפשר איז עס א צווייטן גדר. ס'איז געגאנגען קולות לכאן ולכאן, ביז איינער איז צוגעגאנגען און געפרעגט, למאי נפק"מ?

האט מען אים געענטפערט "לגבי יפת תואר"
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן: אן ערליכער, (אפגעהיטענער) איד איז אמאל געפארן מיט דעם שטאטישן באס אין די שטאט ווילנא. האט א (אידישע?) פרוי זיך געוואלט אוועקזעצן נעבן איהם. ער האט איהר געוואלט בעטן אז זי זאל זוכן אן אנדער סיעט. ער האט איהר נישט געוואלט באליידיגן. האט ער געזאגט פאר איהר..."איך ווייס נישט אויב דו זאלסט זיצן נעבן מיר. איך האב "כרוספדין". די פרוי האט זיך דערשראקן און באלד געזוכט אן אנדער פלאץ. (מ'קען שפינען די מעשה ווייטער. נאר איך מיין אז דער עולם לאכט שוין...!)


https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 21#p532121

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 92#p493692
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

שנעקעדיג: ייש"כ פאר צו ברענגען די "מסורת הש"ס". איז א סימן אז די מעשה איז אמת. וויל איך האב עס איבערדערציילט פונקט אזוי ווי די ערשטע (אדער צווייטע) מאל...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:16 am שנעקעדיג: ייש"כ פאר צו ברענגען די "מסורת הש"ס".

לייק פאר דעם אויסדרוק :P
(וועגן "שנעקעדיג" העמיר רעדן אן אנדערס מאל)...


berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 2:16 am איז א סימן אז די מעשה איז אמת.

ווי אזוי זאגט נאר דיין רבי, דער יארמער רב... אנדערע בדחנים טראכטן אויס פאלשע מעשיות, איך טראכט נאר אויס אמת'דיגע!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז אן אמת'ע מילתא דבדיחותא. כ'מיין אז ס'קען אריינגיין אין "טעותים אין היימישע אויסגאבעס."
באניצער אוואטאר
אגריפס המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 14, 2023 1:59 am
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך אגריפס המלך »

שמן למאור האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:49 pm א טשעלמער פון מאה שערים מיט 16 קינדער האט נעבעך איין זון וואס האט געגליטשט און איז געווארן פריי.

דער גורל'דיגן שמחת תורה האט ער זיך געפינען ביים מסיבת טבע נעבן כפר עזה, און איז ליידער פארכאפט געווארן קיין עזה.

דער טאטע באקומט נעכטן א ריף פון חאמאס...! ער הייבט אויף, "האלא?! ווער איז דאס"?

"דא רעדט מאכאמאד על באהאבדיק, אונז האבן דא דיין זון אין געפענגעניש"!

דער טאטע פרעגט, "ער האט וואס צו עסן דארטן"?

"יא, ער עסט פיין" זאגט דער טעראריסט.

"ער האט צו טרינקן"?

"יא"!

"ער האט ווי צו שלאפן"?

"יא, מיר נעמען גוט קער פון אים דא"

"אה, זייער גוט" זאגט דער טאטע, "כ'שיק דיר מארגן נאך 15 קינדער"...

ס'גייט אויף א גאליציאנער מיט א קידנעפער...
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

שמן למאור האט געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 04, 2023 11:07 pm א פרייע פרוי וואס איז געווען אנגעטון אויסגעלאסן איז ארויף אויף א באס אין בני ברק און זיך אוועקגעזעצט נעבן א ישיבה מאן. דער ישיבה מאן נעמט ארויס אן עפל פון זיין זעקל און געבט דאס פארן פרוי.

די פרוי פרעגט מיט וואונדער, "וואס איז דאס"?

איז די ישיבה מאן מסביר, "ביז חוה האט געגעסן פונעם עץ הדעת האט זי אויך נישט געוויסט אז זי גייט נאקעט"...

דעם נעקסטן טאג קומט די פרוי ווידער ארויף אויפן באס, זי טרעפט דעם ישיבה מאן זיצן, זי גייט צו און נעמט ארויס אן עפל פון איר זעקל און געבט דאס פארן ישיבה מאן.

דער ישיבה מאן פרעגט "וואס איז דאס"?

איז די פרוי מסביר, "ביז אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת האט ער אויך נישט געוואוסט אז ער דארף ארבעטן"...
דאס דערמאנט דער מעשה פון א ירושלמי וועליכע זיצט זיך אויף א באס און ארץ ישראל און לעבען איהם זיצט זיך אוועק א פרוי אנגעטוהן זייער נישט צניעות'דיג. בעסער געזאגט מער אויסגעטוהן ווי אנגעטוהן.

און דער איד קוקט און קוקט און איעדער פאר מינוט גיבט ער א שפיי און זאגט פוי! און דאס גייט אזוי אן פאר א גוטע האלבע שעה. דער איד קוקט און קוקט און איעדער פאר מינוט גיבט ער א שפיי און זאגט פוי!

נאך א האלבע שעה פרעגט זי איהם זאג נאר, אויב דו קוקסט און דו האסט ליעב וואס דו זעהסט פארוואס שפייסטו, און אויב דו שפייסט און זאגסט פוי פארוואס קוקסטו?

זאגט ער, איך קוק ווייל איך האב זייער ליב וואס איך זעה אבער איך שפיי און שריי פוי ווייל איך דערמאן זיך ווי אזוי מיין אייגענע ווייב זעהט אויס
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

עס איז דא אן אלט ווארט.

פארוואס איז דא צוויי לוחות?

ווייל ווען דער מלאך איז ארום געגאנגען צו אלע פעלקער צו זיי ווילען די תורה און קיינער האט נישט געוואלט, ביז ער איז געקומען צו די אידן. האבען זיי איהם געפרעגט...

וויפהיל קאסט עס?

האט דער מלאך גע-ענטפערט, גארנישט... עס איז פרי.

האבען זיי געזאגט, אויב אזוי גיב אהער צוויי.

די זעלבע קען מען זאגען יעצט. קוק וואספארא בהמות די אראבער זענען. זיי שרייען פרי פאלעסטיין.

פאר א איד שרייט מען פרי? אויב איז עס פרי גייען אונז דאס נעמען מיט קאמישען
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אין קאשוי ישיבה איז אמאל א בחור געגעאנגען מסר'ן ביים משגיח אז ער האט געזעהן צוויי בחורים אריין גיין מקוה אינמיטן סדר הלימוד.

פרעגט איהם דער משגיח, וואס מיינסטו האבן זיי דארט געטוהן?

ענפערט דער בחור, איך בין נישט זיכער אדער אויסגעהערט מרדכי בן דוד אדער גערייכערט א ציגרעטל
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

איינער גייט צו א גביר נאך געלט פאר א בנש"קל וואס האט נישט קיין פרוטה .

זאגט איהם דער גביר, וואס הייסט ? ער איז דאך יעצט געפארן קיין פלארידע?

יא יא זאגט ער, איך האב איהם טאקע דארט געזעהן ביים ים בעירום ובחוסר כל
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
פארשפארט