געבן אדער נישט??? - חתן - מחותן

אלע סארט פראגעלעך און שאלה'לעך
רעאגיר
באניצער אוואטאר
new news
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 31, 2023 5:52 pm
געפינט זיך: אינדערהיים
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

געבן אדער נישט??? - חתן - מחותן

שליחה דורך new news »

מיין חבר - א 20 יעריגע בחור האט געהאט אן אינטערעסאנטע עקספיריענס עטליכע חדשים צוריק
ער האט זיך זיינע פראבלעמען - די זעלבע ווי יעדע מענטש
וואונענדיג אין א קליינע שטעטל ווי יעדער קען יעדעם'ס פראבלעמען איז אים אביסל שווער צו טרעפן א שידוך
איז דא א וואוילע איד וואס איז עכט א ערליכער און גוטער אבער ער איז א שטיקל שלימזל
יעדן טאג - בעיקר פרייטאג - שטייט ער אין ביהמ"ד און נעמט צאם געלט צו באצאלן זיין שבת איך פראביר אים צו געבן ווען איך קען, אזוי אויך גיבט מיין חבר ווען ער קען
איין טאג איז איינגעפאלן א גוטן שידוך פאר איינעם - יאפ האסט צוגעטראפן די בחור פאר די איד וועם ער גיבט געלט כמעט יעדע וואך
נאך א שטיק צייט ארבעטן דערויף האט זיך עס נישט אויסגעארבעט און די אומעקספיריענס שדכן האט געזאגט פאר דעם בחור (זיין חבר)
אז די סיבה פארוואס עס האט זיך נישט אויסגעארבערט איז ווייל יענער (מחותן) האלט אז ער (בחור) איז נישט גענוג גוט פאר זיין טאכטער
די עוולה פון די שדכן איז נישט דא אויפן טיש יעצט (חוץ אויב אויף דעם ווילן ענק זיך טענה'ן אין די קאמענטס :? )
די דילעמע איז דאס: די בחור שפאצירט אריין אין בית המדרש און זעהט יענעם גיין נאך געלט וואס זאל ער טוהן?
אנהייב פלעגט ער (בחור) ממש אנטלויפן ווען ער האט אים געזעהן פונדערווייטנסט אין ביהמ"ד
2-3 וואכן שפעטער יענער גייט צי צו אים בעטן געלט ער איז געווארן פארלוירן געזאגט איך האב נישט יעצט און אוועקגעוואקט
יענער הערט אים נישט אויף בעטן און ער זאגט יעדעס מאל "איך האב נישט יעצט"
לכאורה ווייסט נישט יענער אז די שדכן האט אים דאס איבער געזאגט
וואס זאל ער טוהן? ער פילט זיך זייער געטשעפעט ווייל (אין אזא קליינע שטעטל) קען ער די מיידל נאך פון אלץ קליין קינד ווען זיי פלעגן שפילן צוזאמען
און ער ווייסט וואס אירע פראבלעמען זענען - פונקט ווי זי ווייסט זיינע פראבלעמען
און ער פילט זיך זייער געטשעפעט
וואס זאל ער טוהן???????
חב''ד הויזן האט געשריבן:
דאס אבער הצד השוה שבהן איינער וואס קען נישט מחלק זיין בין דם לדם ובין טראגעדיע לטראגעדיע און ציט גלייך מסקנות און טענות אויף פריער-אראפגעשטעלטע מסקנות און אגענדעס געפינט זיך אויף די זעלבע הענט-טראק נאר אין אנדערע באקסעס.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר