צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re:

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אלפא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:35 am א קלארשטעלונג פון מדנ"י לינקע פראפעסארן:

"עס איז נישטא קיין שום סתירה צווישן זיך שטארק אנקעגנשטעלן די מדנ"י אקופאציע פון ​​פאלעסטינער און גלייכצייטיג פארדאמען ברוטאלע געוואלדטאטן קעגן אומשולדיגע ציווילע. יעדער קאנסיסטענט לינקער מוז האלטן ביידע פאזיציעס אינאיינעם"


Statement on Behalf of Israel-based Progressives and Peace Activists Regarding Debates over Recent Events in Our Region.pdf


דא קריכט פראפ. הררי צווישן די ליניעס..
איך וויל זיין זייער שטארק קלוג. איך וויל אויך אז מענטשן זאלן מיך האלטן פאר א קלוגער.


איך מוז אויך האלטן אזוי?
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך אלפא »

קודם כל צו האלטן אזוי דארפסטו וועלן זיין א 'קאנסיסטענט לינקע' נישט דוקא קלוג...
צווייטנס, זיי ביטע מסביר פארוואס דו האלסט אז עס איז יא א סתירה צו האלטן פון ביידע פאזיציעס גלייכצייטיג? (אויב דו האלסט לע"ע טאקע אנדערש ווי זיי..)
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
שעיקספער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 11, 2016 9:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

Re:

שליחה דורך שעיקספער »

אלפא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:35 am א קלארשטעלונג פון מדנ"י לינקע פראפעסארן:

"עס איז נישטא קיין שום סתירה צווישן זיך שטארק אנקעגנשטעלן די מדנ"י אקופאציע פון ​​פאלעסטינער און גלייכצייטיג פארדאמען ברוטאלע געוואלדטאטן קעגן אומשולדיגע ציווילע. יעדער קאנסיסטענט לינקער מוז האלטן ביידע פאזיציעס אינאיינעם"


Statement on Behalf of Israel-based Progressives and Peace Activists Regarding Debates over Recent Events in Our Region.pdf


דא קריכט פראפ. הררי צווישן די ליניעס..
Hamas is a theocratic and repressive organization. [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ליבעראלן האבן מורא צו נוצן די ווארט טעראריסטן. עס איז הימל און ערד ווי טאטאל, פאריקט, און פארניכטעט די מוחות פון די היינטיגע (פראגראסיוו) יונגעט איז געווארן. מיר רוקן זיך נענטער און נענטער צו די stone age עפאכע.
באניצער אוואטאר
שעיקספער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 11, 2016 9:11 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך שעיקספער »

אלפא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:14 am קודם כל צו האלטן אזוי דארפסטו וועלן זיין א 'קאנסיסטענט לינקע' נישט דוקא קלוג...
צווייטנס, זיי ביטע מסביר פארוואס דו האלסט אז עס איז יא א סתירה צו האלטן פון ביידע פאזיציעס גלייכצייטיג? (אויב דו האלסט לע"ע טאקע אנדערש ווי זיי..)

די נאציס האבן אויך געהאט א צד?

די לעצטע כאמאס אטאקע איז א ביטערע אילעסטראציע וויאזוי 6 מיליאן אידן האבן געקענט ערמארדעט ווערן. אפילו חאמאס וואלט אומגעברענגט אין די טויזענעטער וואלט עס גארנישט אויסגעמאכט אין די יוניווערסעטיס. אפילו ישראל זאל איבערגעבן תל אביב און די כותל פאר די אראבערס, וואלט זיי ווייטער געשריגן פון די ריווער ביז די סי.

ווען איינער זאגט אז עס איז דא "יעצט" צוויי צדדים, איז ער א קאלטבלוטיגער, האסענדע, שונא ישראל (אדער זעלבסט האסענדע, נ"ק אא"וו)
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך אלפא »

שעיקספער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:54 am
אלפא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:14 am קודם כל צו האלטן אזוי דארפסטו וועלן זיין א 'קאנסיסטענט לינקע' נישט דוקא קלוג...
צווייטנס, זיי ביטע מסביר פארוואס דו האלסט אז עס איז יא א סתירה צו האלטן פון ביידע פאזיציעס גלייכצייטיג? (אויב דו האלסט לע"ע טאקע אנדערש ווי זיי..)

די נאציס האבן אויך געהאט א צד?
https://mikyab.net/%D7%A9%D7%95%D7%AA/% ... 7%93%D7%9D
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »



איך כאפ יעצט איין גרויסע חילוק צווישן די רעכטע אין די לינקע.

א רעכטע הערט אויס די אנדערע זייט אדער רעטאריק וואס געפעלט זיי נישט און שפרינגען גלייך אריין אין היץ פראבירנדיג איבערצוצייגן יענעם - אדער עכ"פ די אוידיענץ - מיט וועלכע וועג נאר מעגליך אז זיי זענען נישט גערעכט/אוממאראל/פארריקט/נאן-סענס, און שפרינגען דיירעקט אריין אין א זאנע וואס טוט איין זאך - עס ברייטערט אויס די מחלוקה, עס איז נישטא נאך א זאך וואס אזא ארגומענטעישאן קען ערייכן חוץ זיכער מאכן אז יעדער ווערט מער אנגעהיצט און לייגט די אנדערע זייט אויף א דיפענס פאזיציע, פון וואס קאמאן-גראונד שפאצירט אלס ווייטער..

א לינקע פון די אנדערע זייט, however much ער גלייכט נישט די צווייטן אדער זיינע דעות/טענות, פארשטייט אז ער האט איין ברירה - צו פארשטיין פון ווי יענער קומט - און אנפאנגען א נייע בלאט פון דארט און ווייטער, ער פארשטייט אז ער גייט נישט אין איין מינוט אדער מיט איין טענה'ריי טוישן עפעס אין יענעם (חוץ אפשר אים מער ראדיקאלייזן..) און אויב וויל ער אנקומען ערגעץ פראדוקטיוו זאל ער בעסער ארבייטן אויף א מיטלוועג ווי איידער דיפענדן זיין אייגענע פאזיציע!

זיי קלוג נישט גערעכט!
שלום פארלאנט פשרות - נישט דזשאסטיס!
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

Re:

שליחה דורך Nanach »

אלפא האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 4:16 pm

איך כאפ יעצט איין גרויסע חילוק צווישן די רעכטע אין די לינקע.

א רעכטע הערט אויס די אנדערע זייט אדער רעטאריק וואס געפעלט זיי נישט און שפרינגען גלייך אריין אין היץ פראבירנדיג איבערצוצייגן יענעם - אדער עכ"פ די אוידיענץ - מיט וועלכע וועג נאר מעגליך אז זיי זענען נישט גערעכט/אוממאראל/פארריקט/נאן-סענס, און שפרינגען דיירעקט אריין אין א זאנע וואס טוט איין זאך - עס ברייטערט אויס די מחלוקה, עס איז נישטא נאך א זאך וואס אזא ארגומענטעישאן קען ערייכן חוץ זיכער מאכן אז יעדער ווערט מער אנגעהיצט און לייגט די אנדערע זייט אויף א דיפענס פאזיציע, פון וואס קאמאן-גראונד שפאצירט אלס ווייטער..

א לינקע פון די אנדערע זייט, however much ער גלייכט נישט די צווייטן אדער זיינע דעות/טענות, פארשטייט אז ער האט איין ברירה - צו פארשטיין פון ווי יענער קומט - און אנפאנגען א נייע בלאט פון דארט און ווייטער, ער פארשטייט אז ער גייט נישט אין איין מינוט אדער מיט איין טענה'ריי טוישן עפעס אין יענעם (חוץ אפשר אים מער ראדיקאלייזן..) און אויב וויל ער אנקומען ערגעץ פראדוקטיוו זאל ער בעסער ארבייטן אויף א מיטלוועג ווי איידער דיפענדן זיין אייגענע פאזיציע!

