מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך טמיר »

הער איך אז ס'איז לעצטנס אן ערנסטע פראבלעם מיט מיידלעך וואס האלטן נישט ביים חתונה האבן. איך ווייס נישט צי עס איז (שוין) בגדר עפידעמיע, אבער גאנץ אן אפטע ערשיינונג. און גערעכט זענען זיי, וואס גענוי פעלט זיי אז זיי זאלן דארפן נעמען א מאן צי פעמפערן און נאך 10 חדשים אנהייבן פעמפערן קינדער אויך. און דאס אלעס צוזאמען מיט ארבעטן.

איך ווייס נישט וואס די עיקר גורם צי די טויש איז, כ'שטעל מיך פאר אז ס'איז א חלק פון די אלגעמיינע געספוילקייט וואס ווערט נאר גרעסער מיט יעדע פארבייגייענדער טאג. מען דארף נישט מסביר זיין דער ענין בכלל, אבער נאר איין קליינע דוגמא, ווער פון אונז געדענקט אזא זאך ווי עיר קאנדישן אויף די חדר באס? היינט איז עס שוין א מאסט.

עכ"פ, די חכמי כעלעם פרובירן צי אויפקומען מיט עצות, ווי מבטל זיין אכטע קלאס אזוי זאלן זיי האבן אן עקסטערע יאר זיך אויסטשוכענען פון סקול. אבער פארשטייט זיך אז די אלע עצות נעמט נישט אוועק די שורש פון די פראבלעם. די רבש"ע האט שוין קעיר גענומען פון די פראבלעם מיטן אריינבויען אין די נקיבות תאוות מיניות, מ'דארף נאר זיכער מאכן נישט צי סורפרעסן. און אויב האט מען עס יא סורפרעסט קען מען זיי אויפוועקן אויך, ס'איז נישט שווער. מ'דארף נאר טרעפן א מהלך וויאזוי. און בעזה"ש האב איך געטראפן די פערפעקטע מהלך וואס אנטשפרעכט צי זיין די אלטימעט סולוציע צי דעם פראבלעם. אט הערט:

מ'זאל איינפירן אין די סקולס ביי די עלטערע כיתות, א שיעור איינמאל א וואך ווי מ'וואטשט ראמאנטישע מאוויס. אבער נישט סתם, נאר ווי מער סע*סי סצענעס הרי זה משובח! כמובן, ר' שלמה הערצוג (פאר ווער ס'ווייסט נישט - מנהל בית רחל, און פון די וואס בלוטיגן נאך די נשא תורות אין סאמע פרשת לך לך) וועט עס שטרענג צענזערירן ביפאר עס זאל ח"ו נישט ענטהאלטן קיין ציונות.

סיריעסלי, וואס די העלל איז די פראבלעם מיט דעם? הרהורים? אדרבה ואדרבה, זאלן זיי הייס ווערן פון הרהורים צי די מצוה! זאל א מיידל קוים קענען ווארטן להתעלס באהבים. זאל א כלה שפרינגן פאר עקסייטמענט פאר איר מאן אנשטאט פאר די קינדערישע נערישקייטן ווי א gown און flowers און די פרענדס וואס קומען מיט סטייליש קליידער.

אה, איין פראבלעם וואס איך קען טראכטן פון, איז די איסור הקדמונים פון קוקן ווידיאס. אבער אויף דעם איז דא אן עצה: מען קען עס מאכן אויף אן אופן פון סליידס והכל על מקומו יבא בשלום.

שוין, די קול קורא'ס וואס גייען הענגען מארגן אין די סאטמערע בתי מדרשים ראולן זיך שוין אין די מאסיווע פרינטערס אין די דבר יום ביומו אפיס.

שמועה שמענו ותרגז בטנינו על הפירצה הנוראה בקרב מחנינו בבתולות ישראל שאינם מרוצים להתחתן ויש בזה כמה וכמה מכשולים ונתמעט פריה ורבי' ועל זה ידוו כל הדווים, על כן התאזרנו עוז בתיקונא רבתי שבבתי חינוך לבנות במוסדותינו יראו להבנות ווידיא"ס בלע"ז של דברי חשק ואהבה ובפרט מראות של מצוה כדי שהבנות יתחשקו ויתיאהבו בבחורי ישראל הכשרים ויתאזרו באש קודש לעשיית המצוה בהידור רב.

יום ו' לסדר פרו רובו ומלאו את הארץ,

וע"ז באעה"ח הצעב"י
יקותיאל יודא פילאפף
וכו וכו

לחיים
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
ים של שלום
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 6:39 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 161 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך ים של שלום »

אזוי ווי עס גוי'ישט זיך אזוי יודיש'ט זיך
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך שמעון וואלף »

דאס איז אן ערענסטע טאפיק, אבער @טמיר האט עס פארשמייכעלט.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך דערהויבענע איד »

קודם כל ווער זאגט אז ס'איז א פראבלעם?

קודם האלט מען ערגעץ אז די מיידלעך זענען אפען מיט זיך אליין, און ווייסן אז יעצט ווילן זיי נישט.

למעשה צו אנצידן די תאוה, גלייב איך אז ביי פרויען איז דא די חלק אז די מאן איז קאמיטע''ד און האט איר ליב, כ'גלייב נישט אז ס'איז שייך צו לעזן די פראבלעם מיט אביסל ווידיאויס.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

דערהויבענע איד האט געשריבן: למעשה צו אנצידן די תאוה, גלייב איך אז ביי פרויען איז דא די חלק אז די מאן איז קאמיטע''ד און האט איר ליב, כ'גלייב נישט אז ס'איז שייך צו לעזן די פראבלעם מיט אביסל ווידיאויס.
איז דא דא א פרוי וואס קען אריינקומען קלאר וואס מיידלעך זוכן אין א marriage? :P איך האב אמאל געהערט א הודאת בעל דין פון א פרוי א newlywed, איינער האט עפעס ערווענט די גמרא וואס גיבט א טעם פאר דיני נידה מפני מה אמרה תורה נדה לשבעה מפני שרגיל בה וקץ בה אמרה תורה תהא טמאה שבעה ימים כדי שתהא חביבה על בעלה כשעת כניסתה לחופה, האבן אפאר מיידלעך זיך אנגערופן אז דאס ארבעט נאר פאר'ן מאן... האט זיך יענע פרוי אנגערופן אז פאר'ן פרוי איז אויך דא אן עצה אנצוצינדן די תאווה, דער מאן זאל פון איר צונעמען די קרעדיט קארטלעך פאר צוויי וואכן. :lol: :lol: :lol:
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך תניא בניחותא »

אונזער חינוך האט ענדליך מצליח געווען רעדסטו זיך אפ?
וואס ערווארסטו נאך יארן פרעדיגן די תמימות’דיגע מיידלעך מיט אלע סארט טהרינו ושמרינו פראגרעמס?
וואס מער פארשווארצט און דערביטערט אלס א בעסערע קאנדידאט פאר א מחנכת, אונטער א שליייער פון פרומקייט וכו’, נו ווער קען זיך דען דינגען דערמיט?
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך אלפא »

געהערט סיי פון א שלום בית עסקן און סיי פון א פראמינענטע טעראפיסט (- און עס איז קאמאן סענס אויך..) אז די פראבלעם ליגט אין די gap וואס שאפט זיך צווישן ד צוויי ג'ענדערס און די לעוועל פון חינוך וואס זיי באקומען.

