נטורי קרתא - נטרונא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
סוף טוב הכל טוב
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 811
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 31, 2023 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 659 מאל

נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך סוף טוב הכל טוב »

קען אפשר איינער אריינקומען קלאר אין מאכן סדר?
ווער איז נטו"ק? און וואס איז איר שיטה?
ווער איז נטרונא? און וואס איז איר שיטה?
ארבעטן זיי צוזאמען?
זענען ביידע ארגענעזאציעס מקובל אין ביידע סאטמארס?
ווער יא ווער נישט?
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך סקעפטיקער »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:03 pm זענען ביידע ארגענעזאציעס מקובל אין ביידע סאטמארס?
ווער יא ווער נישט?
נטורי קרתא איז נישט מקובל אין קיין איינס, נטרונא אין ביידע
פשוטע אלף בית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:45 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך פשוטע אלף בית »

סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:06 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:03 pm זענען ביידע ארגענעזאציעס מקובל אין ביידע סאטמארס?
ווער יא ווער נישט?
נטורי קרתא איז נישט מקובל אין קיין איינס, נטרונא אין ביידע
נטורי קרתא ווערט אונטערגעשטיצט דורך סאטמאר אלע, בני יואל , מהר"א, מהרז"ל.
וואס נישט? די דיפלאמאטישע פירערשאפט פון סאטמאר עסקנים רופט מען זיי, ווילן זיי פארניכטן שוין פאר יארן. אבל לא עלתה בידם.

הויפט "נטורי קרתא" קאנטע, ווערט בעזהשי"ת געפירט דורך פראפעסאנעלע זשורנאליסטן:
https://twitter.com/TorahJudaism?t=49RI ... Pt1hg&s=09

אפיציעלע "נטרונא" קאנטע, וואס דורך דעם פאקן זיי זיך אן די טאשן פון די סאטמארע פילאנטראפן און פון די ארימע עמון דורכן פרעדיגן אויף זייער האט ליין אז די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער זייער קרעציגע 30,000 פאלויערס:
https://twitter.com/TorahJews?t=SF4x-p_ ... tuWgQ&s=09

דער עיקר איז, אבי מען טוט. ער אויף אזא וועג און נטרונא פון א אנדערע ריכטונג.
פשוטע אלף בית
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:45 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך פשוטע אלף בית »

סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:03 pm קען אפשר איינער אריינקומען קלאר אין מאכן סדר?
ווער איז נטו"ק? און וואס איז איר שיטה?
ווער איז נטרונא? און וואס איז איר שיטה?
ארבעטן זיי צוזאמען?
זענען ביידע ארגענעזאציעס מקובל אין ביידע סאטמארס?
ווער יא ווער נישט?
צוליב יעדע צעפיפענער וואס שרייט אויף די גאסן דארף נטורי קרתא ליידן?!
הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א ועיתו עמו הרה"ג דוד מאיר פעלדמאן שליט"א זענען די מנהיגים פון די עדה הקדושה נטורי קרתא אין נוא יארק, און אונטער זייער אטאריטעט מאכט מען פראטעסטן על דעת תורתינו הקדושה.
(עיין ויואל משה מאמר שלש שבועות.)

צימערמאן מיט נאך 30-20 "פארנומענע" עלעמענטן, זענען קעגן נטורי קרתא, ווייל נ"ק מיינען עס נישט אמתדיג, והא ראיה אז זיי פראטעסטירן נישט קעגן ראדני אדער קעגן פינג ווערייזאן אין מאנסי.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

למעשה, ווער באקומט געלט פון די אראבער?
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך בעל אחריות »

ווער שטייט בראש פון נטרונא?
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך אסטראלאג »

בעל אחריות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:24 pm ווער שטייט בראש פון נטרונא?
רעב משה דוד הכהן כ"ץ שליט"א פון וויליאמסבורג
ער גיבט איבער די אינהאלטסרייכע באריכטן און נייעס אויף קול נטרונא.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך שפילער »

אסטראלאג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:45 pm
בעל אחריות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:24 pm ווער שטייט בראש פון נטרונא?
רעב משה דוד הכהן כ"ץ שליט"א פון וויליאמסבורג
ער גיבט איבער די אינהאלטסרייכע באריכטן און נייעס אויף קול נטרונא.
נאמבער?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com

שפילער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 1:55 am
אסטראלאג האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:45 pm
בעל אחריות האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 8:24 pm ווער שטייט בראש פון נטרונא?
רעב משה דוד הכהן כ"ץ שליט"א פון וויליאמסבורג
ער גיבט איבער די אינהאלטסרייכע באריכטן און נייעס אויף קול נטרונא.
נאמבער?
718.873.0055
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך שמעקעדיג »

פשוטע אלף בית האט געשריבן: אפיציעלע "נטרונא" קאנטע, פרעדיגן אויף זייער האט ליין אז די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער זייער קרעציגע 30,000 פאלויערס:

קען איך גראדע דריי פאלויערס וואס זענען נישט קרעציג.
וירח ה' את ריח הניחוח

א נישט סאטמארער וועט אפשר נישט זעהן די גרויסע נפק"מ צווישן די צוויי, אבער פאקטיש איז עס א חילוק הימל און ערד.

בעת 'נטרונא' טוט (לדעתם) דאס וואס דער סאטמאר רבי זצ"ל האט פארלאנגט, אז מען זאל מודיע זיין פאר די וועלט אז די מדינת ישראל פארטרעט נישט דאס גאנצע אידישע פאלק, און דורך דעם פארמינערן די שנאת ישראל וואס די מדינה איז גורם, שטייען זיי אבער מיילן ווייט פון אראבער/פאלעסטינער, זיי וועלן זיך קיינמאל נישט אידענטיפיצירן מיט די רוצחים ארורים ימ"ש.

משא"כ נטורי קרתא האט יא גענומען די מהלך, הגם אויך מיט די סברא אז זיי האפן אראפצונעמען די שנאת ישראל פון די פאלעסטינער דורך ווייזן אז מיר זענען אין גלות און מיר זענען זיך מכניע אונטער די אומות העולם, איז אבער דאס זיך חבר'ן מיט די רוצחים שפלים ונבזים א נייע דערהער וואס האט לכאורה נישט קיין מסורה, זיך גיין לעקן צו אכמאדזשעניזשאד (כ'שרייב עס גוט?) און זיך באטייליגן ביי א מסיבה אינאיינעם מיט האלאקאוסט לייקענער איז עפעס נעקסט לעוועל.

ביידע קענען האבן וואוילע כוונות. קיינער מיינט נישט שלעכט. ביידע פרובירן צו מאכן א ופרצת פון די סאטמערע שיטה... אבער נטרונא טוט עס אויף א נארמאלע דיפלאמאטישע וועג (כאטש אוהבי מדינת ישראל האבן עס פיינט, און איך פארשטיי זיי) און נטורי קרתא טוט עס אויף א אופן וואס ברענגט אפשיי ביי יעדן נארמאלן מענטש. פארט ווען דו פרעגסט זיי דערוועגן וועלן זיי דיר מסביר זיין אז זיי טוען די גרעסטע טובה פאר כלל ישראל, און טוען דערמיט מינימיזירן די חרון אף פון די פאלעסטינער פאלק.

יעצט דארף מען נאר אז ר' בערל זאל קומען פרעגן נאכאמאל צי עס האט שוין געראטעוועט איין איד 😉
וירח ה' את ריח הניחוח
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך סקעפטיקער »

פשוטע אלף בית האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:16 pm
סקעפטיקער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:06 pm
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:03 pm זענען ביידע ארגענעזאציעס מקובל אין ביידע סאטמארס?
ווער יא ווער נישט?
נטורי קרתא איז נישט מקובל אין קיין איינס, נטרונא אין ביידע
נטורי קרתא ווערט אונטערגעשטיצט דורך סאטמאר אלע, בני יואל , מהר"א, מהרז"ל.
וואס נישט? די דיפלאמאטישע פירערשאפט פון סאטמאר עסקנים רופט מען זיי, ווילן זיי פארניכטן שוין פאר יארן. אבל לא עלתה בידם.
חאמאס ווערט אונטערגעשטיצט דורך די מערב וועלט אלע, אמעריקא, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד.
וואס נישט? די דיפלאמאטישע פירערשאפט פון מערב וועלט פאליטישענס רופט מען זיי, ווילן זיי פארניכטן שוין פאר יארן. אבל לא עלתה בידם.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך אסטראלאג »

סקעפטיקער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 1:25 am

די פשוטע אלף בית זאגט, אז די סאטמארע עולם האלט בעצם פון נ"ק, נאר בלויז די עסקנים (און די גייסטישע ספירטועלע פירער וואס ארבעטן מיט) וואס זיי ארבעטן צוזאמען מיט די ציונים אין ניו יארק איבער אלע איינגעלעגנהייטן, גנב'נען גרויסע לאונס פון די רעגירונג, פינאנצירונגען אנגעבליך אז סגייט צו די מוסדות וכו')
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך טאמבל סאס »

פשוטע אלף בית האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:27 pm הויפט "נטורי קרתא" קאנטע, ווערט בעזהשי"ת געפירט דורך פראפעסאנעלע זשורנאליסטן:
https://twitter.com/TorahJudaism?t=49RI ... Pt1hg&s=09

אפיציעלע "נטרונא" קאנטע, וואס דורך דעם פאקן זיי זיך אן די טאשן פון די סאטמארע פילאנטראפן און פון די ארימע עמון דורכן פרעדיגן אויף זייער האט ליין אז די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער זייער קרעציגע 30,000 פאלויערס:
https://twitter.com/TorahJews?t=SF4x-p_ ... tuWgQ&s=09

דער עיקר איז, אבי מען טוט. ער אויף אזא וועג און נטרונא פון א אנדערע ריכטונג.
עמון איז אויף די אנדערע זייט א"י.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך אסטראלאג »

טאמבל סאס האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 6:00 am
פשוטע אלף בית האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:27 pm הויפט "נטורי קרתא" קאנטע, ווערט בעזהשי"ת געפירט דורך פראפעסאנעלע זשורנאליסטן:
https://twitter.com/TorahJudaism?t=49RI ... Pt1hg&s=09

אפיציעלע "נטרונא" קאנטע, וואס דורך דעם פאקן זיי זיך אן די טאשן פון די סאטמארע פילאנטראפן און פון די ארימע המון דורכן פרעדיגן אויף זייער האט ליין אז די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער זייער קרעציגע 30,000 פאלויערס:
https://twitter.com/TorahJews?t=SF4x-p_ ... tuWgQ&s=09

דער עיקר איז, אבי מען טוט. ער אויף אזא וועג און נטרונא פון א אנדערע ריכטונג.
עמון איז אויף די אנדערע זייט א"י.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך אסטראלאג »

שמעקעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:15 am
פשוטע אלף בית האט געשריבן: אפיציעלע "נטרונא" קאנטע, פרעדיגן אויף זייער האט ליין אז די גאנצע וועלט דרייט זיך איבער זייער קרעציגע 30,000 פאלויערס:

קען איך גראדע דריי פאלויערס וואס זענען נישט קרעציג.
דאס זענען קלאר די דריי צוגעקומענע.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך שפילער »

דא האט איר ווי א פאליסטינער אראבער בארימט זיך אז זי האט גארנישט אנטקעיגן יודן והא ראי , חסידישע יודן פראטעסטירן צוזאמען מיט איר פרי פאלאסטיין...

צו ס'איז א גוטע זאך אדער שלעכטע זאך ווייסעך נישט...

מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך אסטראלאג »

שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:12 am דא האט איר ווי א פאליסטינער אראבער בארימט זיך אז זי האט גארנישט אנטקעיגן יודן והא ראי , חסידישע יודן פראטעסטירן צוזאמען מיט איר פרי פאלאסטיין...

צו ס'איז א גוטע זאך אדער שלעכטע זאך ווייסעך נישט...

זי איז א באקאנטע פרא פאלעסטינער אקטעוויסט פון נוא יארק, איר טאטעס ברודער איז עטליכע יאר צוריק געשטארבן
נאכן בטעות באטראפן ווערן פון גאן פייערן: די ציוניסטישע מיליטער.
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
סקעפטיקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1202
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 4853 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך סקעפטיקער »

שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:12 am דא האט איר ווי א פאליסטינער אראבער בארימט זיך אז זי האט גארנישט אנטקעיגן יודן והא ראי , חסידישע יודן פראטעסטירן צוזאמען מיט איר פרי פאלאסטיין...

צו ס'איז א גוטע זאך אדער שלעכטע זאך ווייסעך נישט...

עס איז א שאנדע און א בושה אז די אנטעסעמיט און האלאקאוסט (=אקטאובער 7) דינייער זאל קענען זאגן אז חסיד'ישע אידן שטיצן איר. זי איז נישט פרא פאלעסטיין נאר פרא חאמאס, זי רעדט נישט קיין איין גראד ווארט
באניצער אוואטאר
אסטראלאג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
האט שוין געלייקט: 147 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך אסטראלאג »

הגה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א מנהיג דק"ק נטורי קרתא
פרישע שמועס איבערגעבן פאר די אייראפעישע אינסטיטוציס פאר וויסענשאפט (EISM) וויכטיג פאר יעדן אויסצוהערן:
🕯️לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך berlbalaguleh »

שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 11:12 am דא האט איר ווי א פאליסטינער אראבער בארימט זיך אז זי האט גארנישט אנטקעיגן יודן והא ראי , חסידישע יודן פראטעסטירן צוזאמען מיט איר פרי פאלאסטיין...

צו ס'איז א גוטע זאך אדער שלעכטע זאך ווייסעך נישט...

שפילער: במחכת"ה. זי זאגט גארנישט דאס. לא מיניה ולא מקצתיה. דער "טהראסט" פון איהר דיאלאג איז אז זי בארכטיגט די רציחות פון שמיני עצרת דורך די חאמאס. ווייל "די אידן" האבן אקופירט איהר לאנד. און איהר זיידע ,נעבעך, האט געמוזט אנטלויפן פון זיין זית וכרם. און וויפיהל מאל דער זשורנאליסט פיערס מארגאן האט איהר געגעבן א טשענס אז זי זאלל פארדאמען די רציחות פון די חאמאס האט זי עס נישט געזאגט. זי איז אזוי ווי אלע אנדערע "אומשולדיגע" אראבערס וועלכע ווילן (ח"ו) זעהן אלע אידן טויט היל"ת.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

Re: נטורי קרתא - נטרונא

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

כ’פארשטיי נישט, איך זעה נישט אז דער טעראריסט זאל מאכן א חילוק צווישען חסידישע אידן אדער נישט, ער איז בלוט דורשטריג פאר יעדע איד...

איך האב די וואך געוואטשט עטליכע קליפס פון שעיך’ן וואס זיי זאגן בפירוש אז ס’איז א חוב קדוש צו הרגענען יעדע איד זיי האבן נישט געמאכט קיין חילוק בין דם לדם...
פארשפארט