ברענג אהער די ווידעאוס וואו זיי זאגן אזוי.שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 8:33 pm כ’פארשטיי נישט, איך זעה נישט אז דער טעראריסט זאל מאכן א חילוק צווישען חסידישע אידן אדער נישט, ער איז בלוט דורשטריג פאר יעדע איד...
איך האב די וואך געוואטשט עטליכע קליפס פון שעיך’ן וואס זיי זאגן בפירוש אז ס’איז א חוב קדוש צו הרגענען יעדע איד זיי האבן נישט געמאכט קיין חילוק בין דם לדם...
נטורי קרתא - נטרונא
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
דרשות מורינו הגה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א אין עדינבורג, סקאטלאנד.
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
דברות קדשו הגה"צ חסידא ופרישא רבי אלחנן בעק שליט"א מנהיג דק"ק נטורי קרתא לאנדאן
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 208
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
- האט שוין געלייקט: 437 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
אויךberlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 8:11 pmשפילער: במחכת"ה. זי זאגט גארנישט דאס. לא מיניה ולא מקצתיה. דער "טהראסט" פון איהר דיאלאג איז אז זי בארכטיגט די רציחות פון שמיני עצרת דורך די חאמאס. ווייל "די אידן" האבן אקופירט איהר לאנד. און איהר זיידע ,נעבעך, האט געמוזט אנטלויפן פון זיין זית וכרם. און וויפיהל מאל דער זשורנאליסט פיערס מארגאן האט איהר געגעבן א טשענס אז זי זאלל פארדאמען די רציחות פון די חאמאס האט זי עס נישט געזאגט. זי איז אזוי ווי אלע אנדערע "אומשולדיגע" אראבערס וועלכע ווילן (ח"ו) זעהן אלע אידן טויט היל"ת.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
כ’וועל באלד זעהן אויב כ’קען עס דרייוועןאסטראלאג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 9:59 pmברענג אהער די ווידעאוס וואו זיי זאגן אזוי.שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 8:33 pm כ’פארשטיי נישט, איך זעה נישט אז דער טעראריסט זאל מאכן א חילוק צווישען חסידישע אידן אדער נישט, ער איז בלוט דורשטריג פאר יעדע איד...
איך האב די וואך געוואטשט עטליכע קליפס פון שעיך’ן וואס זיי זאגן בפירוש אז ס’איז א חוב קדוש צו הרגענען יעדע איד זיי האבן נישט געמאכט קיין חילוק בין דם לדם...
איך האב געזעהן א ווידיאוי ווי מען טרעינט קליינע קינדער אין עזה וויאזוי צו שיסן אויף אידישע קינדער רח"ל - און דער אינגל וואס שפילט דארט איד איז אנגעטוהן מיט בארד און פיאות! און ער דאווענט און לערנט!
דער עשו שונא ליעקוב מאכט נישט קיין חילוק וויאזוי ער איז
די אראבערס נוצן אויס די נטורי חרתא בלויז צו באקומען חיזוק אנצוגיין מיט זייערע נאצישע ארבעט היל"ת
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑ כ’וועל באלד זעהן אויב כ’קען עס דרייווען
איך האב געזעהן א ווידיאו ווי מען טרעינט קליינע קינדער אין עזה וויאזוי צו שיסן אויף אידישע קינדער רח"ל - און דער אינגל וואס שפילט דארט איד איז אנגעטוהן מיט בארד און פיאות! און ער דאווענט און לערנט!
דער עשו שונא ליעקב מאכט נישט קיין חילוק וויאזוי ער איז,
די אראבערס נוצן אויס די נטורי חרתא בלויז צו באקומען חיזוק אנצוגיין מיט זייערע נאצישע ארבעט היל"ת
כ'גלייב נישט אז ס'איז דא אזא ווידעא, איך נעם אן אז דאס איז שקר, איך קען יעדע ווידעא פון נ"ק.
לאמיר זאגן די אראבער זענען יודן פיינט, דאס איז אבער זיכער אז אזוי רעדוצירט מען פיינטשאפט, מיט דעם וואס מען נעמט אראפ דעם פאליטישע פלעק אין וואס די ציוניסטישע מדינה לייגט אונז אריין און אלע אידן ארום דער וועלט.
דער עצם געדאנק אז די ציוניסטישע פירער שטעלן אהער דעם פנים אז זיי זענען the Jewish people איז א פארברעך און די גרעסטע מאס אנטיסעמיטיזם, און האלטן אין איין פרעדיגן פאר די וועלט אז מיר פארטרעטן די אידן, מיר זענען די אידן, און א איד וואס איז א בירגער פון אסטראליע, ביז אמעריקע, האט די רעכט פון די פאלשע געזעץ אוו ריטורן, וכו'.
נישט מער פון שכל'דיג אז אידן די ק"ק נטורי קרתא ווילן נישט זיין פארטראטן דורך די ציוניסטישע מדינה.
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
- האט שוין געלייקט: 191 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
מר אסטראלאג,
צא מאצטגנינות שלך, וועיק אפ ענד סמעל די קאפי. אנטיסעמיטעסיזם האט נישט קיין לאזשיק און קיין הסבר. אוודאי וועלן די אנטיסעמיטן זיך אמאהל אנהענגען אויף א פאסירונג וואס דאס וועט זיין פאר זיי ווי א תירוץ צו לעגיטימייזן זייער שנאה, כדוגמא הערשל גרינשפאן און קריסטל נאכט וכדו', אבער עס האט נישט קיין הסבר. ממילא, מיטן קומען און מסביר זיין פארן אראבער ווער דו ביסט, טיסטו סך הכל געבן פאר זיי לעגעטימקייט פאר זייערע עקשאנס און טעכניש זאגסטו פאר די אראבער "הריני מתיר בשרם". מען זאגט זיי, הער אויס איך פיל שלעכט פאר דיר, עס איז נישט מיר, עס איז זיי וואס האבן געטוהן שלעכטס פאר דיר.
נ"ק, נטרונא, ודומיהם זענען דא צו שטופן אן אגענדע, נישט די טובה פונעם כלל.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: נטורי קרתא - נטרונא
אסטראלאג האט געשריבן: ↑
כ'גלייב נישט אז ס'איז דא אזא ווידעא, איך נעם אן אז דאס איז שקר, איך קען יעדע ווידעא פון נ"ק.
לאמיר זאגן די אראבער זענען יודן פיינט, דאס איז אבער זיכער אז אזוי רעדוצירט מען פיינטשאפט, מיט דעם וואס מען נעמט אראפ דעם פאליטישע פלעק אין וואס די ציוניסטישע מדינה לייגט אונז אריין און אלע אידן ארום דער וועלט.
דער עצם געדאנק אז די ציוניסטישע פירער שטעלן אהער דעם פנים אז זיי זענען the Jewish people איז א פארברעך און די גרעסטע מאס אנטיסעמיטיזם, און האלטן אין איין פרעדיגן פאר די וועלט אז מיר פארטרעטן די אידן, מיר זענען די אידן, און א איד וואס איז א בירגער פון אסטראליע, ביז אמעריקע, האט די רעכט פון די פאלשע געזעץ אוו ריטורן, וכו'.
נישט מער פון שכל'דיג אז אידן די ק"ק נטורי קרתא ווילן נישט זיין פארטראטן דורך די ציוניסטישע מדינה.
אסטראלאג: ביטע פרעג דיינע פרענדס און די ידידים אין די נטורי קרתא אויב זיי גלייבן אין ביאת המשיח, און אין וואס ס'שטייט אין די הייליגע תורה, אז דער אייבישטער האט צוגעזאגט פאר אברהם, יצחק ויעקב אז ער 'עט געבן ארץ ישראל פאר די אידן. דאמאלס זענען דאך די אזוי גערופענע פאלעסטינער נישט בארעכטיגט צו וואוינען אין ארץ ישראל. און אויב ער האלט אז די אידן זענען גזלנים, און זיי האבן אוועקגעגזל'ט פאלעסטינע פון די אראבערס, דאן גלייבט ער נישט אין די תורה און אין ביאת המשיח. מ'קען נישט האלטן ביידע זאכן אין די זעלבע צייט.
די ציונים און די מדינה דאס איז אן עקסטערע פרשה צווישן אונז אידן. נאר האט דאך מיט די אראבערס גארנישט...!
ווען איך וואלט (ח"ו) געווען אן אראבער וואלט איך געפרעגט פון הרה"צ מהרי"ד ווייס שליט"א אט די שאלה... צי גלייבסטו אין ביאת המשיח און וואס ס'שטייט אין די תורה? איך וואלט איהם אוועקגענומען דאס אראבישע טלית'ל און זיין ווי.איי.פי. קארטל... און איהם משלח געווען ער זאלל גיין צו די אנדערע אידן...! (נאר דאס?)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 102
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 4:59 pm
- האט שוין געלייקט: 135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
ווען מוחאמאד האט אויסגעשאכטן די אידן פון חייבער מיט מיתות משונות און פארגוואלדיקט די ווייבער און טעכטער איז נאכנישט געווען קיין "ציוניסטישע" מדינה און מען האט זיך נאכנישט "גערייצט" מיט די אראבער. (און די מעשה איז אפילו נישט געווען אין ארץ ישראל.....)
כאמאס נעמט עס פון זייערע רעליגיע. זיי האבן פיינט יעדע איד און ווען זיי קענען ווען, הרג'ענען זיי אלע יודן בכל מקום שהם. דאס קומען זאגן אז "אידן זענען נישט קיין ציונים" מאכט עס נאר שענער די רוצחים אין די וועלטס אויגן אז זיי זענען נישט קיין אנטיסעמיטן נאר אזויגערופענע "פרייהייט קעמפער".
כאמאס נעמט עס פון זייערע רעליגיע. זיי האבן פיינט יעדע איד און ווען זיי קענען ווען, הרג'ענען זיי אלע יודן בכל מקום שהם. דאס קומען זאגן אז "אידן זענען נישט קיין ציונים" מאכט עס נאר שענער די רוצחים אין די וועלטס אויגן אז זיי זענען נישט קיין אנטיסעמיטן נאר אזויגערופענע "פרייהייט קעמפער".
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: נטורי קרתא - נטרונא
איך האב נישט געהאט קיין נערוון אויסצוהערן זיין גאנצע "שיטה" (הס מלהזכיר. להבדיל אלף אלפי הבדלות פון שיטת רביה"ק מ'סאטמאר, זי"ע). נאר דער תמצית פון זיינע שטותים והבלים איז אז ער איז יא מסכים (אפשר בדיעבד?) אז די אידן זאללן האבן א מדינה ערגעצוואו אין אוגאנדא אדער פאטאגאניע (כלשונו הט'). נאר נישט אין פאלעסטיין. ווייל דאס באלאנגט דאך פאר זיינע קרובים און גוטע פריינט. ווי ער דערמאנט..."אינש'אללא" און האמדו-לילא. (אפשר לילית די נקבה פון ס"מ).
ער זאגט אויך אז ער וויל נישט (ח"ו) באליידיגן די חשוב'ע עוואנגעלישע קריסטן וועלכע גלייבן (נעבעך) בתמימות אז דער אייבישטער האט טאקע צוגעזאגט ארץ ישראל פאר די אידן. והוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר. ער איז נישט בעסער פון א גלח וועלכער גייט אויך (אפשר) א בארד און האט א פלאטשיגס אויפ'ן (טמא'נעם) קאפ.
פון א ריין לאגישן שטאנדפונקט רעדט ער צוזאם שטותים והבלים. ס'איז מיר א וואונדער פארוואס איינער פון די אוידיענץ שטעלט איהם נישט די פשוט'ע פראגע. צי ער גלייבט אין די תורה...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: נטורי קרתא - נטרונא
דו מעגסט שרייבן אפילו מיט קידוש לבנה אותיות. יא. איך פרעג נאכאלץ די זעלבע שאלה. אויב די השתדלות פון נטרונא האט שוין געראטעוועט דאס לעבן כאטש פון איין איד. מילא. פון די נטורי קרתא רעדט מען דאך נישט. זיי מיט זייערע שעדליכע מעשים מעגן האבן די בעסטע כוונות. נאר זיי זענען מחזק די רוצחים פון אידישע קינדער. נאר נטרונא וועלכע ארבעט אויף זייער א נארמאלן אופן מיט דיפלאמאטישע אינפארמאציע. אויך אדווערטייזמענטס אין די גוי'אישע מידיא. ווי די נ.י. טיימס. איז מיין שטענדיגע שאלה. צי די אלע זאכן האבן שוין געהאלפן ראטעווען דאס לעבן פון איין איד. אויב מ'קען דאס אויפווייזן מיט קלארע ראיות, ווער איך דער גרעסטער חסיד פון נטרונא.שמעקעדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:24 am א נישט סאטמארער וועט אפשר נישט זעהן די גרויסע נפק"מ צווישן די צוויי, אבער פאקטיש איז עס א חילוק הימל און ערד.
בעת 'נטרונא' טוט (לדעתם) דאס וואס דער סאטמאר רבי זצ"ל האט פארלאנגט, אז מען זאל מודיע זיין פאר די וועלט אז די מדינת ישראל פארטרעט נישט דאס גאנצע אידישע פאלק, און דורך דעם פארמינערן די שנאת ישראל וואס די מדינה איז גורם, שטייען זיי אבער מיילן ווייט פון אראבער/פאלעסטינער, זיי וועלן זיך קיינמאל נישט אידענטיפיצירן מיט די רוצחים ארורים ימ"ש.
משא"כ נטורי קרתא האט יא גענומען די מהלך, הגם אויך מיט די סברא אז זיי האפן אראפצונעמען די שנאת ישראל פון די פאלעסטינער דורך ווייזן אז מיר זענען אין גלות און מיר זענען זיך מכניע אונטער די אומות העולם, איז אבער דאס זיך חבר'ן מיט די רוצחים שפלים ונבזים א נייע דערהער וואס האט לכאורה נישט קיין מסורה, זיך גיין לעקן צו אכמאדזשעניזשאד (כ'שרייב עס גוט?) און זיך באטייליגן ביי א מסיבה אינאיינעם מיט האלאקאוסט לייקענער איז עפעס נעקסט לעוועל.
ביידע קענען האבן וואוילע כוונות. קיינער מיינט נישט שלעכט. ביידע פרובירן צו מאכן א ופרצת פון די סאטמערע שיטה... אבער נטרונא טוט עס אויף א נארמאלע דיפלאמאטישע וועג (כאטש אוהבי מדינת ישראל האבן עס פיינט, און איך פארשטיי זיי) און נטורי קרתא טוט עס אויף א אופן וואס ברענגט אפשיי ביי יעדן נארמאלן מענטש. פארט ווען דו פרעגסט זיי דערוועגן וועלן זיי דיר מסביר זיין אז זיי טוען די גרעסטע טובה פאר כלל ישראל, און טוען דערמיט מינימיזירן די חרון אף פון די פאלעסטינער פאלק.
יעצט דארף מען נאר אז ר' בערל זאל קומען פרעגן נאכאמאל צי עס האט שוין געראטעוועט איין איד
נאר אונז אלע ווייסן דאך דעם אמת. ס'האט זיך נאכנישט געטראפן איין גוי רוצח אדער נישט, וואס זאל זאגן אז מ'דארף מאכן א חילוק פון אידן ביז ציונים ווייל געוויסע גרופס ביי אידן זענען נישט קיין ציונים. און די האס איז נישט דירעקטעד אקעגן זיי. אפילו די אראבישע טעראריסטן. די פרענדס פון די נטורי חרתא זאגן דאס אויך נישט. וואס זיי זאגן יא איז ..."איטבח על יאהוד"...זיי זאגן נישט איטבח על ציוני...!
איך בין אמאל געווען סטאק אין א טרעפיק אויפ'ן ברוקלין קווינס עקספרעסוועי. און א קעגו מיר איז געווען א קאר מיט אראבערס. האבן זיי מיר געשריגן..."איטבח על יאהוד"... איז זעה נישט אויס ווי א ציוני.. איך בין טאקע א ציוני. אבער איך זעה בכלל נישט אויס וו א סאלדאט פון די (טמא'נע) צה"ל. אינטרעסאנט. פון ווי האבן זיי געוויסט? אפשר ווייסן זיי אויך אז איך בין א (שטיקל) אהרוני...ווער ווייסט. איך האף אז דו כאפסט מיין נקודה.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
די פראבלעם הייבט זיך אן ווען געוויסע אנטיסעמיטן וועלן נוצן סאטמאר בכללות אלס אן הוכחה אז אנטי-ציוניזם איז נישט אנטיסעמיטיזם, וואס פאר זיי האט אפילו דער רבי געהאלטן אז זיי דארפן זיין ציונים. אנשטאט א קידוש השם און א פארמינערטע שנאת ישראל ווערט עס א גוטן תירוץ פארן אנטיסעמיט מיט מער שנאת ישראל. איך האב אסאך געזען זיי ציטירן אויף טוויטער וכו׳שמעקעדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:24 am
בעת 'נטרונא' טוט (לדעתם) דאס וואס דער סאטמאר רבי זצ"ל האט פארלאנגט, אז מען זאל מודיע זיין פאר די וועלט אז די מדינת ישראל פארטרעט נישט דאס גאנצע אידישע פאלק, און דורך דעם פארמינערן די שנאת ישראל וואס די מדינה איז גורם, שטייען זיי אבער מיילן ווייט פון אראבער/פאלעסטינער, זיי וועלן זיך קיינמאל נישט אידענטיפיצירן מיט די רוצחים ארורים ימ"ש.
משא"כ נטורי קרתא האט יא גענומען די מהלך, הגם אויך מיט די סברא אז זיי האפן אראפצונעמען די שנאת ישראל פון די פאלעסטינער דורך ווייזן אז מיר זענען אין גלות און מיר זענען זיך מכניע אונטער די אומות העולם, איז אבער דאס זיך חבר'ן מיט די רוצחים שפלים ונבזים א נייע דערהער וואס האט לכאורה נישט קיין מסורה, זיך גיין לעקן צו אכמאדזשעניזשאד (כ'שרייב עס גוט?) און זיך באטייליגן ביי א מסיבה אינאיינעם מיט האלאקאוסט לייקענער איז עפעס נעקסט לעוועל.
ביידע קענען האבן וואוילע כוונות. קיינער מיינט נישט שלעכט.
- אסטראלאג
- ידיד השטיבל
- הודעות: 315
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:14 am
- האט שוין געלייקט: 147 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
מזל טוב צום נייעם שקר.ערנסטגערעדט האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 29, 2023 10:26 amדי פראבלעם הייבט זיך אן ווען געוויסע אנטיסעמיטן וועלן נוצן סאטמאר בכללות אלס אן הוכחה אז אנטי-ציוניזם איז נישט אנטיסעמיטיזם, וואס פאר זיי האט אפילו דער רבי געהאלטן אז זיי דארפן זיין ציונים. אנשטאט א קידוש השם און א פארמינערטע שנאת ישראל ווערט עס א גוטן תירוץ פארן אנטיסעמיט מיט מער שנאת ישראל. איך האב אסאך געזען זיי ציטירן אויף טוויטער וכו׳שמעקעדיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 26, 2023 12:24 am
בעת 'נטרונא' טוט (לדעתם) דאס וואס דער סאטמאר רבי זצ"ל האט פארלאנגט, אז מען זאל מודיע זיין פאר די וועלט אז די מדינת ישראל פארטרעט נישט דאס גאנצע אידישע פאלק, און דורך דעם פארמינערן די שנאת ישראל וואס די מדינה איז גורם, שטייען זיי אבער מיילן ווייט פון אראבער/פאלעסטינער, זיי וועלן זיך קיינמאל נישט אידענטיפיצירן מיט די רוצחים ארורים ימ"ש.
משא"כ נטורי קרתא האט יא גענומען די מהלך, הגם אויך מיט די סברא אז זיי האפן אראפצונעמען די שנאת ישראל פון די פאלעסטינער דורך ווייזן אז מיר זענען אין גלות און מיר זענען זיך מכניע אונטער די אומות העולם, איז אבער דאס זיך חבר'ן מיט די רוצחים שפלים ונבזים א נייע דערהער וואס האט לכאורה נישט קיין מסורה, זיך גיין לעקן צו אכמאדזשעניזשאד (כ'שרייב עס גוט?) און זיך באטייליגן ביי א מסיבה אינאיינעם מיט האלאקאוסט לייקענער איז עפעס נעקסט לעוועל.
ביידע קענען האבן וואוילע כוונות. קיינער מיינט נישט שלעכט.
לעילוי נשמת רביה"ק מנטורי קרתא זי"ע בעל "דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה"
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 257
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
- האט שוין געלייקט: 287 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
דא בין איך פארוואונדערט וויאזוי טויזנטער אנטיסעמיטן לייקענען אז מהאט גע׳שחט׳ן אידן על לא דבר און זיי טענה׳ן די ווידיאוס זענען פאבריצירט, נאכן זען מיסטער אסטראלאג לייקנט א ווידיאו וואס פארט ארום שוין פאר יארן. כגלייב נישט אז סאיז דא ציונים ווייז מיר… כופרים? וואו?אסטראלאג האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 27, 2023 7:41 amשמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑ כ’וועל באלד זעהן אויב כ’קען עס דרייווען
איך האב געזעהן א ווידיאו ווי מען טרעינט קליינע קינדער אין עזה וויאזוי צו שיסן אויף אידישע קינדער רח"ל - און דער אינגל וואס שפילט דארט איד איז אנגעטוהן מיט בארד און פיאות! און ער דאווענט און לערנט!
דער עשו שונא ליעקב מאכט נישט קיין חילוק וויאזוי ער איז,
די אראבערס נוצן אויס די נטורי חרתא בלויז צו באקומען חיזוק אנצוגיין מיט זייערע נאצישע ארבעט היל"ת
כ'גלייב נישט אז ס'איז דא אזא ווידעא, איך נעם אן אז דאס איז שקר, איך קען יעדע ווידעא פון נ"ק.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1202
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2022 2:57 pm
- האט שוין געלייקט: 4853 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1695 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
ער איז סתם אזוי Delusionalערנסטגערעדט האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 7:22 pmדא בין איך פארוואונדערט וויאזוי טויזנטער אנטיסעמיטן לייקענען אז מהאט גע׳שחט׳ן אידן על לא דבר און זיי טענה׳ן די ווידיאוס זענען פאבריצירט, נאכן זען מיסטער אסטראלאג לייקנט א ווידיאו וואס פארט ארום שוין פאר יארן. כגלייב נישט אז סאיז דא ציונים ווייז מיר… כופרים? וואו?אסטראלאג האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 27, 2023 7:41 amשמחהלע קאפשטיק האט געשריבן: ↑ כ’וועל באלד זעהן אויב כ’קען עס דרייווען
איך האב געזעהן א ווידיאו ווי מען טרעינט קליינע קינדער אין עזה וויאזוי צו שיסן אויף אידישע קינדער רח"ל - און דער אינגל וואס שפילט דארט איד איז אנגעטוהן מיט בארד און פיאות! און ער דאווענט און לערנט!
דער עשו שונא ליעקב מאכט נישט קיין חילוק וויאזוי ער איז,
די אראבערס נוצן אויס די נטורי חרתא בלויז צו באקומען חיזוק אנצוגיין מיט זייערע נאצישע ארבעט היל"ת
כ'גלייב נישט אז ס'איז דא אזא ווידעא, איך נעם אן אז דאס איז שקר, איך קען יעדע ווידעא פון נ"ק.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
Re: נטורי קרתא - נטרונא
סתם אזוי א געהעריגע טראלל (נישט קיין סתירה מיטן זיין א חסר-דעה), לאמיר זעהן ווי לאנג ער וועט אנציען דא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
Re: נטורי קרתא - נטרונא
סקעפטיקער: ער באלאנגט טאקע דארט. (אייוועלט). פארוואס איז ער געקומען פארפעסטיגן די לופט דא?!
אויסער וואס ר'איז א קרומער פארשוין איז ער אויך א געשוואלענער עיי"ן ה"א.
ער דערמאנט מיך פון מיין אלטע לענדלעידי אין בארא פארק...למשל פאר "שריד ופליט" האט ער געשריבן ..."שרא ד'פאלא"...!
מעגליך ער איז א גר אדער א בעל תשובה. וואס די רציחות פון אידן בארירט איהם נישט.
דא אין קאווע שטיבל איז שוין געווען איינער אזא בריאה. ער האטציך גערופן .."ישראל קאפקע"...! ער האט באוויינט די באמבארדירונגען פן די "אומשולדיגע פאלעסטינער פרויען און קינדער. דורך די ""רוצח'ישע מדינת ישראל סאלדאטן פון צה"ל.