בעת די מיידלעך באקומען א מער-ווייניגער געלונגענע חינוך וי זיי ווערן קלוג און רייף (מניות איז א נושא פאר זיך..), באקומען בחורים אן אויסגעדראשענע באנק צו קוועטשן און קוועטשן ביז זיי ווערן טאקע אינגאנצן צוקוועטשט.
נישט קיין חכמה, נישט קיין לייף סקילס אדער עקספיריענס, נישט קיין סאציאלע סקילס, נישט קיין דזשאב, און ניטאמאל הלכות שבת קען ער אזוי גוט ווי זי.. - קומען אן נאך די חתונה ווי א יון אין חרן, זיי הייבן נישט אן צו וויסן וויאזוי צו האנדלען דאס לעבן/ווייב/פרנסה... און צו דעם אלעם דארף נאך די ווייב 'ארויפקוקן' אויף אים, אים שעצן, אים צושטעלן אלעס, ח"ו נישט מוסר זאגן.

עד שיפוח היום וואס זיי האבן געזאגט - גענוג איז גענוג - עס איז אזא סובקאנשעס החלטה אריינגעקומען צו די מיידלעך דורך זייער חתונה געהאטע -פארשקלאפטע- חבר'טעס.

נ.ב. די ראטע פון גיטין איז אויך העכער במקצת לכבוד דעם...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אלפא האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 4:16 am
בעת די מיידלעך באקומען א מער-ווייניגער געלונגענע חינוך וי זיי ווערן קלוג און רייף (מניות איז א נושא פאר זיך..), באקומען בחורים אן אויסגעדראשענע באנק צו קוועטשן און קוועטשן ביז זיי ווערן טאקע אינגאנצן צוקוועטשט.
נישט קיין חכמה, נישט קיין לייף סקילס אדער עקספיריענס, נישט קיין סאציאלע סקילס, נישט קיין דזשאב, און ניטאמאל הלכות שבת קען ער אזוי גוט ווי זי.. - קומען אן נאך די חתונה ווי א יון אין חרן, זיי הייבן נישט אן צו וויסן וויאזוי צו האנדלען דאס לעבן/ווייב/פרנסה... און צו דעם אלעם דארף נאך די ווייב 'ארויפקוקן' אויף אים, אים שעצן, אים צושטעלן אלעס, ח"ו נישט מוסר זאגן.
כ'האב שוין אסאך געהערט די טענה. לדעתי איז עס סתם נישט גוט אפגעלערנט.

אמת, ביי אונז וואקסן אויף די צוויי מינים אן עפעס וואס זאל זיי צוזאמברענגען.

אבער, דאס אז די ווייבל/מיידל שלאקט איינעם אין א אפיס, האט א אימעיל און קען אביסל קוויקבוקס, מאכט איר נישט מער קלוגער אדער ערוואקסענער. והא ראי' אז בחורים זענען סאך מער כיטרע, געריבן, בד''כ ווייסט ער מער וואס טוט זיך ארום די וועלט, ווייסט וועגן פאמיליע לעבן, קען בעסער לערנען (אין אלגעמיין, הלכות שבת איז נישט קיין פעיר משל), און האט מער גאט''ס.

(והא ראי', טרעף זיי א פינעף יאר שפעטער, איז ער דער וואס האט מער סקיל'ס ווי זיין ווייב, און זי איז געבליבן אזוי תמימות'דיג ווי ביי די 20, נישט מסתבר צו זאגן אז מ'קען זיך אויסרייבן אזוי שנעל.)

לדעתי פארוואס מענטשן האבן אן אינערליכע דראנג צו זאגן די סברא וואס דו זאגסט, איז ווייל בכלליות האבן די 'עסקנים און טערעפיסטן' ליב צו בולשיטן וועגן די מעלות און דערהויבנקייט, ערוואקסנקייט, פון פרויען, און די נארישקייט פון די מענער. פארשטייט זיך אונז דארפן זיך פילן מורא'דיג גילטי פארן ווערן באשאפן אלס א מאן.

יא כ'ווייס אויכעט אז מ'צוקוועטשט פיין די פרויען, אבער אפילו אזוי האבן די מענער א שוואכקייט ווען ס'קומט אים צו באשילדיגן לגבי זיין ווייב, וועגן דעם טאקע ארבעט טאקע די גילט זייער גוט ביי אזא פאל.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך טמיר »

דערהויבענע איד האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 12:54 am קודם כל ווער זאגט אז ס'איז א פראבלעם?

קודם האלט מען ערגעץ אז די מיידלעך זענען אפען מיט זיך אליין, און ווייסן אז יעצט ווילן זיי נישט.

למעשה צו אנצידן די תאוה, גלייב איך אז ביי פרויען איז דא די חלק אז די מאן איז קאמיטע''ד און האט איר ליב, כ'גלייב נישט אז ס'איז שייך צו לעזן די פראבלעם מיט אביסל ווידיאויס.
דאס איז שוין נאכדעם וואס מ'איז אין א רילעישענשיפ. וויאזוי הייבט זיך עס אהן? וואס מאכט א גויאיש מיידל וועלן האבן א געשלעכטליך רילעישענשיפ מיט א זכר?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך דערהויבענע איד »

טמיר האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 11:34 am
דערהויבענע איד האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 12:54 am קודם כל ווער זאגט אז ס'איז א פראבלעם?

קודם האלט מען ערגעץ אז די מיידלעך זענען אפען מיט זיך אליין, און ווייסן אז יעצט ווילן זיי נישט.

למעשה צו אנצידן די תאוה, גלייב איך אז ביי פרויען איז דא די חלק אז די מאן איז קאמיטע''ד און האט איר ליב, כ'גלייב נישט אז ס'איז שייך צו לעזן די פראבלעם מיט אביסל ווידיאויס.
דאס איז שוין נאכדעם וואס מ'איז אין א רילעישענשיפ. וויאזוי הייבט זיך עס אהן? וואס מאכט א גויאיש מיידל וועלן האבן א געשלעכטליך רילעישענשיפ מיט א זכר?

איך בין קיינמאל נישט געווען קיין גוי, ווייס איך נישט פונטקליך ווי אזוי ס'גייט צו דארטן, אבער ווי ווייט איך פארשטיי, איז דא טאקע א ריזיגע מאנגל אין דעם. אינגלעך ווערן צוגעצויגן צו מיידלעך נאטורליך פאר געשלעכט, און מיידלעך ווילן נאר איינער וואס קאממי''ט זיך.

ס'איז לעצטנס ארויסגעקומען א שטוינענדע שטודיע וואס זאגט אז א מערהייט אינגלעך אין אמעריקא אין עלטער פון 22 ביז 27 יאר, זאגן אז זיי האבן נישט געהאט קיין געשלעכט - אפילו אן קיין רילעישענשיפ - די לעצטע יאר צייט.

פרויען גייען פאר מענער וואס זענען דא פאר זיי, און מענער גייען פאר אלעס...א געווענליכע מאן קען זייער שווער גיין א שידוך.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך צקון לחש »

אז ימלא שחוק פינו ולשוננו רינה, די אשכול מאכט מיר עפעס אזאנס פרייליך, אז איך האב מורא אז איך אווערריעקט שוין
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך שעפטאל »

צקון לחש האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 1:13 pm אז ימלא שחוק פינו ולשוננו רינה, די אשכול מאכט מיר עפעס אזאנס פרייליך, אז איך האב מורא אז איך אווערריעקט שוין
יא @טמיר האט אן עיבור נשמה פון די אמאהליגע ניקים אין שטיבל :D
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך berlbalaguleh »

טמיר: ייש"כ. דו האסט מיך געמאכט לאכן און וויינען צוזאמען. לאכן איבער די באמערקונג וועגן ציונות. אויך איבער דעם נוסח פון קול קורא. קלעססיק התאחדות. (זיי מוזן האבן א נערוועזן מאגן. ווייל א יעדע "פירצה" מאכט זייער מאגן נערוועז.). און וויינען איבער דעם (טרויעריגן) מצב.
באניצער אוואטאר
פינקע בלומען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2023 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך פינקע בלומען »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 27, 2023 1:02 am
דערהויבענע איד האט געשריבן: למעשה צו אנצידן די תאוה, גלייב איך אז ביי פרויען איז דא די חלק אז די מאן איז קאמיטע''ד און האט איר ליב, כ'גלייב נישט אז ס'איז שייך צו לעזן די פראבלעם מיט אביסל ווידיאויס.
איז דא דא א פרוי וואס קען אריינקומען קלאר וואס מיידלעך זוכן אין א marriage? :P איך האב אמאל געהערט א הודאת בעל דין פון א פרוי א newlywed, איינער האט עפעס ערווענט די גמרא וואס גיבט א טעם פאר דיני נידה מפני מה אמרה תורה נדה לשבעה מפני שרגיל בה וקץ בה אמרה תורה תהא טמאה שבעה ימים כדי שתהא חביבה על בעלה כשעת כניסתה לחופה, האבן אפאר מיידלעך זיך אנגערופן אז דאס ארבעט נאר פאר'ן מאן... האט זיך יענע פרוי אנגערופן אז פאר'ן פרוי איז אויך דא אן עצה אנצוצינדן די תאווה, דער מאן זאל פון איר צונעמען די קרעדיט קארטלעך פאר צוויי וואכן. :lol: :lol: :lol:
א מיידעל האט נישט חתונה פאר s*x
אונז האבען חתונה צו לעבן מיט א partner, אין גוטע און שווערע צייטן, to support each other and grow together,
א בחור איז נישט attractive ביז ווען ער ווייזט commitment, responsibility און א sense of humor שאד נישט,
רויב בחורים don't fill any void right away
זוכן נישט מיידלעך צו חתונה האבן גלייך ביי די 18
באניצער אוואטאר
פינקע בלומען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 02, 2023 8:28 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך פינקע בלומען »

S*x איז גוט צו צוזאמענהאלטען די marriage
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

פינקע בלומען האט געשריבן:א מיידעל האט נישט חתונה פאר s*x
און א בחור האט דען יא? ס'זיכער דא צענערלינגען וואס לעבן אין אן environment וואו ס'מאכט זיך נישט אזוי אלץ סינגל אבער אין אלגעמיין קען מען אסאך גרינגער באקומען אלץ סינגל, ווי אילן גאלד זאגט, " :lol: I'm not married, I'm s3xually impaired". בחורים הייראטן פאר בערך די זעלבע סיבות וואס מיידלעך הייראטן, און ס'איז אזוי וויכטיגע פאר'ן בחור אז ער איז אפילו גרייט אויפצוגעבן זיין געשלעכטליכע פרייהייט דערפאר... מין איז סתם אזוי א געשמאקע זאך פונקט ווי עסן און וואטשן א מאווי, און אוודאי אז מ'טוט אקטיוויטעטן צוזאמען מיט'ן פארטנער/ין איז עס גוט פאר'ן marriage אויך..

נ.ב. אזוי טייפענדיג כאפ איך מיך אז ביי חרדים וואו premarital relationships is frowned upon קען יא שטארק מעגליך זיין אז בחורים לאזן זיך אריין אינעם הייראטונגס געמויזשאכץ נאר פאר מין, אויב ס'איז ריכטיג פארענטפערט עס 95% פון די סיסטעם'ס פראבלעמען... ס'כאפט א פחד.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך צקון לחש »

ברוך שפינוזה האט געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 28, 2023 11:56 pmנ.ב. אזוי טייפענדיג כאפ איך מיך אז ביי חרדים וואו premarital relationships is frowned upon קען יא שטארק מעגליך זיין אז בחורים לאזן זיך אריין אינעם הייראטונגס געמויזשאכץ נאר פאר מין, אויב ס'איז ריכטיג פארענטפערט עס 95% פון די סיסטעם'ס פראבלעמען... ס'כאפט א פחד.
נו אוודאי אזוי, ועל זה ידוו כל הדווים
תניא בניחותא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 12:33 pm
האט שוין געלייקט: 139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך תניא בניחותא »

א בחור וואס ווערט 19 און ווייטער לאויו"ש איז סטאק, העז נאו ווער טא גאו, אויב האט ער נישט חתונה קען ער זיך נישט ריקן צי די נעקסט לעוועל אוו די געים, ער קען נישט אנפאנגען ארבעטן אדער לערנען א פאך, פאר סאם ריזען קען א אומפארהייראטער מאן נישט טון מסחר אדער פליפן בילדינגס, מה קשר ווייס איך נישט, ער איז נישט אויף אראפשלינגען און נישט אויף אויסצישפייען, בלייבט איהם נישט קיין צוויי ברירות נאר צו חתונה האבן דשאסט טא מאוו פארווערד אין לייף.
משא”כ מיידלעך ענדיגן די צוועלעווטע קלאס גייען זיי ארבעטן ככל הנשים הכשרות, פעלט זיי נישט גארנישט אדרבא זיי זאמלען געלט און רעדן מיט פרענדס אלל נייט, סאו וואטס די ראש?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תניא בניחותא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תקע בשופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 16
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך תקע בשופר »

אינגלעך האבן נישט קיין שום חינוך אין די ענין פון אייגענע אחריות. מען קען פעלן פון חדר ווען מען וויל, מען קען בעיסיקלי טוען וואס מען וויל. פון כתה ב' ביז אויס איז נישטא קיין שום ציל. כמעט נישט קיין טעסטס, אפילו יא געשענט גארנישט כז מען נעמט נישט אדער מען קען נישט.

א קינד וואס טוט זאכן וואס שטערן, היינט אין די פעטשלע"ס תקופה, האט נישט קיין שום קאנסעקווענצן. ווער רעדט נאך ווען עס קומט די בחורישע יארן ווי עלטער מען ווערט אלץ גרעסערע פורק עול האחריות איז מען, מען דרייט זיך און פרייד זיך כאילו עס איז נישטא קיין מארגן. אינדערהיים לייגט ער נישט צו קיין פינגער ווייל ער איז אפגעמוטשעט פון ישיבה. די גאנצע וועלט איז משועבד צו טוען זיינע רצונות. בקיצור חוץ פורק עול זיין און פארברענגן צייט האט ער גארנישט אין זיך.

מיידלעך, פון אנפאנג סקול נישטא אזא זאך עבסענט, מען קען זיין עבסענט דריי מאל א יאר. טעסטס יעדען טאג, סוף יאר פיינעלס אויף אלע לימודים. סוף יאר זיצן זיי אינדערהיים, לא פסיק פומייהו מגירסא, חזרן זייערע טעסטס יעדע רגע וואס זיי האבן.

עס איז איראניש, די בחורים דרייען זיך ליידיג שבת, גייענדיג פון אויסגאבע צום צווייטן, און די מיידלעך חזרן אוועק זייערע לימודים.

אז מען טוט עפעס נישט ריכטיג איז דא דיטענשאן. האט א שוואכע מארק דארף מען איבערמאכן די טעסט. די גאנצע סקול יארן איז איין שטיק לימוד אז די ביסט אחראי אויף דיינע מעשים. פארשטייט זיך ווען מען ווערט 18, גייט מען ארבעטן פון 9-5, מיט אן ערענסקייט, אויב גנבט מען א מינוט איז מען עס משלים. מען האט חתונה טוט מען די פליכטען ווי א שור לעול. פילט יא גוט, נישט גוט איז דא געוואשענע וונש און סאפיר.

משא"כ אונזער בחורל, אפשר ביי די 26, נאכן זעהן אז עס איז נישטא קיין שום וועג, קאנעדיסען האט שוין אפגעהאקט 4 מאל, פאנגט ער אהן טראכטן אז אפשר זאל ער מקבל עול זיין אין גיין זוכן אן ארבעט. זאל נאר איין טאג פעלן סאפער.....
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך דערהויבענע איד »

כאניש קיין בלאסען אנונג וואס דו זאגסט דא.

אינגלעך קענען פעלן פון חדר? נישט וואס איך ווייס. אויב עפעס האבן מיידלעך נישט קיין סקול חגאות מיט זונטאג'ס, און יעדע מאל וואס ס'שנייט, משא''כ חדר איז דא ווייל ס'איז ביטול תורה.

לא פסיק פומייהו מגירסא ביי מיידלעך? טרייבסט פיין איבער אין בעסטן פאל.

טעסט'ס מיט אנדערע שטותים איז אזוי ווי מ'רייסט זיך ארום אין ישיבה מיט בחורים, מ'פליט אפאר טעג, אא''וו.

לדעתי איז דעייע האקן אויף מענער - זיך אליינ'ס - נישט מער ווי א נידריגע סעלף עסטיע''ם.
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 1646 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך ברוך שפינוזה »

תניא בניחותא האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 29, 2023 1:15 pm א בחור וואס ווערט 19 און ווייטער לאויו"ש איז סטאק, העז נא ווער טא גאו, אויב האט ער נישט חתונה קען ער זיך נישט ריקן צי די נעקסט לעוועלאוודי געים, ער קען נישט אנפאנגען ארבעטן אדער לערנען א פאך, פאר סאם ריזען קען א אומפארהייראטער מאן נישט טון מסחר אדער פליפן בילדינגס, מה קשר ווייס איך נישט, ער איז נישט אויף אראפשלינגען און נישט אויף אויסצישפייען, בלייבט איהם נישט קיין צוויי ברירות נאר צו חתונה האבן דשאסט טא מאוו פארווערד אין לייף.
דאס איז דאך ממש די טב למיתב טן דו פון די גמרא, אן התהפכות הטבעים..
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך שאלתיאל »

איינער קען די ישיבה תורת אפרים תלפיות פון ר' שמעון סעמפ? כ'מיין ס'איז פון די איינציגסטע ישיבות וואס לייגן א דגוש אויף די בעיסיק זאכן וואס מ'רעדט דא אדורך און וואס פעלט פאר רוב בחורים (אחריות, לייף סקילס, סאושעל סקילס, סיפוק..). הלוואי וואלטן אלע ישיבות געווען אזוי.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: מיידלעך ווילן נישט קיין כלה ווערן - און די לעזונג

שליחה דורך צפור בודד »

זיי זענען גערעכט. זייער געזעלשאפט קען נישט אנהאלטן מיט עלטערע בחורים און מוידן וואס וועלן זיך און נעמען נישט באלד מן הבא ליד.

ווייל אז זיי וועלן זיך ווערן זיי עלטער, און אז זיי ווערן עלטער וועלן זיי זיך נאך מער. און די וואס וועלן זיך, בדרך כלל ווען זיי האבן שוין יא חתונה זענען זיי אויך נישט געאיילט צו האבן קינדער שנעל און א סאך. און אז מען איז נישט געאיילט צו ווערן פארהייראט און זיין פארנומען מיט בעיביס און שמחות, קענען מוסדות נישט סטראשן איבער סמארטפאונס און נעטפליקס און די בחורים און מיידלעך זעען יעדער נאכט נאך סיבות פארוואס ס'איז זיי גוט אזוי.

און אז די עלטערן הערן אויף פאניקן און לערנען זיך אויס אז זייערע קינדער האבן אויך א מיינונג און זיי קענען נישט בעל-הבית'עווען איבער אכצן און ניינצן יעריגע קינדער, הייבט מען אן לויפן צו רבנים און "קלוגע אידן" איבער דער הארבע שאלה פון "איבערשפרינגען" און אט אזוי נשתכחה תורת טראנסילוואניע און מארמארש מישראל ל"ע.
פארשפארט