זיי קלוג נישט גערעכט!
שלום פארלאנט פשרות - נישט דזשאסטיס!
דיין פוינט איז ריכטיג, נאר טויש די ווערטער פון רעכטס לינקס צו עקטרעם און מאדערעט. וואס דאס איז אמת סיי רעכטס און סיי לינקס
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך אלפא »

https://www.theguardian.com/commentisfr ... are_btn_tw
אן ארטיקל איבער מעגליכע שלום, דורך דניאל בארנבוים - א אידישע פיאניסט און ארקעסטרא קאנדאקטור - וועלכע פירט אן אן אייגענארטיגע ארקעסטרא פון אידישע און פאלעסטינער צוזאמען..
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך אלפא »

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום אלפא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

ווער סאיז גערעכט ווענד זיך אויף די ענד רעזולטאטן (צב״ש די רבי איז געווען גערעכט) די שאלה איז וואס איז דיין אלטימעט סאלושען, וואס זאל מען טון מיט עזה ווי זאל מען מאכן די פאלעסטינער מדינה.
און לויט תלמידי וחסידי רביה״ק זאל מדינת ישראל גענצליך צוריקגעבן די לאנד פאר די אראבער? און וויאזוי זאל מען דאס באווייזן?
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

נאך אפאר ווידיאוס אויפ'ן טעמע:

פארוואס די מלחמות אינעם מיטלמזרח גייען אנגיין פאר א לאנגע צייט


וויאזוי די ישראל'ישע רעגירונג האט געהאלפן ברענגען חמאס צו די מאכט (ח"ו נישט אנצופילן זייערע קעשענעס ווייל ס'איז א קאנספיראציע)


פארוואס איז דער וועלט אזוי אריינגעטוהן אינעם ישראל-פאלעסטינע קאנפליקט
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך אלפא »

א גוטע דעבאטע צווישן א סאטמארע און א בעלזא חסיד...



דריי נקודות צו דעם פאלעסטינער אקטיוויסט.

1. נניח די UN האט געמאכט א טעות מיטן דערלאנגען א פרעמדע(?) לאנד פאר די אידן, וואס איז די מהלך צו גיין פון דארט? עס איז א פאקט אז די פאלעסטינער האבן אנגעהויבן די ווייעלענס אין 1948 נאכן הקמת המדינה, איז טאקע נישטא קיין אנדערע עצה צו גיין נאר מיט פעטש? און וויאזוי ווילסטו אז מדנ"י (און די UN פאר דעם מעטער) זאל טראסטן די פאלעסטינער נאכן ווייזן וואס זיי קענען - און טוען, זיי דארפן צוערשט קענען דעמאנסטרירן 'מענטשליכע' קאנדוקט פאר מ'קען גיין ווייטער..

2. עס איז נישט אמת אז די עקסטרעמע רעליגיעזע מאטיוון ליגן נישט אונטער א גרויס טייל פון די ווייעלענס דא, והא ראי' קודם די טשארטער פון כאמאס אליין, והשנית, פארוואס אין די וועלט האט איסלאם בכלליות די מערסטע טעראריסטישע גרופעס, פון אל-קיידא, ביז טאליבאן, פון אייסיס, ביז כאמאס, און די ליסטע גייט ווייטער... איז אלעס טאקע נאר א תוצאה פון גע'גנב'עטע טעריטאריע אדער אפרעשאנס? (די אינטערוויוער איז אויך שילדיג פארן דאס נישט ארויפברענגען..)

3. ווען ער פרעגט פארוואס עס איז נישטא קיין לידערשיפ - געשטיצט ביי די פאלעסטינער - וועלכע גייט מיט'ן NON VIOLENCE צוגאנג, און קען דאס פרעזענטירן אלס טריט צו שלום, וואס איז די תירוץ צו זאגן אז גרופעס פון NVR'ס זענען געווארן סופרעססט, ער פרעגט וועגן לידערשיפ וועלכע קען זיך זעצן צום טיש, נישט קיין בויקאטירער.. טענו בחיטין והודו לזכר קדשו...

איך וועל שוין מוותר זיין אויף די אנדערע נקודה'לעך, וויאזוי כאמאס באגייט זיך פאקטיש מיט זייערע אייגענע איינוואוינער? און פארוואס די אראבישע לענדער האבן געמאכט אן עטנישע-רייניגונג פון אידן (לאפוקי מדנ"י לגבי פאלעסטינער)? אדער פארוואס זיי זענען למעשה נישט גרייט צו אפערירן פאר די פאלעסטינער בירגערשאפט אדער אנדערע סארט הילף (חוץ פון מוילמאכן איבער מדנ"י...)?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך אלפא »

א גוטע שאלה געהערט היינט - פאר יעדעם זיך צו פרעגן -, וואס וואלט געווען אויב כאמאס באהאלט זיך צווישן ציווילע אין מדנ"י, וואלטן די זעלבע באמבאדירונגען פארגעקומען מיט די שיינע ווארענונג בעפאר, אדער וואלט עס אויסגעזען אביסל מער פארזיכטיג?
אויב איז די תשובה די צווייטע, וואס איז די סיבה געפאר? זענען אידישע לעבנס חשוב'ער ביי מדנ"י ווי פאלעסטינער לעבנס?
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אלפא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 11:08 am א גוטע שאלה געהערט היינט - פאר יעדעם זיך צו פרעגן -, וואס וואלט געווען אויב כאמאס באהאלט זיך צווישן ציווילע אין מדנ"י, וואלטן די זעלבע באמבאדירונגען פארגעקומען מיט די שיינע ווארענונג בעפאר, אדער וואלט עס אויסגעזען אביסל מער פארזיכטיג?
אויב איז די תשובה די צווייטע, וואס איז די סיבה געפאר? זענען אידישע לעבנס חשוב'ער ביי מדנ"י ווי פאלעסטינער לעבנס?
די שאלה איז נישט קיין פעי''ר שאלה אין ערשטע פלאץ.

א פעי''ר קוועשע''ן וואלט געווען אויב טערעריסטן וואלטן זיך באהאלטן אין אמעריקא אדער איטאליע צו מ'וואלט באמבעדירט.

די תשובה איז אז זיכער נישט, פונקט ווי יעדע נישט אראבישע לאנד וואלט נישט באמבעדירט זייער אייגענע בירגער, און צו די צווייטע שאלה, זיכער זענען חשוב'ער לעבנ'ס פון מדנ''י, פונקט ווי יעדע ציוויליזירטע לאנד וואלט געטשוז''ט די שונא'ס ציווילע אנשטאט די אייגענע.



(און צו דיר @אלפא, טו מיר א טובה און דאוון נישט די טעג און א סאטמערע בעסמעדרעש, דיין קאפ קען קרום ווערן
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך אלפא »

וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך berlbalaguleh »

ערנסטגערעדט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:57 am ווער סאיז גערעכט ווענד זיך אויף די ענד רעזולטאטן (צב״ש די רבי איז געווען גערעכט) די שאלה איז וואס איז דיין אלטימעט סאלושען, וואס זאל מען טון מיט עזה ווי זאל מען מאכן די פאלעסטינער מדינה.
און לויט תלמידי וחסידי רביה״ק זאל מדינת ישראל גענצליך צוריקגעבן די לאנד פאר די אראבער? און וויאזוי זאל מען דאס באווייזן?
ערנסטגערעדט: די ענד רעזאלט, לויט די שיטה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איז אז, די זעלבסטשטענדיגע מדינה פאר ביאת המשיח זאל בטל ווערן (מתוך רחמים וחסדים). ער האט נישט גענימען אין באטראכט קיין שום פאליטישן צד. אדער אויסגעדרוקט די קלענסטע מאס סימפאטיע פאר די אראבערס. ער האט זיי געהאט אין ד'רערד. וואו זיי באלאנגען. די וועלט מאכט א טעות. דאס איז די פונדאמענטאלע חילוק פון זיין שיטה מיט להבדיל די פאררוקטע בעלי תשובה וועלכע רופן זיך נטורי קרתא. ער האט נישט געהאלטן, אדער "באוויינט" אז די ציונים האבן אוועקגענימען דאס לאנד פון די פאלעסטינער. ווען דא וואלטן געוואוינט אפריקאנער פון טימבאקטו וואלט, לשיטתו געווען פונקט אזא איסור מן התורה צו האבן אן אייגענע מדינה. דאס וואס זיי זאגן מן השפה ולחוץ אז די מדינה זאלל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים זאגן זיי נאר מן השפה ולחוץ כדי צו באקומען לעגיטימאציע ביי נארמאלע מענטשן.

איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט א נטורי קרתא'ניק (א בהמה, וואדען?). ער האט געשריגן..."אז פון די מדינה וועט בלייבן אש און פאראך (כלשונו הטמא)"...האביך איהם געזאגט. דו ווייסט וואס דיינע פרענדס די אראבערס גייען טון צו דיין שוועסטער, מאמע און באבע ווען זיי קומען (ח"ו) אריין...דאס איז געווען נאך א סאך פריער ווי די טראגעדיע פון שמחת תורה תשפ"ד.

אויך. האט הרב אמנון יצחק אמאל געהאט א ויכוח מיט אזא בהמה אויף 2 פיס. האט ער געמאכט א פרעדיקשן. ער האט געזאגט...יום אחד הם גם יפגעו בכם...! דער בהמה האט געטענה'ט ..."אנחנו נגד הציונים"... האט איהם הרב אמנון געזאגט..."גם אנחנו נגד הציונים"...נאר דאס איז נישט דער דרך צו גיין געבן חיזוק פאר די רוצחים פון אידישע קינדער און זאגן אז זיי זענען גערעכט.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך אסטראלאג »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:16 pm
ערנסטגערעדט האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:57 am ווער סאיז גערעכט ווענד זיך אויף די ענד רעזולטאטן (צב״ש די רבי איז געווען גערעכט) די שאלה איז וואס איז דיין אלטימעט סאלושען, וואס זאל מען טון מיט עזה ווי זאל מען מאכן די פאלעסטינער מדינה.
און לויט תלמידי וחסידי רביה״ק זאל מדינת ישראל גענצליך צוריקגעבן די לאנד פאר די אראבער? און וויאזוי זאל מען דאס באווייזן?
ערנסטגערעדט: די ענד רעזאלט, לויט די שיטה פון הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע איז אז, די זעלבסטשטענדיגע מדינה פאר ביאת המשיח זאל בטל ווערן (מתוך רחמים וחסדים). ער האט נישט גענימען אין באטראכט קיין שום פאליטישן צד. אדער אויסגעדרוקט די קלענסטע סימפאטיע פאר די אראבערס. ער האט זיי געהאט אין ד'רערד. וואו זיי באלאנגען. די וועלט מאכט א טעות. דאס איז די פונדאמענטאלע חילוק פון זיין שיטה מיט להבדיל די פאררוקטע בעלי תשובה וועלכע רופן זיך נטורי קרתא. ער האט נישט געהאלטן, אדער "באוויינט" אז די ציונים האבן אוועקענימען דאס לאנד פון די פאלעסטינער. ווען דא וואלטן געוואוינט אפריקאנער פון טימבאקטו וואלט, לשיטתו געווען פונקט אזא איסור מן התורה צו האבן אן אייגענע מדינה. דאס וואס זיי מן השפה ולחוץ אז די מדינה זאלל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים זאגן זיי נאר מן השפה ולחוץ כדי צו באקומען לעגיטימאציע ביי נארמאלע מענטשן.

איך האב אמאל געהאט א שמועס מיט א נטורי קרתא'ניק (א בהמה, וואדען?). ער האט געשריגן..."אז פון די מדינה וועט בלייבן אש און פאראך (כלשונו הטמא)"...האביך איהם געזאגט. דו ווייסט וואס דיינע פרענדס די אראבערס גייען טון צו דיין שוועסטער, מאמע און באבע ווען זיי קומען (ח"ו) אריין...דאס איז געווען נאך א סאך פריער ווי די טראגעדיע פון שמחת תורה תשפ"ד.
איך וואלט אייך געראטן דו זאלסט אויסהערן די תורת לשון קדשו פון מרן זי"ע.
דאס איז דאך געווען די לשון הטהור פון רבי'ן: די ציוניסטישע מדינה זאל בטל ומבוטל ווערן כעפרא דערעא, זאל נישט איבערבלייבען קיין שרא דפולא
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך ווייס נישט וואס דער סאטמאר'ע רבי האט געזאגט. (איך ווייס יא). נאר איין זאך זעה איך, אז אויסער זיין א חוזה (אדער אפשר הוזה) בכוכבים ביסטו גאנץ קנאפ בקי אין די קליינע פינטעלעך.,,ס'איז פשוט א שאד אז ס'איז געפאלן אין דיין גורל צו מוזן (דו מוזסט נישט) פארענטפערן אלע שייגעץ שטיק פון דיינע פרענדס די נטורי חרתא.

לאגיש גערעדט (כ'ווייס נישט אויב ס'איז שייך) האסטו איינמאל געהערט אדער געזעהן געשריבן ערגעץ אז דער סאטמאר'ע רבי האט אויסגעדריקט רחמנות אויף די שמוציגע אראבערס. משא"כ דיינע פרענדס האלטן אין איין וויינען איבער דעם שיקזאל (כלשון ה'אידישע ליכט) פון די פאלעסטינער "פרויען און קינדער".
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך אסטראלאג »

berlbalaguleh האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 1:37 pm איך ווייס נישט וואס דער סאטמאר'ע רבי האט געזאגט. (איך ווייס יא). נאר איין זאך זעה איך, אז אויסער זיין א חוזה (אדער אפשר הוזה) בכוכבים ביסטו גאנץ קנאפ בקי אין די קליינע פינטעלעך.,,ס'איז פשוט א שאד אז ס'איז געפאלן אין דיין גורל צו מוזן (דו מוזסט נישט) פארענטפערן אלע שייגעץ שטיק פון דיינע פרענדס די נטורי חרתא.

לאגיש גערעדט (כ'ווייס נישט אויב ס'איז שייך) האסטו איינמאל געהערט אדער געזעהן געשריבן ערגעץ אז דער סאטמאר'ע רבי האט אויסגעדריקט רחמנות אויף די שמוציגע אראבערס. משא"כ דיינע פרענדס האלטן אין איין וויינען איבער דעם שיקזאל (כלשון ה'אידישע ליכט) פון די פאלעסטינער "פרויען און קינדער".
נישט רחמנות איז די פונקט.
די רבי זי"ע פלעגט אסאך פראקלאמירן אז וואס די ציונים טוען צו די אומות העולם, דארף מען מפרסם זיין אז דאס איז נישט אין אונזער נאמען, און מיר האבן נישט קיין שיכות מיט די ציונים.
די רבי פלעגט דאס זאגן אן מאכן אויסנאמען ווער ס'איז גערעכט אין עצם פאליטישע זייט. (גראדע פלעגט ער האלטן אז די ציונים זענען שולדיג אויך פאליטיש. כ'האב נישט קיין נערוון אזוי סאך צו שרייבן, הער אויף איבערזאגן וואס אפאר אפגעפרעמדעטע סאטמארע זאגן, און הייב אן קוקן אין סאטמארע רבי'ס ספרים, וועט זיך דיר דארט אנטדעקן די עקסטרעמסטע נטורי קרתא'ניק.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך berlbalaguleh »

אסטראלאג: איך האב (א ביסל) געלערנט די ספרים פון סאטמאר'ע רבי'ן. די שאלה איז אויב דו האסט עפעס געקענט ליינען. ס'איז דאך נישט געפינטלט. איך הער אז היינט איז שוין יא דא געפינטלט. מיט אותיות מרובעות. (אויב דו ווייסט וואס דאס איז)....שרא דפולא. /שריד ופליט...!
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך אלפא »

א שמועס פון sam harris צוריק אין 2014, אדרעסירענדיג די דעמאלסדיגע מדנ"י-כאמאס מלחמה, צוזאמען מיט זיין ברייטערע בליק איבער די צוויי..
https://www.samharris.org/podcasts/maki ... ize-israel
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך berlbalaguleh »

ער זאגט א פאר גוטע זאכן. מיט א ביסל קאמאן סענס. (שכל הישר) אבער ער שיקט א מיקס'ד מעסעדזש. אוי.קעי. איך פארשטיי ער דארף צו זיין קיהל. און ער איז. כדי צו געפעללן פאר זיין אוידיענץ. נאר ביי איהם איז עס א בחינה פון .."מתוך שבחו בא לידי גנותו". (איך ווייס נישט אויב אונזער נייער אורח דער אסטראלאג ווייסט וואס אט די זאכן מיינען.)
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: צווישן האמער און נאגל. די מדנ"י-כאמאס קאנפליקט.

שליחה דורך סקעפטיקער »

אלפא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 30, 2023 6:36 pm א שמועס פון sam harris צוריק אין 2014, אדרעסירענדיג די דעמאלסדיגע מדנ"י-כאמאס מלחמה, צוזאמען מיט זיין ברייטערע בליק איבער די צוויי..
https://www.samharris.org/podcasts/maki ... ize-israel
שפתים ישק
פארשפארט