וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1144
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1351 מאל

וויאזוי קענען מיר העלפן אחבנ"י אין די מלחמה מיט די רוצחים?

שליחה דורך טמיר »

חוץ פון שיקן געלט פאר ציגעראטלעך, וואס קענען מיר טון צי העלפן אונזערע ברודער און שוועסטער בארץ? און דער אמת, יעדער איד אויפן כדור העולם איז אין א סכנה מיט אזא פארצויגענע מערכה, איינער מער און איינער ווייניגער.

אבער דער אמת איז אז ס'איז נאך קיינמאל נישט געווען אזוי גרינג פאר יעדן יחיד צי אויפטון אין דעם געביט ווי אין די לעצטע דור. ביז 10-20 יאר צוריק זענען אלע מיינונגען געליפטערט געווארן דורך די גרויסע צייטונגען וברצותו מרחיב ומקצר. אודאי, ס'איז נאכנישט קיין תיקון השלם, און דער פראבלעם פון בייעס אין די מידיע גייט נאך אהן אין גרויסן, אבער וואס איז געשען איז אז יחידים וואס פארמאגן נישט מער ווי זייער הויזן מיט א טוויטער אדער יוטוב אקאונט האבן באקומען א פרעצעדענטלאזע כח זיך צי שלאגן מיט די ריזיגע מידיע פירמעס! אזאך וואס האט נישט עקזיסטירט מיט 20 יאר צוריק אין ווילדסטן חלום.

נעם א דוגמא פון די טשענעל (א דאנק פאר דער וואס האט עס געלינקט אין אן אנדערע אשכול, כ'געדענק נישט ווער) ער איז א פשוטע טור גייד אין ישראל, ניטאמאל א גוטע ענגליש אדער עטרעקטיוו. אבער זיינע לעצטע פאר ווידיאס האבן עטרעקטעט 4 מיליאן וויוס! און גיב א קוק אין די קאמענטס טויזענטער מענטשן שרייבן אז זיי האבן געטוישט זייער בליק אויף די פאלעסטינער קאנפליקט נאר פון וואטשן דאס! וואס איז זיין סוד? פשוט ער רעדט רואיג, צי דער זאך, פאקטן, קלאר אראפגעלייגט און מיט חידושים - נישט סתם איבערגעקייט ליידיגע פראזן.

די וויכטיקייט פון האבן די דעת הקהל איז זייער גרויס, און לדעתי נאך וויכטיגער ווי בפועל אונטערברענגען כאמאס און ציווארפן די טונעלס. פאר צוויי סיבות, איינס פאר יודן איבער די וועלט און צווייטענס צי העלפן די מדינה גופא.

די ערשטע צורך, דארף מען נישט מסביר זיין. יעדער פארשטייט אז טאמער א גוי'ס בליק אויף יודן איז אז זיי זענען רוצחים און אינטערדריקן אומשילדיגע פאלעסטינער, נישט נאר איז עס א סכנה פון פאקטישע אטאקעס, נאר עס מאכט ענג בכלליות פאר יודן. אפילו נארמאלע גוים וואס גייען נישט אטאקירן קיינעם, אבער א שלעכט אויג איז נישט קיין גונסטיגע זאך אין קיין שום וועג.

די צווייטע צורך איז אז די וועלט לענדער זאלן שטיין אויף אונזער זייט. דאס איז מורא'דיג וויכטיג ווייל לאמיר זיך נישט נער'ן, ווי שטארק ישראל איז נישט קענען זיי זיך נישט אליין פארמעסטן מיט די גאנצע אראבישע וועלט. צווישן איראן און ישראל איז א חילוקי דעות ווער ס'איז שטערקער, אבער צוזאמען מיט אלע אראבישע לענדער איז נישטא קיין שאנס. מוזן זיי דאך צוקומען צי די מערב וועלט לענדער, סיי צי באקומען שטיצע בפועל, און סיי צי שטערן די שטיצע פאר די טעראריסטן פון איראן ודעמיה. די פאליסיס פון יעדע דעמאקראטישע לאנד רעפרעזענטירט וואס די פאלק וויל. (הערה: צ"ע, פארוואס די מערב וועלט איז דערווייל גענויגט מיט דער מדינה ווען די מידיע און רוב עולם איז כנראה מער פרא פאלעסטין?). און דער דעת המון עם איז גענויגט צי אונזער זייט, אויטעמאטיש וועט עס ברענגען מער הילף פאר ישראל.

איז למעשה וואס קענען מיר טון? איז מענטשן וואס קענען מאכן גוטע קאנטענט (מען קען פרודעצירן אנימעישענס זייער גרינג, מען דארף נישט אליין זיך באווייזן און רעדן) און ספעציעל די וואס האבן אסאך פאלויערס, קענען טון וואס דער trvelingisrael הנ"ל האט געטון מיט גרויס סוקסעס. אבער יעדער איינער קען טון engagement מיט אזאלכע קאנטענט ווי לייקן, קאמענטן אדער סתם פארשפרייטן.

ומכאן הקריאה יוצאת, ווער עס האט א ידיעה אין וויאזוי די פלאטפארמעס ווי יוטוב און טוויטער וכדומה ארבעטן אין טוירמס פון רענקען זאכן און ספעציעל די פילטערס, זאל ביטע אריינקומען מיט עצות אויף דעם געביט. ווייל איך, למשל, האב פרובירט צי לייגן די פאלגענדע קאמענט אויף 2 פארשפרייטע פרא כאמאס ווידיאס אויף י"ט און זיי זענען גלייך אראפגעפלויגן (כ'האב געוויסט אז מ'טאר נישט לייגן קיין לינקס, האב איך טאקע אויסגעלאזט).


I'm Jewish and thinking of converting to Islam after seeing this heroism and braveness!

Edit: i found a highly recommended channel for whoever wants to have a good understanding on the Palastine conflict. Its name is travelingisrael. He's an ordinary person whom I don't know and he's frankly not the most attractive speaker, but his explanation changed my view drastically.
Look at the 3 last videos in that channel


עס באדערט מיך פארוואס די מדינה טוט נישט מער אויף דעם געביט פון פראפאגאנדע (אויפקלערן די אמת). אמת, זיי קומען ארויס מיט ווידיאס ווייזן די גרויזאמקייט פון כאמאס וכדו', אבער ווען קוקט וואס דער אלגעמיינע המון עם האלט איז נישט דאס די פוינט. די אויבנדענמאנטע ווידיאס איז די פערפעקט מהלך צי מסביר זיין אז זייער גאנצע טענה פון כלומפרשטע אקופאציע הייבט זיך נישט אהן, און אז די אראבער אליין אין אנדערע מדינות הרג'ענען אסאך מער מענטשן פון זייער אייגענע פאלק (while ישראל פרובירט ווי ווייט מעגליך מינוזימירן ציווילי טויטע) און קיינער מאכט נישט קיין עסק נאר פון די פאלעסטינע קאנפליקט וואס איז א טיפה מן הים פון די הריגות אין אנדערע אראבישע לענדער. דאס הייסט גערעדט.

ווען די מדינה וואלט פארשפרייט די זעלבע ווידיא נאר דורך א בעסער-ענגליש-רענדיגע עטרעקטיוו פימעיל, וואלט עס מסתם געקענט האבן א ווייטגרייכענדע השפעה. חבל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טמיר, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר